לאקאלע נייעס פון ניו יארק
- never say never
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 411
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 8:32 pm
- x 721
Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק
67 יאר אלט געוועזענע גאווערנאר ענדראו קאומאו אפציעל געמאלדן אז ער לויפט פאר מעיאר
איינער וואס זיכט סיי וועלכע שפילער און זינגער פאר סיי וועלכע שמחה קען מען רופן אדער טעקסטן צו
845-243-0215
אדער קען מען שיקן אן אימעל צו
Mb8217138@gmail.com
ערשטמאליגער אייוועלט מנהלים קאנפרענץ צווישן פינעף מנהלים און אחראים | @מאנראו - 4000!!!845-243-0215
אדער קען מען שיקן אן אימעל צו
Mb8217138@gmail.com
Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק
באריכטן זאגן אז זיבן מענטשן זענען שוין אומגעקומען אין ניו יארקער תפיסות זייט גארדס האבן אנגעפאנגען צו סטרייקן פאר צוויי וואכן צוריק.
Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק
א פרישע אנקעטע אויף די מעיאר פארמעסט אין ניו יארק סיטי ווייזט אז ענדרו קואמא געניסט ווייטער פון א גאר ברייטע אויבערהאנט
Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק
משפחות פון קאוויד אומגעקומענע זענען גרייט אים צו באקעמפן מיט אלע מיטלען
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק
ערגעץ אפיציעל געמאלדן?
Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק
ס'איז געווען באריכטעט אז אקטיוויסטן האבן געגרינדעט אן אנטי-קאומא גרופע.
נ.י. סיטי פייער באטאליאן טשיעף סיען ניומען האט זיך געלאזט הערן שארף אז זיין טאטע איז געשטארבן ביי קאוויד און אז קאומא וועט מאכן צרות.
נאך עטליכע משפחות האבן זיך געלאזט הערן.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק
ניו יארק סיטי מעיאר עריק עדעמס האט געמאלדן די אויפנאמע פון 4 נייע דעפיוטי מעיארן צו ערזעצן 4 וועלכע האבן געמאלדן וואכן צוריק אז זיי גייען רעזיגנירן
Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק
אויספארשער אין לאנג איילענד האבן באשטעטיגט אז די בראש פייערן עטליכע טעג צוריק האבן זיך אנגעפאנגן בטעות דורך אן איינוואוינער
Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק
א גרופע פון מער ווי 160 דעמאקראטישע געזעצגעבער שיקן א בריוו צו ניו יארקער פארטיי פירער זיך ארויס צו שטעלן אקעגן די מעיאר קאמפיין פון קואמא
Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק
דער פעדעראלער טראנספּארטאציע סעקרעטאר שאן דאפי האט נעכטן געסטראשעט צו בלאקירן פעדעראלע טראנזיט געלטער פון ניו יארק'ס "עם-טי-עי" איבער פארברעכנס און זיכערהייט פּראבלעמען אויף דער סיטי סאבוועי סיסטעם, צווישן אנדערע פּראבלעמען. דאפי זאגט אז צו קענען ווייטער געניסן פון פעדעראלע פאנדינג, וועט די עם-טי-עי מוזן פארזיכערן א זיכערע און ריינע אטמאספערע און רעדוצירן פארברעכנס, און צושטעלן דאקומענטן פון איר פּלאן וויאזוי זי וועט דאס דערגרייכן
Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק
גאווערנאר האקול זאגט אז קאמערעס פון ניו יארק'ס קאנדזשעסטשאן טאלס וועלן בלייבן אנגעצינדן אפילו נאך טראמפ'ס פרייטאג דעדליין
Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק
טראנספארטאציע סעקרעטערי געט א 30-טעג פארלענגערונג פאר ניו יארק גאווערנער זיך ציצושטעלן צו א פארלאנגן אפצושטעלן די קאנדזשעסטשין טאלל
Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק
כאמאס האט פארעפענטליכט א ווידעא רעקארדירונג מיט לעבענס צייכענעס פון צוויי משכונות וועלכע געפונען זיך אין געפענגעיש ביי די טעראר גרופע
- רעגענדיגע זונטאג
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 709
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:17 pm
- x 1336
- never say never
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 411
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 8:32 pm
- x 721
Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק
רעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 24, 2025 6:22 pmזיי זענען פארכאפט אין ניו יארק??
שרעקעדיג!!



איינער וואס זיכט סיי וועלכע שפילער און זינגער פאר סיי וועלכע שמחה קען מען רופן אדער טעקסטן צו
845-243-0215
אדער קען מען שיקן אן אימעל צו
Mb8217138@gmail.com
ערשטמאליגער אייוועלט מנהלים קאנפרענץ צווישן פינעף מנהלים און אחראים | @מאנראו - 4000!!!845-243-0215
אדער קען מען שיקן אן אימעל צו
Mb8217138@gmail.com
Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק
אינעם 44'סטן קאונסיל דיסטריקט ספעשל עלעקשן (פון קלמן יעגער וואס האט נארוואס געוואונען דעם 41'סטן סטעיט אסעמבלי זיץ אין אלבאני)
מיט 98.82 פון די שטימען געציילט האט דער רעטייערטער סטעיט סענאטאר שמחה פעלדער 4,479 פון די שטימען 81.69%.
העשי טישלער האט 949 17.31%.
און 55 1% איז רייט-אין.
מיט 98.82 פון די שטימען געציילט האט דער רעטייערטער סטעיט סענאטאר שמחה פעלדער 4,479 פון די שטימען 81.69%.
העשי טישלער האט 949 17.31%.
און 55 1% איז רייט-אין.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק
די ניו יארק סטעיט לעגיסלאטור באטראכט די מעגליכקייט פון איינשטעלן א מאסק פארבאט אין פובליק פלעצער, כדי צו פארמיידן פארברעכער פון פארדעקן דעם פנים און אויסמיידן צו ווערן אידענטיפיצירט.
Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק
איך מיין עס איז שוין דא אזא פארבאט פון יארן צוריק. גיין מיט א סקי מאסק איז אמאל געווען אומלעגאל
Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק
די קארופציע קעיס אקעגן ניו יארק סיטי מעיאר עדעמס איז געקומען צו א ענדע, ווען א פעדעראלע ריכטער האט באשלאסן ארויס צו ווארפן דעם קעיס
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 132
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 6:29 pm
- Location: אין באבל....
- x 131
Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק
און אויכעט האט די ריכטער גערולט אז די קעיס איז ענדגילטיג ארויס געווארפן אן א מעגליכקייט עס צוריק ארויף צוברענגן, וואס מאכט אז עריק עדעמס זאל מער נישט זיין אנגעהאנגן און פאר'משכונט צו די טראמפ אדמיניסטראציע.