ביהמ"ד החדש אין קרית ברסלב ליבערטי

נייעס און אנטוויקלונגען אין רבי'שע הויפן
אוועיטער
Coventry
פרישער באניצער
פאוסטס: 33
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:43 pm
x 61

ביהמ"ד החדש אין קרית ברסלב ליבערטי

פאוסט דורך Coventry »

עס טוט זיך העפטיגע ארבעט אונטערן צענטראלן בית המדרש אין שטעטל אויף 181 האשקי ראוד. צענדליגע ארבעטער שטייען אויף זייערע שטעלעס און פירן אויס די פילצאליגע קאמפליצירטע צוגרייטונגען פארן גרויסן נייעם בית המדרש וואס ווערט געבויט גאר געשיקט בסייעתא דשמיא.

עס בויעט זיך ב"ה זייער שנעל אויף דער נייער עקסטענשאן וואס וועט אנטהאלטן צווישן אנדערע א גרויסע הערליכע בית המדרש מיט א הויכע דאך פון צוויי שטאק הויך, עס וועט בעז"ה האבן פון ביידע זייטן א גרויסע גאלעריע פאר די פרויען. אין די אונטערשטע שטאק וועט זיין א גרויסע רחבות'דיגע מקוה, מיט דריי בורות, און צענדליגע שויערס פון ביידע זייטן. דער שטאק וועט האבן א גרויסע און ברייטע דירעקטע אריינגאנג פון די גאס, א גרויסע שמש שטיבל וואס וועט צושטעלן די פולע שמש סערוויסעס וואס דער ציבור ווארט, עס וועט האבן אסאך בתי כבוד. די העכערע שטאק ווי עס וועט זיין דער גרויסער היכל הבית המדרש וועט האבן איר צענטראלע גרויסע אריינגאנג מיט א ברייטע לאבי אויף די רעכטע זייט, פונעם לאבי רעכטס וועט מען גיין צום גרויסן נייעם בית המדרש, און לינקס וועט פירן צום יעצטיגן עקזיסטירנדן בית המדרש וואס וועט גענוצט ווערן טעגליך פאר די מנינים שחרית מנחה מעריב, דער יעצטיגער בית המדרש וועט בעז"ה צוטיילט ווערן מיט ווענט, און וועט קענען אקאמאדירן יעדע האלבע שעה א מנין. אזוי אויך וועט מען בעז"ה שטארק פארברייטערן דעם קאווע שטיבל, מיט אלע צוגעהערן וואס פעלט אויס.

דער נייער בית המדרש וועט אין די וואכן טעג גענוצט ווערן פאר א היכל התורה, וואס וועט גענוצט ווערן במשך דעם טאג דורך די לומדי הכולל, און אזוי אויך פאר אלע אנשי שלומינו וואס ווילן א רואיג ווינקל צו לערנען, און נישט געשטערט ווערן פון די מנינים. אזוי אויך וועט מען דאווענען דערין יעדן שבת ויום טוב בעז"ה.

אויפן פארלאנג פון ראש ישיבה שליט"א וועט דער נייער בית המדרש פארמאגן אויף די מזרח וואנט גרויסע שיינע לעכטיגע פענסטער, ווי עס פאסט פאר א מקדש מעט.

אין די לעצטע וואכן האט מען זיך גערוקט מיט גאר גרויסע טריט, מען האט שוין געענדיגט די עקסקעוועישן, אויסגעגראבן די טיפע גרוב אונטערן בית המדרש, מען האט האט געדארפט גראבן זייער טיף צוליב וואס דער נייער בית המדרש וועט זיין א שטאק אראפ, פלוס וואס די בורות פון די מקוה איז נאך א שטאק אראפציר. מען האט געדארפט גיסן זייער אסאך קאנקריט אונטערן אלטן בנין צו אונטערפינען, דאס הייסט אז דער אלטער בנין האט זיך געהאלטן אויף דעם בארג וואס איז יעצט געווארן אוועקגעגראבן, און ווען מ'איז מחבר אזא געביידע צו אן אלטן עקזעסטירנדן דארף מען זיכער מאכן אז די אלטע בנין זאל נישט איינפאלן. און דאס האט גענומען היבש צייט, און עס איז זייער אן אחריות'דיגע ארבעט. ברוך השם אז מ'האט שוין געענדיגט דער חלק, און מ'האט שוין אנגעהויבן גיסן ווענט, זייער הויכע ווענט. אזוי אויך האלט מען שוין טיף אינמיטן די פלאמבינג ארבעט פון אונטער די ערד, וואס מ'דארף פארטיגן איידער מען קען צוגיין צו גיסן די פלאר. מען אינסטאלירט אלע אפלויף און וואסער פיייפס, און ווי נאר מען ענדיגט מיט די פלאמבינג אויף א חלק פונעם שטח, גייט מען תיכף צו צו גיסן די צעמענטענעם פלאר פונעם אונטערשטן שטאק.

מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף האפט מען צו ענדיגן די גאנצע פלאמבינג און פלאר ביז קומענדיגע וואך, און ב"ה די האלץ פאר די פרעימינג איז שוין אויך אנגעקומען, און מיט'ן אויבערשטנס'ס הילף וועט מען זיך נעמען צו די האלץ פרעימינג ארבעט אין די קומענדיגע וואך.

מיר האפן אייך צו האלטן אינפארמירט מיט די לעצטע אפדעיטס אין די קומענדיגע וואכן מיט די פארשריט פון די ארבעט בסייעתא דשמיא. דער אויבערשטער זאל העלפן אז פון דעם בית המדרש זאל ארויסקומען אסאך תורה תפלה, און כבוד שמים.
פיילס
IMG-20250228-WA0025-large.jpg
אוועיטער
Coventry
פרישער באניצער
פאוסטס: 33
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:43 pm
x 61

בילדער וויאזוי די נייע ביהמ"ד אין שטעטל וועט אויסזען מיטן אייבערשטענס הילף

פאוסט דורך Coventry »

.
פיילס
IMG-20250228-WA0023-large.jpg
IMG-20250228-WA0029-large.jpg
IMG-20250228-WA0032-large.jpg
אוועיטער
Coventry
פרישער באניצער
פאוסטס: 33
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:43 pm
x 61

Re: ביהמ"ד החדש אין קרית ברסלב ליבערטי

פאוסט דורך Coventry »

.
פיילס
IMG-20250228-WA0021-large.jpg
IMG-20250228-WA0022-large.jpg
אוועיטער
Coventry
פרישער באניצער
פאוסטס: 33
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:43 pm
x 61

מען מאכט שוין די פרעימינג ביים נייע ביהמ"ד אין שטעטל - עש"ק תצוה תשפ"ה

פאוסט דורך Coventry »

.
פיילס
WhatsApp-Image-2025-03-07-at-17.31.02_c9c63edd-large.jpg
IMG-20250307-WA0011-large.jpg
IMG-20250307-WA0010-large.jpg
אוועיטער
Coventry
פרישער באניצער
פאוסטס: 33
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:43 pm
x 61

אנגעקומען שיפמענט פון האלץ פאר די דאך פון די נייע שול אין שטעטל - ב' כי תשא תשפ"ה

פאוסט דורך Coventry »

.
פיילס
IMG-20250311-WA0001-large.jpg
אוועיטער
Coventry
פרישער באניצער
פאוסטס: 33
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:43 pm
x 61

Re: ביהמ"ד החדש אין קרית ברסלב ליבערטי

פאוסט דורך Coventry »

פארשריט מיט די בוי ארבעט ביי די ביהמ"ד אין שטעטל - ה' כי תשא תשפ"ה
פיילס
IMG-20250313-WA0015-large.jpg
אוועיטער
Coventry
פרישער באניצער
פאוסטס: 33
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:43 pm
x 61

געהויבענע מעמד "יציקת הבורות", ביים נייעם גרויסן בית המדרש אין שטעטל

פאוסט דורך Coventry »

געלויבט דעם אייבערשטן אז די ארבעט צו בויען דעם נייעם שול גייט גאר שנעל, עס דערקענט זיך די תפילות פון אלע אנשי שלומינו וואס בעטן דעם אייבערשטן אז אלעס זאל פארן שנעל אן קיין מכשולות, מען זעט א ספעציעלע סייעתא דשמיא, און די ארבעט פארט שנעל און געשיקט, קוים האט מען געמאכט די פלענער, און יעצט האלט מען שוין נאכן גראבן, מען האט שוין געגאסן די יסודות, די ווענט, די אונטערערדישע פלאמבינג, די סלעב פונעם אונטערשטן שטאק, מען האלט שוין טיף אינמיטן די פרעימינג, מען לייגט שוין אפילו די באלקענעס פארן דאך, די דרויסענדיגע סטרוקטור איז שוין כמעט פארטיג.

