אינדערפרי האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית על אם הדרך,
ארום 11:35 פארמיטאג ארטיגע זייגער האט די פליגער פונעם רב געלאנדעט אינעם אמסטערדאם לופטפעלד אין האלאנד,
פון דארט האט זיך דער רב ארויסגעלאזט קיין אנטווערפן, א וועג פון ארום צוויי שעה.
ארום 2:50 נאכמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין אנטווערפן און צוגעפארן לבית האכסניא אין שטוב פון האברך ר' שמעי' לייב מאשקאוויטש הי"ו חתן מוה"ר יואל פאגעל הי"ו מראשי קהילתינו הק'.
שפעטער נאכמיטאג איז דער רב אנגעקומען צום בנין בית מדרשינו הגדול, צום ערשט איז דער רב געגאנגען אין מקוה,
ארום 5:45 איז דער רב אנגעקומען צום מעמד קבלת פנים בהיכל כוללינו - כולל ויואל משה,
הר"ר יושע אשר לויפער שליט"א - מראה"כ האט מקבל פנים געווען דעם רב מיט פאסיגע דיבורים.
דערנאך האט דער רב משמיע געווען א דרשה בדברי הכנה לקראת יו"ט פורים הבעל"ט אינאיינעם מיט דברי הדרכה פאר די אברכי הכולל,
דער רב האט צום ערשט ארומגערעדט בשבח פון די חשוב'ע מקום תורה דא וואס איז געווען פון די ערשטע זאכן וואס מ'האט געגרינדעט ווען מ'איז אהערגעקומען קײן אנטווערפן פאר פינעף און צוואנציג יאר צוריק, און ברוך השם אז ס'איז גאר שטארק אוועקגעשטעלט, ס'איז דא חשוב'ע עומדים בראש און עס קומט ארויס הערליכע פירות, מ'הערט צוריק מורא'דיג גוטע גריסן פון די לומדי הכולל, ובפרט יעצט ווען די יונגעלייט האבן זיך פארהערט שלחן ערוך יורה דעה, און ממילא אפי' מ'קומט טאקע נאר אויף א קורצע צייט מוז מען אהערקומען באזוכן עס צוזעהן מיט די אייגענע אויגן.
דער רב האט ארויסגעברענגט אז די יארן וואס מען לערנט בין כותלי הכולל שטעלט אוועק א מענטש און עס באגלייט לעד ולנצח אפי' ווען מען געפונט זיך שוין לאנג נישט ביני עמודי דגירסא, און מען דארף מען וויסן אז ביי א לומד תורה איז די גאנצע טאג אנדערש, עס איז לאו דווקא אין די זמנים פון כולל, מ'דארף אריינלייגן כוחות כדי צו קענען קונה זיין די תורה, מ'דארף זיך צוגרייטן צום דאווענען מיט לימוד התורה, די דאווענען דארף זיין מיט א כוונה ווילאנג מ'האט נאכנישט קיין זייטיגע טירדות.
דער רב האט ארומגערעדט בענין הכנה למצוה, און ארויסגעברענגט אויף למעשה אז מ'דארף זעהן צו לערנען פאר'ן דאווענען אויסצורייניגן די מויל כדי ס'זאל זיין א כלי מוכן ומזומן צו קענען רעדן צום אויבערשטן, די זעלבע צו א שבת און א יום טוב דארף מען זיך צוגרייטן מיט אן הכנה דרבה,
און מאריך געווען בגודל מעלת וקדושת יום טוב פורים הממשמש ובא, ס'איז א יום טוב וואס א איד קען משפיע זיין פאר'ן אויבערשטן און אין די זעלבע צייט מקבל זיין השפעות טובות, ובפרט היי יאר ווען פורים געפאלט אויס אום פרייטאג און תיכף דערנאך גייט מען אריין אין שבת קודש, איז עס זיכער א געוואלדיגע זאך, מ'דארף זיך צוגרייטן, אדורכלערנען די הלכות וואס זענען נוגע מדי שבת בשבתו ומועד במועדו, לערנען ספרי חסידות ספעציעל די ספה"ק קדושת לוי און בני יששכר וועלכע זענען רייך מיט ענינים פונעם יום טוב צו באקומען א שטיקל השגה און אריינבליק אין די געהויבענע מינוטן.
דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב, און היות מ'האט דעם שבת קודש געליינט איבער די מצוה פון מחיית עמלק וואס דער צאנזער רב זי"ע האט געזאגט אז צו דעם דארף מען האבן הרחבת הדעת און ממילא דארף מען האבן געלט, זאל מען טאקע זוכה זיין צו אלע השפעות טובות, הרחבת הדעת, געלט, בני חיי ומזוני, תורה'דיגע פרייליכע שטיבער, ביז מ'וועט גיין קעגן גואל צדק מיט'ן טאטן זז"ג בראש בב"א.
דערנאך זענען די יונגעלייט אריבער שלום נעמען און דער רב האט צוריקגעוואונטשן בצהלת פנים.
פון דארט איז דער רב אריבער בהיכל הישיבה קטנה דמוסדותינו הק' בהנהלת הר"ר ישראל קליין שליט"א,
צום ערשט האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ומעמד קבלת פנים, מ'האט מקבל פנים געווען דעם רב מיט ניגוני שמחה,
דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר'ן מנהל און פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה, און באזונדער פאר ר' יושע גרינפעלד הי"ו וואס איז עוסק צו שאפן געלט להחזקת הישיבה.
דערנאך האט דער רב משמיע געווען א דרשה בדברי חיזוק והדרכה, מוסר והתעוררות,
צום ערשט האט דער רב ארומגערעדט בשבח פון די ישיבה וואס איז הערליך שיין אוועקגעשטעלט, יעדעס מאל מ'קומט ווערט מען עקסטער נתפעל, כסדר הערט מען צוריק גאר גוטע גריסן, ובפרט יעצט וואס די בחורים האבן אריינגעלייגט מורא'דיגע כוחות צו לערנען שעות רצופות בימי השובבי"ם,
און מאריך געווען בשבח פון די מרביצי תורה וועלכע לייגן אריין שטארקע כוחות, און אזוי אויך דער חשוב'ער דיין דקהילתינו הק' וואס געט זיך איבער בלב ונפש פאר יעדע דבר שבקדושה אין די קהילה ובפרט אין די ישיבה.
דער רב האט ארומגערעדט בשבח פונעם פראגראם בין כותלי הישיבה ווי בחורים טוען דורך הלכה'דיגע שאלות בפלפול חברים, און דערביי איבערגעלאזט דריי שאלות פאר די בחורים בענינים הנוגעים למעשה, און געבעטן אז מ'זאל עס אדורכטוהן און מ'וועט הנאה האבן צוריקצוהערן די תשובות דערצו,
א - אויב מ'איז מקבל שבת פרי היי יאר וואס פורים געפאלט פרייטאג, קען מען יוצא זיין נאכדעם סיי סעודת פורים און סיי סעודת שבת?
ב - אויב איינער האט אזוי געטוהן וואס טוט מען ביים בענטשן, מ'זאגט על הנסים אדער רצה? און ווען ס'איז ראש חודש פרייטאג זאגט מען יעלה ויבוא אדער רצה?
ג - א מוהל וואס האט מקבל שבת געווען פרי מעג מאכן א ברית נאכדעם?
דער רב האט ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון יום טוב פורים ארויסברענגענדיג ווי אלע ימים טובים זענען מרומז דערין, און מען דארף וויסן וויאזוי זיך צוצוגרייטן צו אזא געהויבענע טאג.
