איד האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 28, 2025 1:55 am
ווען איך קויף א סידי, און איך דארף עס מער נישט מעג איך עס אוועק געבן פאר א צווייטען?
און וואס איז באופן אויב איך געב אים עס נישט, וועט ער קויפן א נייע?
וואס איז סתם בארגן א סידי?
(מיין קשיות זענען, אויב די ארויסגעבער האט נאך געלאזט ביי זיך געוויסע רעכטן)
עפ"י הלכה איז נישטא אזא זאך אז דו קויפסטו א זאך און דו טארסט נישט טון דערמיט וואס דו ווילסט, חוץ אויב דו מאכסט עס פאר ביזנעס דאן איז דא השגת גבול. נאכדעם איז דא ואהבת לרעך כמוך און דו טארסט נישט שעדיגן א איד וואס האט געשוויצט פאר עפעס. אז יענער האט ארויסגעגעבן א סידי און דו גייסט עס טיילן פאר מענטשן מאכסטו יענעם שאדן.
דאס איז אבער נישט נוגע כלפי א זינגער וואס זינגט אויף א חתונה. זיין זינגען איז נישט פאר די סידי נאר פאר די חתונה.