יעצט איז געקומען די צייט צו גיסן די בורות פאר די מקוה, אין וואס די פילע שטעטל איינוואוינער וועלן זיך מקדש און מטהר זיין טאג טעגליך איידער מען גייט דאווענען, אזוי אויך פאר א מצוה, אדער ערב שבת ויום טוב. דער בוי מייסטער מוה"ר אברהם שבתי מזרחי הי"ו האט אפגעקויפט די זכיה פון די בורות המקוה לע"נ זיינע זיידעס און באבעס, מען בויעט בעז"ה דריי בורות, איין בור וועט זיין מער לוילעך און איין בור וועט זיין מער הייס. איין בור איז נתנדב געווארן לע"נ ר' חיים ב"ר יעקב וזוגתו סאסא בת ר' יעקב ע"ה סאאל, דער צווייטער בור איז נתנדב געווארן לע"נ ר' משה ב"ר נסים יוסף וזוגתו רינה בת ר' רחמים ע"ה דאנא, און די דריטע בור איז לע"נ ר' דוד ב"ר שבתי וזוגתו פלורה בת ר' יצחק ע"ה מזרחי.

די גאנצע פראצעדור איז דורכגעארבעט געווארן דורך די תלמידי חכמים די למודי הכולל וואס זענען בקיעים אין די שווערע קאמפליצירטע הלכות מקוואות, וואס האבן אויסגעקנאטן און דורכגעטון דעם גאנצן סוגיא און זיכער געמאכט אז עס ווערט געבויעט בהידור רב ועל פי הלכה. יעצט ווען מען האט שוין געהאלטן דא איז דער ראש ישיבה שליט"א מיט די תלמידי חכמים פונעם כולל אראפ געקומען פערזעליך מיט צו האלטן ווי מען פירט אויס די ארבעט אויף די ריכטיגע וועג.

דער נדבן מו"ה אברהם שבתי הי"ו מיט זיינע קרובים בראש פון זיינע חשובע עלטערן זענען געקומען מיטהאלטן דעם פרייליכן מאמענט ווי מען גרייט זיך צו בויען א מקוה און האבן די זכיה אז א מקוה וועט זיין לעילוי נשמת פון די חשובע עלטערן נ"ע.

ווען מען האט געענדיגט גיסן האט מען געשטעלט לחיים אויפן טיש, מען האט זיך אראפ געזעצט און מען האט געזינגען עטליכע פרייליכע ניגונים לכבוד דעם געלעגענהייט, און דער ראש ישיבה שליט"א האט איבערגעלאזט דברי חיזוק פאר אלע פארזאמלטע.

מַה מִקְוֶה מְטַהֵר אֶת הַטְּמֵאִים אַף הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְטַהֵר אֶת יִשְׂרָאֵל
פיילס
WhatsApp-Image-2025-03-19-at-16.10.00_91720068.jpg
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4720
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 14048

Re: געהויבענע מעמד "יציקת הבורות", ביים נייעם גרויסן בית המדרש אין שטעטל

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

Coventry האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 20, 2025 6:32 pm געלויבט דעם אייבערשטן אז די ארבעט צו בויען דעם נייעם שול גייט גאר שנעל, עס דערקענט זיך די תפילות פון אלע אנשי שלומינו וואס בעטן דעם אייבערשטן אז אלעס זאל פארן שנעל אן קיין מכשולות, מען זעט א ספעציעלע סייעתא דשמיא, און די ארבעט פארט שנעל און געשיקט, קוים האט מען געמאכט די פלענער, און יעצט האלט מען שוין נאכן גראבן, מען האט שוין געגאסן די יסודות, די ווענט, די אונטערערדישע פלאמבינג, די סלעב פונעם אונטערשטן שטאק, מען האלט שוין טיף אינמיטן די פרעימינג, מען לייגט שוין אפילו די באלקענעס פארן דאך, די דרויסענדיגע סטרוקטור איז שוין כמעט פארטיג.

