דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 17, 2025 11:11 am
בלומינגראווער איד האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 17, 2025 10:57 am
בלק האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 17, 2025 10:40 am
וואס איז די וויץ
אפשר קומסטו אריין מיט די עכטע ווערסיע
די וויץ איז אז ער גרייט שוין אן דעם ספין אז אויב וויזשניץ קומט למעשה יא אהער איז עס איז פשוט אפאר (הונדערט) משפחות, שלא מטעם זייער רבי, זייערע מוסדות וועט מסתמא אויך זיין שלא מטעם, דער פראבלעם מיט אויפנעמען חברי כנסת, לערנען חומש מיט די מיידלעך און אלע אנדערע תירוצים פארוואס עס האט אויסגעפעלט צו שיקן יעדן טאג א צווייטע משלחת פון מגידי שיעור און געוועזענע הויז בחורים איז נאר אויב דער שכונה איז כל כולו וויזשניץ (וואס ווי אסאך האבן דא ארויסגעברענגט וואלט סייווי נישט געווען, עס איזארומגענומען מיט ריזיגע שטחים וואס גייען אי"ה ווערן דעוועלאפט אין די נעקסטע פאר יאר), יחי הנאראטיוו!
דו האסט עכט זיסע wishful thinking's, אבער דער וויזניצער רבי איז לאו דוקא איינעמס שמאטע... און ער זאגט קלארע ווערטער אז דער פלאן איז בטל ומבוטל.
מילתא דלא מישתמע לתרין אנפין.
לכל היותר קענסטו שרייבן דא אז
"דער טרוים פון UJC אז קרית יואל זאל ווערן מאנסי האט זיך נישט געטוישט, עס גייט ווייטער אן, און אלע שמועות אז UJC אנערקענט אז דער פלאן מיט וויזשניץ איז דורכגעפאלן, זענען בלויזע ספינס".
איך האב שוין א לאנגע תקופה געהאלטן א אויג אויף די אשכול אן זאגן קיין איין ווארט
יעצט האב איך אבער אפגעמאכט יא צו שרייבן פשוט ווייל איך האלט אז מקען רעדן צו יודן אין זיי דערהערן עס
מה שנוגע לענינינו
ווער סאיז גערעכט ווייס איך נישט
אז אדמורים האבן רעכט צו טוען זאכן וואס אונז פארשטיי מיר נישט איז נישט מיין דאגה
וואס איך ווייס אבער יא איז אז פשוטי עם וואס מישן א טאפ בפרט ווען עס רעדט זיך פין יודישע בלוט געלט צייט כוחות
נישט פין איין יחיד נאר פין א קהילה קדושה בישראל קען עס קאסטן גאר א טייער פרייז ח״ו
חכמה אין כאן זקנה יש כאן
סאטמאר איז שוין געווען אין די עבר אין אסאך שערוריה׳ס אלע וואס האבן געפאטשקעט אין וויי געטוהן אנדערע האבן ביטער חרטה געהאט!
אין דעס איז געווען ביי פעלער וואס האט נישט אינוואלווד יענעמס געלט,
שפילן מיט יודיש בלוט קאסט א פרייז
וואס אדמורי״ם טוען זאלן זיי מחליט זיין ומי יעמוד בסוד קדושים!
אבער צו די יונגערלייט וואס פרייען זיך אין מישן די טאפ מיט מעסעדזשעס אין טשעפערייען סטראשערייען גלייבטס מיר נישט פרעגטס ענק נאך ביי ענקערע עלטערן צו סלוינט זיך צו מאכן קרעכצען א צווייטע יוד…
וחכמים תיזהרו במעשיכם!