ווייסע טיילס האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 03, 2025 10:31 pm
על פי תורה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 03, 2025 9:58 pm
ווייסע טיילס האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 03, 2025 9:54 pm
הרב עהעם וויט אלל דא רעספעקט,
עס איז דא אסאך מענטשען אינוואלווד וואס דו רופסט עסקנים, יעדער איז דא פון א אנדערע ענגעל, און יעדער טוט ווי ער פארשטייט סאיז א היבשע ערבוביה ווי איך פארשטיי סאיז געווען עכ"פ ביז איצט א שטח הפקר
איינער העלפט מענטשען דא און אמעריקע וואס מופען אוועק פון גוטאמאלא
איינער העלפט ברענגען עסען פאר די קינדער און די שעלטערס
איינער רעדט צו די מידיא דארטען
איינער ברענגט בחורים ליינען מגילה פאר די קינדער
און געוויסע וואס זענען באזירט דארטען פאר די גרים קהילה גייען מיט די פלאוי וואס זיי זעען און פארשטייען אן די סיען ווי מזאגט
און סאיז דא יוצאים וואס דרייען זיך דארט , און דעם אליין איז אויך דא אסאך קאטעגאריעס
סקען זיין אז אלע האלטען איין מיינונג 100% אויף זאכען וואס איז געשען און זאכען וואס מען דארף טון,
סקען זיין אז זיי זענען נישט אזוי פאראייניגט אויף יעדע דעטאל וואס מען דארף טון כדרך העולם
אבער די אלע זענען לא ראו זה כראוי זה יעדער טוט און טרייט נישט אריינציבאמפען און די אנדערע און אמאל באמפט מען אפשר יא אריין,
און דאס איז א מורא'דיגע פראבלעם פאר יעדעם נישטא ווער עס קען דארט זאגען אז ער נעמט אחריות אויף יעדע איינציגסטע זאך וואס איז געטון געווארען אדער גייט גייט געטון ווערען, נישטא ווער עס זאל זאגען אז ער האט אפראווד פינקטליך וויאזוי מען רעדט צו די גויאישע גאס, אזוי ווי א מערכה וואס סאטמאר למשל האט געפירט
ממילא ווען די רעגסטוך זאלסטו וויסען אז סאיז נישט דא אויף וועמען, קענסט נישט מאכען איין קוגעל פון יעדע איד און זאגען עסקנים זענען ראונג
איינער וואס איז א יוצא איז אנגעווייטיגט אויף זיין דרך און פארשטייט צו טון אויף זיין שכל, איינער וואס ברענגט עסען וועט שרייען ער ברענגט נאר עסען, און אזוי ווייטער,
יעצט ווידעראום דא? דא אידאך זיכער סאשעל מידא באגלייט נייעס צימישעניש צווישען רופען בחורישע סטעיטמענטס מזמן לזמן און דאס איז די נאטור פון סאשעל מידיא מקען עס נישט טוישען
יעדער קומט דא פון א אנדערע בעקראונד מיט אנדערע אגענדעס און קאפ וואס ציעט צו אנדערע מסקנות
סא קיינער זאל זיך נישט רעגען, עכטע מערכות ווערען געפירט ביי עכטע מיטונגען ווי מען לאדענט נישט איין יעדער מאן דהוא
אבער כמיין יעדער זאל אראפ קומען און שרייבען ציוויל, נישט דוקא אין די ענין, נאר אייביג,
ווייל פונקט ווי דו ליינער איז קאנווינסט פעשענט וועגען א דעטאל, איז א צווייטער קאנווינסט פעשענט אויף פונקט פארקערט, א נארמאלע מענטש זעט די אמת מען על פי רוב סייווי אן גיין פערזענליך
איין זאך וואס יעדער איז אבער אויף איין פעידש, לית מאן דפליג אז מ'טאר זיך בשום אין אופן נישט אננעמען פאר דעי רוצחים, אזוי ווי דער לב טהור'ניק טוט שוין דא די לעצטע 3 חדשים.