דער רב האט ארויסגעברענגט פילע נקודות וואס זענען נוגע מדי יום ביומו פאר בחורים וואס דורכדעם וועט מען קענען אנקומען און אויסשטייגן,
איבער גיין אין מקוה פאר'ן דאווענען, די וויכטיגקייט פון לערנען פאר'ן דאווענען, עוסק זיין בתורה אויף איין פלאץ און זיך מייגע זיין אויף תורה, די תכלית פון בחור'ישע יארן איז זיך אנצופילן מיט תורה, מ'דארף ארויסהעלפן חברים אין תורה, דער רמב"ם זאגט אז די גרעסטע גמילות חסדים איז ברוחניות,
ווען מען פאלט אדורך איינמאל און נאכאמאל טאר מען נישט ווערן צוקלאפט, א מענטש האט כסדר עליות און ירידות, מ'דארף זעהן נישט צו פאלן צו שטארק און זיך אויפהייבן, צום סוף וועט מען בייקומען דעם יצר הרע,
מ'דארף זיך זעהן צו האלטן צוזאמען באחדות, און זיך גאר שטארק אפהיטן פון די שלעכטע מידה פון גאוה,
לערנען חסיד'ישע ספרים ובפרט פאר די ימים טובים, קדושת לוי, בני יששכר, ייטב פנים, וכדו', ס'איז א געוואלדיגע יסוד אין א בחור, דורכדעם קען מען אריינברענגן אין זיך א חיות דקדושה און שפירן א טעם אין א מצוה,
דער רב האט אויסגעפירט אז מ'וועט אי"ה איבערגעבן א גריס פאר'ן טאטן זז"ג וואס האט זייער הנאה פון די קהילה, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב, מ'זאל אויסוואקסן ריכטיגע בני תורה, לומדי תורה, יראתם קודמת לחכמתם, ביז דער טאטע זז"ג וועט אונז פירן קעגן משיח צדקינו בב"א.
נאכ'ן דרשה האט דער רב פארטיילט תעודות פאר די תלמידי הישיבה וואס האבן אריינגעלייגט שווערע כוחות צו לערנען שעות רצופות במשך די ימי השובבי"ם.
דערנאך איז דער רב אראפ אינעם אונטערשטן שטאק פונעם בנין הביהמ"ד וואו ס'איז אין די לעצטערע חדשים אהערגעשטעלט געווארן א שפאגל נייע קאך דורך די הנהלת הקהילה וואס וועט דינען פאר די באנוץ פון די ישיבה קטנה און אויף צו ערמעגליכן פאר אנשי שלומינו צו קענען מאכן ביליגערע שמחות,
דער רב איז ארומגעגאנגען אין באגלייטונג פון די הנהלת הקהילה און זיך אומגעקוקט אויפ'ן פלאץ, דער רב האט אויסגעפרעגט די עסקנים איבער דעם פראיעקט צוצושטעלן ביליגע שמחות, און ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די עוסקים במלאכת הקודש,
מ'האט געענדיגט ארום 8:00 און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
שפעטער אויפדערנאכט איז דער רב אנגעקומען אויף א לענגערע פריוואטע באזוך ביי ידידו וריעו כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א בביתו נאוה קודש שעל יד בנין ביהמ"ד הגדול פשעווארסק.
דערנאך איז דער רב אנגעקומען צום שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך כ"ק אדמו"ר מ'פשעווארסק שליט"א בביתו נאך די פערזענליכע איינלאדענונג פון דער רבי שליט"א זיך צו קומען באטייליגן ביים היסטארישן שמחה בנישואי נכדתו הכלה היתומה בת הגה"צ ר' נחמן כהנא שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא בני ברק שליט"א,
דער רב האט זיך געוואשן אלס פנים חדשות און מיטגעהאלטן דעם גאנצן סעודה,
כ"ק אדמו"ר מ'פשעווארסק שליט"א האט ארויסגעוויזן גאר א שטארקע חביבות און אויסטערליש מכבד געווען דעם רב שליט"א, און עס האט זיך פארמירט לענגערע שיינע שמועסן בדברי תורה וסיפורי צדיקים.
