אסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 01, 2025 11:12 am
קלארשטעלונג. אונז האמיר בכלל נישט פארשטאנען פון די רבנים אז זיי האלטן אידטיש אלץ א פראבלעם. ח"ו. כאטש איינער פון זיי האט אונז יא געהאט געזאגט זייער שארף בנוגע שרייבן אויף אידן דעם טיטל מוסרים, און אונז האמיר קלארגעשטעלט אז מיט א נאמען איז דאס זיכער נישט געשטאנען קיינמאל. ער איז געווען זייער צופרידן צו הערן (נישט אינטערסאנט אריינצוגיין אין אן אריכות, אבער נאכן הערן מער קלאר וואס אונזער מהלך איז, זענען די 2 רבנים געווען זייער בעד אידטיש, אסאך ענדערש ווי אנדערע סייטס, ואכמ"ל). עכ"פ, מען דארף נישט צוזאמשטעלן אונזערע ווערטער דא מיט די פיינטליכע מעסעדזשעס אדער וואטסעפפס.
דער מעסעדזש צו אונז איז בעיקר געווען אז די רבנים האבן געזען אז כדי להשכין שלום מוז מען אקעגנקומען דורך פארהאנדלען מיט אידטיש. און מיר וועלן רעדן מיט זיי ווייטער וואס זיי ווילן פון אונז, עס מיינט בכלל נישט פארמאכן די פארום ח"ו. ווארשיינליך. עכ"פ מיר וועלן אודאי ארבעטן די מערסטע שייך אז ס'זאל זיך ענדיגן די בעסטע פאר אונז אלע. ס"ה בעטן מיר אויף יעצט מ'זאל מער נישט דעבאטירן די נושא פון מצילי אש און ברוערס, ביז אונז וועלן מעלדן מער דיטעילס אויף ווייטער.
יישר כח נאכאמאל.
קיינמאל נישט געשטאנען מיט א נאמען? אפשר נישט אין יענע אשכול א שאד אז זיי פארמאכן עס נישט אינגאנצן
ווער זאל פארמאכן וואס?
עצי בשמים האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 01, 2025 11:36 am
ווי @ר' משה שרייבט אין די דערנעבנדיגע אשכול.. א בקשה און תנאי פון לב טהור.. קיינער טאר נישט שרייבן קיין שלעכטס אויף זיי!
כולנו למערכה!!!
לכאורה האט ער געמיינט צו ציטירן דאס, און ער זאגט אז מ'דארף פארמאכן ל''ט (אדער ווי אנדערע רופן עס הוצל דבנימין.....)
מ'ברויך מיר האבן איין מנהיג, דעם לעבעדיגן באשעפער!!!! (רביה''ק מ'סאטמאר אמור תשכ''ז)
עס איז געווען נעכטן נאכמיטאג א שטילע אסיפה צווישן די רבנים אין מאנסי, וואו מען פרובירט להשכין שלום.
אן אריינגיין אין פרטים וואס איז נישט שייך ארויסצוגעבן, איז די פאקט געווען אז אידטיש איז דארט געווארן א הייסע טעמע. ס'איז נישט אינטערסאנט אריינצוגיין צו דאס איז אויסגעהאלטן אדער ריכטיג אז א פארום זאל ווערן באשולדיגט אין זאכן וואס געשעען, אבער תמצית היוצא איז, אז נאכ'ן מיטינג האבן מיר באקומען א רוף פון 2 רבנים אינאיינעם, מיט זייער א שארפע פארהאלטונג, און זיי האבן אונז געמאלדן אז ס'איז בעצם געווארן אויסגעארבעט א שלום'דיגער מהלך וועגן די פייער דעפארטמענט אין מאנסי, אבער די מענטשן פונעם דעפארטמענט האבן געשטעלט אלס תנאי קודם למעשה אז די (בלשונם) פרומע רשעים די אידטיש וועבסייט מוז מען פארמאכן דאס מויל.
די גאנצע איבערקערעניש מאכט 0 סענס. ווער דערשרעקט זיך דא פון וועמען??? די רבנים פון ברוערס? אידטיש פון וואטסעפפס? ווי קומט אידטיש אריין אין א שלום. איך פארשטיי פשוט נישט.
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 01, 2025 2:27 pm
די גאנצע איבערקערעניש מאכט 0 סענס. ווער דערשרעקט זיך דא פון וועמען??? די רבנים פון ברוערס? אידטיש פון וואטסעפפס? ווי קומט אידטיש אריין אין א שלום. איך פארשטיי פשוט נישט.
די נושא באלאנגט עכט אין על דא ועל הא
סאיז נישט געמאכט צו ווערן אויסגעשמועסט אויף אידטיש
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
איך קען נישט די גאנצע נושא פון די פייער דעפארטמענט, אבער אז פראמינענטע רבנים רופן אן די פארוואלטונג און זאגן אז די שמועסן דא איבער די נושא שטערט דאס זיך דורכקומען און מסדר זיין די ענין, איז זייער פארשטענדליך צו בעטן אז מ'זאל נישט דעבאטירן מער די נושא דא.
און איך מיין אז יעדער אין די שיך פון די הנהלה וואלט געהאנדלט די זעלבע.
און ווי מנהל זאגט, די נושא איז נישט געשלאסן, ס'איז נאר אויף האלד, סא איך גלייב אז אויב די אסיפות און פארהאנדלונגען וועט נישט פירן אין ערגעץ וועט די שמועס אויפרייסן פון פריש.
איך הויב אן טראכטן אז עמיצער מאכט פורים פונעם מנהל. @אסמכתא בעלמא דו קענסט די קול פון די רבנים? אדער איז עס א פאלשע קאל אפשר? איך האב געהערט יעצט פון א מאנסיער אז עס איז נישט געווארן קיין שום רעדע פון א שלום, מען האט זיך בלויז ארומגעטענה'ט און געבליבן ביי גארנישט. סוי וואס איז די נארישקייט פון טראכטן אז די רבנים האבן טאקע אנגענומען אז אידטיש איז עפעס שולדיג?
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 01, 2025 3:22 pm
איך הויב אן טראכטן אז עמיצער מאכט פורים פונעם מנהל. @אסמכתא בעלמא דו קענסט די קול פון די רבנים? אדער איז עס א פאלשע קאל אפשר? איך האב געהערט יעצט פון א מאנסיער אז עס איז נישט געווארן קיין שום רעדע פון א שלום, מען האט זיך בלויז ארומגעטענה'ט און געבליבן ביי גארנישט. סוי וואס איז די נארישקייט פון טראכטן אז די רבנים האבן טאקע אנגענומען אז אידטיש איז עפעס שולדיג?