עהעם האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 19, 2025 2:53 pm
אויב זיי וואלטן געגאנגען מיט דעם מהלך עד הסוף וואלטן זיי זיכער מצליח געווען, נאר היות מ'האט געמאכט א טשאלנט פון די הנהלה פארברעכנס מיט די קהילה, און אינאיינוועגס געוואלט פארמאכן דעם אומפאפולערן קהילה פאר יעדע פרייז, האט מען נישט דאס און נישט דאס
ווילאנג די פירער קענען ווייטער דיקטירן זייערע באפעלן פון טורמע, און אנדערע קהילה מיטגלידער קענען איבערנעמען די פירערשאפט לייצעס, אזוי ווי ביידע פון די האט פאקטיש פאסירט אין די עבר ווען נחמן העלבראנץ, מאיר יששכר ראזנער, און די וויינגארטן ברודערס זענען ארעסטירט געווארן, איז נישטא קיין שום אויפטוה ווילאנג מ'באצווינגט נישט די עלטערן גענצליך איבערצולאזן די קולט, ווייל די קולט קען ווייטער אנגיין אומגעשטערט.
דאס ארעסטירן די פירער איז אייגנטליך וויכטיג צוליב זייערע אומגעהויערע אכזריות'דיגע מעשים, און אז זיי זאלן נישט קענען איבערפלאנצן די קולט ערגעץ אנדערש, אבער פאר די גענצליכע אויפלעזונג פון די קולט איז עס ווייט פון גענוג.
און טאקע צוליב די קלוגע שריט פון די עסקנים צו פאקוסירן אויף ביידע זאכן, האלט מען ב''ה אינמיטן עררייכן די גאנצע ציל בשלימות בעז''ה.
אין קורצן:
אן די הנהלה, איז דא בכלל א קהילה?
די קהילה פארמאגט דאך נישט קיין פינטל אידישקייט, לימוד התורה, שמירת שבת, "וד"ל", וכו' וכו', טא אויב אזוי:
וואס מיינט "איבערלאזן די קהילה אן די הנהלה", ווען די גאנצע צוזאמשמעלץ אלס קהילה איז "אמונת הנהלה" ותו לא. (כ'האף אז אויף דעם איז נישטא קיין חולק).
עהעם האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 19, 2025 2:53 pm
אויב זיי וואלטן געגאנגען מיט דעם מהלך עד הסוף וואלטן זיי זיכער מצליח געווען, נאר היות מ'האט געמאכט א טשאלנט פון די הנהלה פארברעכנס מיט די קהילה, און אינאיינוועגס געוואלט פארמאכן דעם אומפאפולערן קהילה פאר יעדע פרייז, האט מען נישט דאס און נישט דאס
ווילאנג די פירער קענען ווייטער דיקטירן זייערע באפעלן פון טורמע, און אנדערע קהילה מיטגלידער קענען איבערנעמען די פירערשאפט לייצעס, אזוי ווי ביידע פון די האט פאקטיש פאסירט אין די עבר ווען נחמן העלבראנץ, מאיר יששכר ראזנער, און די וויינגארטן ברודערס זענען ארעסטירט געווארן, איז נישטא קיין שום אויפטוה ווילאנג מ'באצווינגט נישט די עלטערן גענצליך איבערצולאזן די קולט, ווייל די קולט קען ווייטער אנגיין אומגעשטערט.
דאס ארעסטירן די פירער איז אייגנטליך וויכטיג צוליב זייערע אומגעהויערע אכזריות'דיגע מעשים, און אז זיי זאלן נישט קענען איבערפלאנצן די קולט ערגעץ אנדערש, אבער פאר די גענצליכע אויפלעזונג פון די קולט איז עס ווייט פון גענוג.
און טאקע צוליב די קלוגע שריט פון די עסקנים צו פאקוסירן אויף ביידע זאכן, האלט מען ב''ה אינמיטן עררייכן די גאנצע ציל בשלימות בעז''ה.
ווען מ'פארלייגט זיך ווען בלויז אויף וואס מ'דארף, דאס הייסט איינזעצן די פירערס, און נישט אויף דאס אויפלעזן די קהילה, וואלט מען געקענט באווייזן זיי צו דערשטיקן אינגאנצן.
נחמן העלבראץ זיצט אין תפיסה שוין מער ווי 5 יאר, און ביז זאת חנוכה האט ער געהאט א סעלפאון פון וואס ער האט אלעס דיקטירט. האק נישט אין קאפ מיט דיינע נאנסענס.
א קורצערע אויסצוג וויאזוי דער אכזר ורשע נחמן העלבראנץ רעדט צו די פרויען וועגן "תיקונים" וואס די מענער דארפן זיך אונטערנעמען ביז 24 שעה כדי צו קענען בלייבן מיט די ווייב און קינדער.
דער אכזר רעדט דא פון טורמע און גיבט איבער אינסטרוקציעס פאר די פייניגונגען.
וואס איז די דעפענישן פון אביוז?
איך מיין אז אויב מ'קוקט מיט א פארגרעסערונג גלאז קען מען אין יעדע אידישע שטוב טרעפן פעלער פון אביוז
איינשפארן אין שטאל מיט בהמות איז נישט גענוג? שלאגן מלקות מכות רצח עד זוב דם איז נישט גענוג? חתונה מאכן ביי די 12-13 און דערנאך צווינגען צו האבן קינדער אינדערהיים אנע דאקטאר איז נישט גענוג?
און יא, איך קען פערזענליך פעלער וואו די עלטערן האבן אביוזד די קינדער היבש ווייניגער ווי די סטענדערט מלקות אין לב טהור, און על פי הוראת הרבנים האט מען אריינגעמישט טשיילד פראטעקטיוו סערוויסעס.
ביי לב טהור איז עס געגאנגען אביסל אנדערש, מוסרים האבן אריינגעמישט די גאווערמענט, און ווען מ'האט געזען אז מ'קען עס מער נישט הענדלען האט מען אריינגעמישט עסקנים מיט רבנים, די קאמפיין האט זיך נישט אנגעהויבן דורך רבנים.
פרעג אן הצלה מעמבער וויפיל מענטשן אין ברוקלין האבן קינדער אינדערהיים אן א דאקטער.
ווי שוין געזאגט, יעדע זאך ווענדט ווער און ווי אזוי מ'דיפיינדט די זאך