דער רב האט משמיע געווען א דרשה לכבוד השמחה און זיך געשטעלט אויף די גמ' אז בר קפרא האט געזאגט אויף רבי 'אם לעוברי רצונו כך, לעושי רצונו עאכ"ו', און עס מסביר געווען מיט'ן ישמח משה וואס זאגט אז אן עבירה וואס מ'טוט דורכ'ן ווערן איבערגערעדט פון א מסית ומדיח איז אסאך ערגער ווי סתם אן עבירה, און דער זיידע ז"ל דער ברך משה לייגט צו אז מדה טובה מרובה ווען מ'געבט חיזוק פאר א צווייטן צו טוהן א מצוה איז דאך זיכער אז ס'איז גרעסער, און דאס האט בר קפרא געמיינט 'אם לעוברי רצונו כך' אז ס'איז הארבער דורך א מסית, איז 'לעושי רצונו' זיכער אז ס'איז גרעסער, ממילא איז אוודאי בעסער אז א צווייטער זאל קומען משמח זיין ביים שמחה.
הרה"ק רבי ר' ברוכ'ל מ'מעזיבוז זי"ע האט געטייטשט 'לעוברי רצונו' מיינט די צדיקים וואס האבן א כח מבטל צו זיין גזירות, און 'לעושי רצונו' מיינט די צדיקים וואס האבן אזא כח צו מאכן אז דער רצון השם זאל מתחילה זיין נאר צו געבן גוטס,
האט דער רב מיט דעם געטייטשט 'קימו וקבלו וגו' ועל כל הנלוים אליהם' א צדיק קען משפיע זיין פאר אלע וואס זענען זיך מדבק אין אים, בעהט מען 'ולא יעבור' ער זאל נישט עובר זיין און טוישן דעם רצון השם, נאר 'להיות עושים' מאכן אז דעם רצון השם זאל מתחילה נאר זײן לטובה.
דער רב האט ארויסגעברענגט אז פורים איז א זמן וואס די חסידים קענען אויך משפיע זיין פאר'ן צדיק און אויסבעטן ביים אויבערשטן אז דער צדיק זאל האבן אלעס וואס ער דארף, אזויווי ס'שטייט פון ספה"ק פשט אין פסוק 'קימו וקבלו' אז פורים האט מען א כח אז מ'קען אויך משפיע זיין פאר'ן אויבערשטן.
דער רב האט ארויסגעברענגט דעם כבוד און זכי' אז מ'האט דעם געלעגנהייט צו קומען זיך משתתף זיין ביים שמחה פונעם רבי'ן, און די צהלת פנים פונעם רבי'ן איז זיכער משפיע פאר אונז אלע,
און זיך גאר שטארק באדאנקט דאס וואס דער רבי האט אלע יארן אנגעהאלטן דעם קשר, בכל עת ועונה האט דער רבי אנגערופן און מחזק געווען, און מעומק הלב ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב, אורך ימים בימינה בשמאלה עושר וכבוד, עוד ינובון בשיבה דשנים ורעננים יהיו, מ'זאל זיך ווייטער קענען מיטפרייען איינער ביים צווייטן, דער רבי זאל שעפן תענוג ונחת דקדושה, און אלע תלמידים וחסידים זאלן זוכה זיין נהנה צו זיין מאורו ומזיוו עד ביאת גוא"צ בב"א.
נאכ'ן דרשה האט כ"ק אדמו"ר מ'פשעווארסק שליט"א מכבד געווען דעם רב צו טאנצן מיט'ן חתן, און דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די גאנצע אויבנאן,
כ"ק אדמו"ר מ'פשעווארסק שליט"א האט מכבד געווען דעם רב מיט ברכת המזון,
נאכ'ן שבע ברכות האט כ"ק אדמו"ר מ'פשעווארסק שליט"א גאר ווארעם באדאנקט דעם רב שליט"א פאר'ן זיך משתתף זיין, מ'האט זיך געזעגנט לשלום, און דער רב איז צוריק לבית האכסניא.
א גוטע נאכט.
~

~