אמת,
(אויך וויט אלל דא רעספעקט )
אבער.. דא קומט אריין א גרויסע אבער, אויב גייט א אינגערמאנטשיק אדער בחורל דיסיידען צו טון אויף די אייגענע האנט עניטינג פארשטייסטו אז דעס קען ציברעכען א מערכה אויף אזוי סך וועגען,
ווי ענדיגט זיך די איין פעיזש?
ביי דיר אין קאפ איז דא איין פעיזש אויף איין געוויסע ענין
אבער עס איז דאך דא א גרויסע פיקטשור אויך
דו ווייסט אז רביה"ק מסאטמאר זי"ע (דער גרויסע מנהיג וקדוש וואס האט איינגעפירט חדרים סקולס כשרע שחיטות אין אמעריקע)
האט אויך אפגערופען א פראטעסט אנטקעגען די ביטערע קליפה פון די כת הציונים אויב אראבערס זענען געווען דארטען!
האט דאס געמיינט אז מען איז מער נישט אויף איין פעיזש אז ציונות דארף אונטער גיין ? ח"ו אזוי צו זאגען
און כהאף פאר דיר נייעס אז געוויסע אינגעלייט זענען טאקע געווען אנגעדרייט אז מען פארדרייט דעם רבין א קאפ, איך זאג זייער באקאנטע זאכען
---
אפגערעדט פון דעם אז סאיז א סכנה עצומה ווען עס קען פארוואנדלט ווערען עני (עני) ריכטיגע מערכה און א וויטשהאנט,
און ווער קען זאגען מיט א זיכערקייט איך שטיי און שפיץ פון מיין קהילה ישיבה אדער ארגענזעישען און מיט איין ווארט ווארף איך קנסה איך, (כדוגמת די שווארצע ואכמ"ל)
למען האמת האסטו גערעדט זייער פראפעשענעל און געוואטשט ביז איצט ווי דער עולם האט געפיבערט דו ווייסט דאך אויך אז עני שיבע קטנה בחור קען אריין גיין און א קיאסק און רעדען שעדליכע זאכען (איך גיי יעצט בעצם צירוק צו מיין אלגעמיינע פראבלעם פון סאשעל מידיא אווערניס )
מען קען נישט פאר קורצע מינוטיגע פראבלעמען אנגעפילט מיט געפילען און הויעכע עמאציעאנען פארקוקען אלעס,
ממילא קען איינער נעמען אחריות וואס א כלומרשט איד גייט אויפטרעטען פאר די טעלעוויזיע אין גווטאמאלא?
אלע אידען קענען ליידען דארטען
דו ווייסט אז די קהילה גרים קענען האבען אומצאליגע פראבלעמען ווען מען איז אויפן ספאטלייט?
איך וויל אפילו נישט אריינגיין און קיין איין דעטאל
באמת קען יעדער איינער האבען פראבלעמען ווען מען איז אין די ספאטלייט אלזא ווען אידען זענען און די ספאטלייט ובפרט פאר צו לאנג איז א ריזיגע פראבלעם
סא ווען דו זאגסט אז יעדער איז פאראייניגט אז מען טאר זיך נישט אננעמען פאר יענע חברה, פיין
אבער ווי אזוי האט א ניק צו זאגען אויף א אינטערנעט סייט וואס דע איין פעיזש איז אלטס כולל?
און פריער געשמועסט מיט די בעסטע כוונות וואס דו האסט האט דאך נישט יעדער דא די זעלבע שכל בכלל
אויב פילסטו אז דער עולם ווערט קאלט צו די מערכה איז אפשר אז מען רעדט אינגאנצען נישט מער אויף אינטערנעט פון דעם,
איי דער עולם דארשט? מען איז אויסגעהונגערט פאר קרישקעלעך?
און ווי אויך דארף מען מאכען אווערניס איבער די חברה, גלייב מיר סאיז דא גענוג און נאך מיטלען
מקען עס שרייבען און דיר איד און דער בלאט און סאיז סך מער אפעקטיוו
ווייל מאדאך ציונית איז א געפערליכע פראבלעם אז מען רעדט אנליין אויף סאשעל וועבסייטס ווי אגודיסטען מזרחיסטען און סאטמארע שרייבען אידאך זיכער אזא נייע דערהער ווי גווטאמאלא איז א פראבלעם