סא פארוואס 1010 בעדפארד וויל ער יא?שיך באקס האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 10:29 pm @ווייסע זאקן דו זאגסט אז ערשטנס ס'נישט דא קיין עסקנים, צווייטנס זיי מיינען רייך צו ווערן, דריטנס אידן ווילן נישט אהינגיין, פערטנס מ'דארף מופן קיין מאנסי, פיפטנס וואס טוצעך מיט 1010 בעדפארד.
זאל איך ענטפערן אויף אלעם? אדער ענדערשט איין תירוץ אז דו זוכסט דא עפעס אנדערש ווי דאס וואס דו זאגסט.
בנוגע 1010 בעדפארד, ער האט עס געבויט אידיש, ס'האט אפילו 2 סיקנס אין קאך, ס'נישט עכט אויסגעשטעלט גוי'איש. למעשה האט ער אריינגערופן גוי'אישע פאנדס. שפעטער האט ער געזאגט אז ער האט זיי נאר אריינגערופן ווייל ער האט געמוזט האבן אן אפשאצונג פאר די באנק. סוי איך ווייס נישט אויף למעשה.
בנוגע בארום, אידן ווילן וואוינען דארט, 20 אידן - וגם אחי בתוכם - האבן זיך שוין געהאט פארפליכטעט בעפאר פסח א מיליאן דאלאר ווען מ'האט געזוכט צו שאפן דאס געלט עס אויסצוקויפן לטובת אידן, וואס ער האט געפאדערט א גרויסע סכום הארד מאני. אבער ווען מ'האט עס באוויזן צו ברענגען האט ער חוזק געמאכט.
סוי אידן לעכצן דערנאך, ס'איז סאך נענטער - ממש באהאפטן - צום היימישן וויליאמסבורג ווי לאפאיעט וואו מען גייט יעצט... נאר דער בחור וויל נישט! ווייל ער וויל אונז מחנך זיין צו גיין קיין פלארידא און קיין אלאסקא! (ששש איך האב ביז היינט נישט געשריבן דאס אלעס, אבער שוין).
אבער דאס ביסטו מודה אז קיינער האט נישט געוואלט מופן אויף בארום געגענט די לעצטע 27 יאר , נאר יעצט האסטו באשלאסן אז די ווילסט יא , ווערט נאך יענער נישט קיין מסית ומדיח אז ער גייט נישט אין שפאן , איך ווייס נישט די צווייטע צד פון די מעשה, אבער עפעס מאכט נישט קיין סענס , אז 1010 בעדפארד וויל ער יא, און דא נישט, פעטש און טערער ארבייט נישט אין 2023, קענסט ארבעטען ווי א נארמאלע מענטש וועסטו אנקומען , און בכלל איז עס נישט נוגע פאר 99 פארצענט וויליאמסבורגע אידן , סאיז סך הכל נוגע די איין פארצענט רייכע אידן , 99 פארצענט קען נישט עפארדען די טייערע רענטעל און סעילס פרייזן , סא ווי מען זאגט אבי נישט צווישען אידן, די בנין איז סייווי אינדרויסן פון וויליאמסבורג , גייט נישט אויסמאכן גארנישט לגבי אידישקייט, אפילו נישט פאר בארום אידן, זיי זענען געוואינט שוין 27 יאר צו וואינען ארומגענומען מיט גוים , אין אנדערע ווערטער סאיז א שטורעם אין א גלעזעל וואסער פון בנין נערים סתירה, טו א קוק ווי אידן שוויצען און בויען נייע שטעטלעך און לערן דיך אפ פון זיי וואס עס מיינט מיינען אמת'דיג אידישקייט, אז מען מיינט עס ערענסט העלפט די אייבערשטער , אבער אז מען מיינט זיך, צו די נגידים ווילן זייערע קינדער זאלן בלייבן וואינען צווישען זיך אדער אנדערע תאוות , זעט עס אויס ווי אזא מערכה ווי דעס,
די מינוט איך פרעג דיר פארוואס 1010 בעדפארד איז נישט פארדינגען פאר אידן,ציסטו אפ פון שטח... און מיטאמאל ווייסטו נישט גארנישט, וועיק אפ ענד סמעל די קאפי