אין א ערשטמאליגע אנטוויקלונג האבן עטליכע קינדער וועלעכע זענען שוין די לעצטע פאר חדשים אין די שעלטער אויפגעטרעטן פארן געריכט אין גוואטמאלא, און קלארגעשטעלט פארן שופט אז זיי ווילן גענצליך ארויסגיין פון לב טהור אפגעזען וואס די תנאים זענען.
אינעם זעלבן צייט ארבעטן די געטרייע עסקנים יומם ולילה, אויף נאך פארשידענע פראנטן, ארויסצוברענגן די קינדערלעך ווי שנעלער מעבדות לחירות.
נישט אלעס האלט דער עולם מיט, אבער די היינטיגע וואך אין געריכט האט אפגעקאסט איבער 60 אלפים! דאס איז חוץ פון נאך אנדערע לעגאלע הוצאות ארויסצוברענגן פאמיליעס פון כנישתא חדא וועלעכע האבן אפגעקאסט איבער 20 אלפים.
בנוסף צו דעם קאסט נאך אפ די הוצאות פון די וואלנטירן וועלעכע זענען אויפן ארט, און גייען ארום באזוכן די קינדערלעך, זיי צו האלטן ביי יודישקייט און נארמאלקייט.
דאס קענען די עסקנים באווייזן בס''ד נאר א דאנק די געטרייע נדבות פון כלל ישראל ביים סוקסעספולן קאמפיין העעל''ט.
על פי תורה האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 21, 2025 1:39 pmעסקנים אפדעיט 1#

הודו לה' כי טוב! דער אויבערשטער זאל ווייטער העלפן עד שיצאו כולם מאפילה לאורה, מידי משומדים רוצחים לידי יהודים רחמנים!!!
על פי תורה האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 21, 2025 1:39 pm

אויב האט די וואך געקאסט 60 אליפים פארשטיי איך נישט וויאזוי דער קאמפיין העבר דעקט די הוצאות.

אין הכי נמי, עס איז שוין באלד כמעט נישט דא קיין זכר פון די 2 מיליאן.
הצדיק ר' אברהם גרינהוט, אין די געציילטע שעות א וואך וואס ער געפינט זיך אין ניו יארק, לויפט ער ארום צו נגידים פאר גרעסערע סכומים.
אויף איינע פון די רעקארדינגס האט ער פארציילט אז 2 חברה פון די הנהלה פון די לב טמא קולט זענען אנטלאפן אין שבת קיין Belize, א קליין לענדל לעבן גוויטאמאלא
מען האט זיי גאכאפט ביים גרעניץ וכו'
קען איינער מער פארציילן די פרטים, ווער זענען זיי? וואס האט מען פון זיי כאפן? וועלן זיי כאטש באקומען תשלומין אויף די אלע ענויים קשים זיי האבן געטון פאר אנדערע?
גראדער מעכל האט געשריבן: ↑מוצש"ק מערץ 22, 2025 10:17 pm
אויף איינע פון די רעקארדינגס האט ער פארציילט אז 2 חברה פון די הנהלה פון די לב טמא קולט זענען אנטלאפן אין שבת קיין Belize, א קליין לענדל לעבן גוויטאמאלא
מען האט זיי גאכאפט ביים גרעניץ וכו'
קען איינער מער פארציילן די פרטים, ווער זענען זיי? וואס האט מען פון זיי כאפן? וועלן זיי כאטש באקומען תשלומין אויף די אלע ענויים קשים זיי האבן געטון פאר אנדערע?
זיי האבן אריבערגעשווערצט עטליכע גרויסע קינדער/מאמעס איבער די גרעניץ קיין בעליז.
מען האט זיי אלע דריי געכאפט, עטליכע טעג דערויף, זיי זענען צוריק אין גואטעמאלא סיטי טורמע, בערך 2 וואכן ארום גיין זיין די משפט.