► Show Spoiler
אלע צוזאמען האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 17, 2025 4:41 pm א פרייליכן שיבסר פון קאסא גראנדע אריזאנע!
א הערליכע דערהויבענער יום טוב פורים איז אריבער אויף תושבי קאסא גראנדע, בשמחה וששון ויקר האט מען פארברענגט אינאיינעם און מקיים געווען די מצוות היום בהידור, זיך געפרייט צוזאמען און געטאנצן אויף דעם ליהודים היתה אורה.
לאמיר פרובירן מיט אביסעלע ווערטער איבערגעבן די סדר הדברים פון וויאזוי מיר האבן געפראוועט דעם הייליגן יום טוב, און ווי פארשטייטזעך איז דאס אפס קצהו און עס איז אוממעגליך אראפצושרייבן א הייליגער יום טוב אין א היימישער ישוב (האט נישט דווקא מיט קאסא גראנדע), איך שרייב עס אראפ פאר מיר צו געדענקן, עס קען זיין אז געוויסע פרטים איז נישט אינטרעסאנט פארן עולם אבער איך וועל עס לייגן אזוי ווי איך האב עס אפגעשריבן פאר מיר.
תענית אסתר
אום תענית אסתר זענען די תפילות פארגעקומען כרגיל אין בית מדרשינו (1775 נארט מקדאנעלד סטריט), און ארום איינס אזייגער מיטאג האבן זיך די ילדי תלמוד תורה עץ חיים ד'קאסא גראנדע אריזאנע צוזאמגענומען אין בית המדרש (געווען נאר א האלבע טאג חדר כרגיל) ווי מען האט געהערט דברי התעוררות פונעם מלמד הרב ישעי' שלעזינגער הי"ו און דערנאך האבן די קינדער אינאיינעם געזאגט תהלים קאפיטל כ"ב 'למנצח על אילת השחר'.
תפילת מנחה איז פארגעקומען ווי געווענדליך 5:45 (צו קענען דאווענען פארן שקיעה, היות עס זענען דא עטליכע וויזניצע יונגערלייט) און מען האט מקיים געווען מנהג מחצית השקל ווען די צדקה גייט פאר די מתנות לאביונים פאר עניי עירך.
מעריב האט מען געדאוונט 7:30 און תיכף דערנאך האט מען זיך געשטעלט ליינען די מגילה וואס איז פארגעליינט געווארן בבקיאות גדול דורכ'ן בעל קורא הרב ישעי' שלעזינגער הי"ו, נאך מגילה ליינען איז געווען צוגעשטעלט צו אויספאסטן דורך ר' נחמן לעפקאוויטש הי"ו לרגל די חדר פירן פון בנו הילד מענדל (וואס איז פארגעקומען תענית אסתר צופרי אין ת"ת עץ חיים).
חוץ פון די קריאת המגילה אין בית מדרשינו (1775 מקדאנעלד סטריט) ווי די עזרת נשים איז געווען אפן איז אויך געווען עקסטער קריאת המגילה לנשים (אז די מענער זאלן קענען אכטונג געבן אויף די קינדער) בבית משפחת פאכטמאן.
סעודת פורים ביינאכט האט יעדער איינער געפראוועט ביי זיך אינדערהיים, און טייל משפחות האבן זיך צוזאמגענומען צו עסן אינאיינעם.
פורים
שחרית פורים צופרי האט מען געדאוונט 7:45 און ארום 9 אזייגער האט מען געליינט די מגילה, נאכאמאל דורכ'ן בעל קורא מומחה הרב ישעי' שלעזינגער הי"ו, נאכן דאווענען איז געווען א שיינעם לחיים אין בית המדרש.
נאכן דאווענען איז געווען א הערליכע מחזה ווי דער ציבור האט זיך אוועקגעזעצט לערנען אין ישיבת מרדכי הצדיק, כל אחד במה שלבו חפץ, עלטערן מיט די קינדער, אינגערלייט מיט די חברותות, נישט אריבערצוגיין א טאג אן תורה.
עקסטער איז געווען נאכאמאל קריאת המגילה לנשים אין עטליכע שטובער.
סעודת פורים אינדערפרי האט יעדער איינער אנגעהויבן ביי זיך אין שטוב, ווען צו יעדע צייט נעמען זיך צוזאם עטליכע משפחות אין איטליכער הויז נאך וואס דער עולם גייט ארום טיילן משלוח מנות איש לרעהו.
ארום 2:30 האט זיך דער ציבור אנגעהויבן צוזאמנעמען אין בית מדרשינו אויף די משתה היין און צווייטע חלק פון די סעודת פורים.