יעצט איז געקומען די צייט צו גיסן די בורות פאר די מקוה, אין וואס די פילע שטעטל איינוואוינער וועלן זיך מקדש און מטהר זיין טאג טעגליך איידער מען גייט דאווענען, אזוי אויך פאר א מצוה, אדער ערב שבת ויום טוב. דער בוי מייסטער מוה"ר אברהם שבתי מזרחי הי"ו האט אפגעקויפט די זכיה פון די בורות המקוה לע"נ זיינע זיידעס און באבעס, מען בויעט בעז"ה דריי בורות, איין בור וועט זיין מער לוילעך און איין בור וועט זיין מער הייס. איין בור איז נתנדב געווארן לע"נ ר' חיים ב"ר יעקב וזוגתו סאסא בת ר' יעקב ע"ה סאאל, דער צווייטער בור איז נתנדב געווארן לע"נ ר' משה ב"ר נסים יוסף וזוגתו רינה בת ר' רחמים ע"ה דאנא, און די דריטע בור איז לע"נ ר' דוד ב"ר שבתי וזוגתו פלורה בת ר' יצחק ע"ה מזרחי.

די גאנצע פראצעדור איז דורכגעארבעט געווארן דורך די תלמידי חכמים די למודי הכולל וואס זענען בקיעים אין די שווערע קאמפליצירטע הלכות מקוואות, וואס האבן אויסגעקנאטן און דורכגעטון דעם גאנצן סוגיא און זיכער געמאכט אז עס ווערט געבויעט בהידור רב ועל פי הלכה. יעצט ווען מען האט שוין געהאלטן דא איז דער ראש ישיבה שליט"א מיט די תלמידי חכמים פונעם כולל אראפ געקומען פערזעליך מיט צו האלטן ווי מען פירט אויס די ארבעט אויף די ריכטיגע וועג.

דער נדבן מו"ה אברהם שבתי הי"ו מיט זיינע קרובים בראש פון זיינע חשובע עלטערן זענען געקומען מיטהאלטן דעם פרייליכן מאמענט ווי מען גרייט זיך צו בויען א מקוה און האבן די זכיה אז א מקוה וועט זיין לעילוי נשמת פון די חשובע עלטערן נ"ע.

ווען מען האט געענדיגט גיסן האט מען געשטעלט לחיים אויפן טיש, מען האט זיך אראפ געזעצט און מען האט געזינגען עטליכע פרייליכע ניגונים לכבוד דעם געלעגענהייט, און דער ראש ישיבה שליט"א האט איבערגעלאזט דברי חיזוק פאר אלע פארזאמלטע.

מַה מִקְוֶה מְטַהֵר אֶת הַטְּמֵאִים אַף הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְטַהֵר אֶת יִשְׂרָאֵל
דא עפעס בילדער פון די מעמד?
אוועיטער
Coventry
פרישער באניצער
פאוסטס: 33
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:43 pm
x 61

Re: ביהמ"ד החדש אין קרית ברסלב ליבערטי

פאוסט דורך Coventry »

מען שלעפט די טראסעס פונעם נייע ביהמ"ד אין שטעטל - ג' ויקהל תשפ"ה
פיילס
WhatsApp-Image-2025-03-19-at-16.19.29_b3041f3a-large.jpg
אוועיטער
Coventry
פרישער באניצער
פאוסטס: 33
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:43 pm
x 61

Re: ביהמ"ד החדש אין קרית ברסלב ליבערטי

פאוסט דורך Coventry »

ווייטערדיגע פארשריט מיט די בוי ארבעט ביים נייע ביהמ"ד אין שטעטל - ג' ויקהל תשפ"ה
פיילס
WhatsApp-Image-2025-03-18-at-18.01.06_66759c44-large.jpg
WhatsApp-Image-2025-03-18-at-18.01.06_91cc32b8-large.jpg
אוועיטער
Coventry
פרישער באניצער
פאוסטס: 33
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:43 pm
x 61

Re: געהויבענע מעמד "יציקת הבורות", ביים נייעם גרויסן בית המדרש אין שטעטל

פאוסט דורך Coventry »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: פרייטאג מערץ 21, 2025 12:11 am

