נאכמאל, ס'איז דא א סתירה. בזמן וואס עס איז געשטאנען אויף די לעגאלע צעטלעך און די רעפארט קארדס אז מען לערנט סייענס און נאך סובזשעקטס, האט דער רבי און די מנהלים געזאגט אז די געזעץ פארלאנגט כתב ולשון. אלזא וויאזוי שטימט עס?פארטריבן האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 26, 2025 7:54 pmאפשר זענט איר אביסל מסביר וויאזוי מען דרינגט פון דעם אויף?הלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 26, 2025 11:02 amפון דעם דרינגען זיי אויף, אז כתב ולשון האט נישט דוקא מיט די "סאבזשעקט".קיין מיינונג האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 26, 2025 8:02 am לייג כ' מיך צוביסלעך אריין אינעם ענין... פארשאפט די 'מסורה' גליונות, זייער א רייכע ארבעט...
אבער קודם בין כ' צומישט, ווייל און איינער פון די 'מסורה' גליונות איז געווען אראפגעברענגט א דאקומענט פון הגה"צ
אבד"ק פריימאן ז" ל.ועללכער איז 'נתמנה' געווארן דורך מרן 'רביה"ק מסאטמאר' זצוק"ל צו דינען אלס 'מנהל' התלמוד תורה, אלס א ראי' ווי האדמו"ר מסאטמאר זי"ע האט פארלאנגט מען זאל לערנען מער ווי סתם כתב ולשון, און אין די זעלבע דאקומענט אגט דער פריימאנער רב [לכאורה הרב דייטש פון לאס אנדזשעלעס] זאגט קלאר אז די דעת קדשו פון האדמו"ר מסאטמאר זצוק"ל איז געווען ...אז מען מעג 'נאר' לערנען וויפיל די חוקי המדינה פארלאנגען פון די 'רעליגיעזע אידישע ישיבות' און דאס איז 'כתב'... 'לשון'... 'חשבון'... און גארנישט מער
Screenshot 2025-03-26 080115.png
און מען קען אונטער'ן ראם פון כתב ולשון לערנען סייענס...
איך טראכט אז איר מיינט אפשר צו זאגן אזוי:
אז מען קען מאכן א ביכל וואס אינדרויסן אויפן דעקל (ראם) זאל שטיין אז דאס איז כתב ולשון, אבער אינעווייניג זאל דארט זיין סייענס, אזוי וועט דער עוילעם נישט כאפן וואס די ביכל איז, און עס וועט בלייבן בלי שום שינוי כל שהוא....
דאס מיינט איר צו זאגן אז אונטער'ן ראם פון כתב ולשון וועט מען לערנען סייענס... אזוי וועט מען אויספאפן די יוונים וואס ווילן אונז מאכן עקוויוועלענט.....
אלא מאי, כתב ולשון איז א קאנצעפט.