דער משתה היין אין בית מדרשינו איז געווען גאר דערהויבן ווי די סעודה ושתיה און די ריקודים בתופים ובמחולות זענען אנגעגאנגען ביז ארום א שעה צום זמן הדלקת הנרות.
איידער הדלקת הנרות זענען עטליכע אינגערלייט אריבערגעקומען אין בית המדרש צוצוגרייטן צום שבת, און ביים זמן השקיעה איז שוין דער בית המדרש געווען צוזאמעגענומען און גערייניגט גרייט צו מקבל זיין דעם שבת קודש.
תפילת מנחה וקבלת שבת איז פארגעקומען אין די געווענדליכע צייט (ווען עטליכע אינגערלייט זענען נאך במצב עד דלא ידע) מיט עקסטערע ריקודים כנהוג בתפוצות ישראל.
- - -
(עס דארף ארויסגעברענגט ווערן לשבח פון די עסקני הקהילה וואס האבן מיט געטריישאפט געשאפט הערליכע סכומים פון מתנות לאביונים שע"י קופת הרב וואס האט באוויזן צוצושטעלן עטליכע הונדערט דאלער מתנות לאביונים בו ביום פאר די עניי עירך תושבי קאסא גראנדע, זכותם תעמוד בעדם - אויב ווילט איר נאך האבן א חלק אין די מעות חטים פאר תושבי קאסא גראנדע קענט איר זיך פארבינדן אין טישי).
- - -
שושן פורים
שחרית שבת קודש כרגיל.
נאך תפילת שחרית איז געפראוועט געווארן א גרויסע קידוש לכבוד היום (עס איז אלעמאל דא א קידוש אין בית המדרש היות א חלק עולם קומט פון א ווייטע וועג - קרוב צו א האלבע שעה) ווי דער עולם האט פארברענגט, געזינגען און זיך געפרייט פאר א לענגערע צייט.
מנחה ושלש סעודות כרגיל.
מוצאי שבת איז באשלאסן געווארן אז מען וועט ענדישער פראווענען א גרעסערע שושן פורים סעודה אויף זונטאג ווי צו אריינצוען א שפעטע מלוה ד'מלכה וואס קען צופירן צו די פארשפעטיגונג פון תפילת שחרית, און אזוי האט מען טאקע געטוהן.
שושן פורים המשולש
נאך תפילת שחרית האט מען געהערט די וועכנטליכע הלכה שיעור פונעם רב שליט"א (הרה"ג רבי אברהם ראבינוביץ שליט"א אב"ד קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע), צווישן אנדערע האט מען גערעדט איבער הלכות פון יין מגולה, איז פרשת פרה א דאורייתא? און נאך (עס איז כדאי אנצומערקן אז די סדר הפורים, די זמנים וואס יא צוטאן און וואס נישט צוטאן איז אלץ געווען ע"פ הדרכתו פונעם רב שליט"א וואס שטייט על משמר העיר בהדרכה בעצה ובתשועה אויף טריט און שריט).
3 אזייגער איז געפראוועט געווארן א גרויסע סעודת שושן פורים אין בית מדרשינו (אנשים, נשים - אין שטוב פון משפחת דאנציגער) ווי עס איז געווען צוגעשטעלט א ברייטע סעודה לכבוד היום (על הטוב יזכר ר' מנחם פאכטמאן הי"ו פון Salt N Pepper וואס האט צוגעשטעלט א גרעסערע חלק פונעם סעודה) פאר כל הקהל הקודש, מען האט געזינגען אינאיינעם און געהערט דברי בדחנות פון איינער פון די אינגערלייט, אזוי אויך איז געווען א הוק אפ פון דברי תורה פון איינער פון די חברים אין ניו יארק.
מען האט געבענטשט 5:45 און תיכף זיך געשטעלט צו תפילת מנחה.
ויום טוב היה עושים בצאתו בשלום מן הקודש.
(איך האף בעזר השם צו האבן צוזאמגענומען עטוואס בילדער ביי מארגן אדער שוין היינט נאכט, צו קענען ממחיש זיין דעם פורים בתמונה, אבער ווי אלעמאל, 'דאס איז נישט דער עיקר').
ישיבת מרדכי הצדיק אין בית המדרש קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע (1775 נארט מקדאנעלד סטריט) נאך תפילת שחרית וקריאת המגילה.
- ישיבת מרדכי הצדיק.jpg (260.01 KiB) געזען געווארן 1822 מאל
- ישיבת מרדכי הצדיק 1.jpg (213.13 KiB) געזען געווארן 1822 מאל
- ישיבת מרדכי הצדיק 2.jpg (271.75 KiB) געזען געווארן 1281 מאל