דא עפעס בילדער פון די מעמד?
פיילס
WhatsApp-Image-2025-03-19-at-22.29.25_be2da8ae-large.jpg
IMG-20250319-WA0040-large.jpg
IMG-20250319-WA0035-large.jpg
אוועיטער
Coventry
פרישער באניצער
פאוסטס: 33
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:43 pm
x 61

געהויבענע מעמד "יציקת הבורות", ביים נייעם גרויסן בית המדרש אין שטעטל

פאוסט דורך Coventry »

.
פיילס
IMG-20250319-WA0024-large.jpg
IMG-20250319-WA0028-large.jpg
IMG-20250319-WA0031-large.jpg
אוועיטער
Coventry
פרישער באניצער
פאוסטס: 33
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:43 pm
x 61

Re: ביהמ"ד החדש אין קרית ברסלב ליבערטי

פאוסט דורך Coventry »

ביים לייגן די טראסעס אויפן דאך פונעם נייע ביהמ"ד אין שטעטל - ה' ויקהל תשפ"ה
פיילס
WhatsApp-Image-2025-03-20-at-20.38.17_9839218e-thumbnail.jpg
WhatsApp-Image-2025-03-20-at-17.31.05_cad50797-thumbnail.jpg
אוועיטער
Coventry
פרישער באניצער
פאוסטס: 33
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:43 pm
x 61

Re: ביהמ"ד החדש אין קרית ברסלב ליבערטי

פאוסט דורך Coventry »

ביים גיסן די אריינגאנג צו די ווייבער שול פונעם נייע ביהמ"ד אין שטעטל - ד' ויקהל תשפ"ה
פיילס
WhatsApp-Image-2025-03-19-at-23.31.53_dc8a8d63-large.jpg
אוועיטער
Coventry
פרישער באניצער
פאוסטס: 33
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:43 pm
x 61

די ארבעט ביים נייע ביהמ"ד אין שטעטל רוקט זיך מיט א שנעלקייט ב"ה - עש"ק ויקהל תשפ"ה

פאוסט דורך Coventry »

.
פיילס
IMG-20250321-WA0006-large.jpg
IMG-20250321-WA0004-large.jpg
אוועיטער
Coventry
פרישער באניצער
פאוסטס: 33
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:43 pm
x 61

Re: ביהמ"ד החדש אין קרית ברסלב ליבערטי

פאוסט דורך Coventry »

א בליק פון אינעוויינדיג ביי די בוי ארבעט אויף די נייע ביהמ"ד אין שטעטל - ג' פקודי תשפ"ה
פיילס
IMG-20250325-WA0005-large.jpg
IMG-20250325-WA0003-large.jpg
אוועיטער
Coventry
פרישער באניצער
פאוסטס: 33
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:43 pm
x 61

Re: ביהמ"ד החדש אין קרית ברסלב ליבערטי

פאוסט דורך Coventry »

גרויסע פארשריט מיט די פרעימינג ביים נייע ביהמ"ד אין שטעטל - ה' פקודי תשפ"ה
פיילס
WhatsApp-Image-2025-03-27-at-13.34.43_bca6099f-large.jpg
אוועיטער
Coventry
פרישער באניצער
פאוסטס: 33
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:43 pm
x 61

Re: ביהמ"ד החדש אין קרית ברסלב ליבערטי

פאוסט דורך Coventry »

ווייטערדיגע פארשריט ביי די נייע ביהמ"ד אין שטעטל - עש"ק פקודי תשפ"ה
פיילס
IMG-20250329-WA0005-large.jpg
אוועיטער
Coventry
פרישער באניצער
פאוסטס: 33
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:43 pm
x 61

Re: ביהמ"ד החדש אין קרית ברסלב ליבערטי

פאוסט דורך Coventry »

.
פיילס
IMG-20250329-WA0002-thumbnail.jpg
אוועיטער
בערל דער פייפער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 943
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 1286

Re: ביהמ"ד החדש אין קרית ברסלב ליבערטי

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

וויפלטע בית מדרש אין שטעטל איז עס?

און וויפל סקווער מייל גרויס וואוינט מען שוין?
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
שרייב פאוסט