Yankel האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 17, 2025 7:02 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 17, 2025 6:58 pm
@חושן דו ווילסט מאכן ליצנות אדער דו ווילסט פראוון עני פוינט? אדרבה וואס האלט איר וואו איז דער גדר? ביז וואו איז קרית יואל? וואס זאל מאכן רוט 208 נישט צו זיין א חלק פון קרית יואל און קאונטי רוט 105 יא? גיב א שטיקל מהלך. וואס איז "לויט דיר" דער גדר ביז וואו קרית יואל גייט?
למעשה אלע ליצנות אין א זייט געלייגט,
סקווירא ווייסט מען אז ביז א מייל הייסט סקווירא ותו לא, דארף מען וויסען ביז ווי הייסט קרית יואל אז עס זאל נישט ארויסקומען קיין פראבלעמען
(ווייל למשל אויב מענטשען וואס ניצען סערוויסעס פון קרית יואל וועלן אנקומען ביז נעבן גיבערס גייט וויז׳ניץ דארפען אוועק גיין פון דארט???)
די סיבה פארוואס סקווער לאזט נישט מאנסי אידן וואוינען אין די מייל פון סקווער איז נישט וויל ביז א מייל איז נאך סקווער. נאר פארקערט אויב וועלן וואוינען מאנסי אידן אין די מייל פון סקווער וועט סקווער. ווערן א חלק פון מאנסי! אזוי ווי כתר, ספרינג וועלי, עירמאנט, טשעסנאט רידזש, פאמאנע, ועד
אפ' סקווער האט א אייגענע ווילדזש, א אייגענע קארט הויז, א עקסטערע הצלה, מצלי אש\חבירים (ערשט הילף), א אייגעגענע טרנזיט סיסטעם, ועוד.... איב וואוינען ארום סקווער מאנסי אידן איז עס א חלק פון מאנסי
פארדעם ארבעטן זיי אזוי שווער אז מאנסי אידן זאלן נישט וואוינן אין די מייל פון סקווער און פארדעם האט סאטמאר מיט מסירות נפש אויפגעגעבן אויף די לאט פון די ת''ת כדי נישט צו חרוב מאכן סקווער
יעדער איז מודה אז איבעראל ווי מאנסי אידן וואוינען איז א חלק פון מאנסי לכל דבר !!!
למשל נייעק ווי ס'וואוינען ישט דעווייל מאנסי אידן איז נאר די גלילות פון מאנסי אויב ועלן דארט אריין מאפן עטליכע מאנסי איינוואוינער וועט עס נאך אלץ הייסן גלילות מאנסי ווען מער אידן פון מאנסי וועלן מאפן קיין נייעק וועט נייעק אויך ווערן אנגעריפן מאנסי לכל דבר
להלכה איז נישט קיין נפקא מינה צוווישן די עצם שטאט און די גלילות איב איז דא א מרא דאתרא אדער אוב אלע רבנים פון מאנסי נעמען זיך צוזאם און פורן דרך תקנות איז עס מחייב אלע אידן סיי פון די שטאט און סיי פון די גלילות
ווי ווייט די גלילות גייט ווענדזיך אין די מציאות און יעדע פלאץ איז אנדערש
לגבי בלומינגראוו: בלומינגראוו איז באוואוינט מיט קרית יואלע איד,ן די אידן דארט זענען מאמבערס אין די קרית יואלע קהילות, זיי שוקן אין די מוסדות פון קרית יואל איז עס א חלק פון קרית יואל לכל דבר
אלע קהילות פון קרית יואל האלטן אז בלומינגראוו איז א חלק פון קרית יואל אפ' די קהילה פון מהרי''י
די דעת בעל הבית פון UJC עסקנים זענען די איינצוגסטע וואס וואס האלטן אנדערש