ברעקעלעך אימעיל פון פנחס גלויבער

אלעס ארום שרייבעריי און אויסגאבעס
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4752
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 14150

ברעקעלעך אימעיל פון פנחס גלויבער

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

כהאב שוין לאנג געוואלט עפענען א טעמע צו ברענגען זיינע זיסע און פאעטישע אימעילס [שטייצעך נאר די אומזינסטע], אבער יעצט האט עס מיר אזוי געכאפט, אז כ'האב עס געטון למעשה... געגאנגען!
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4752
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 14150

Re: ברעקעלעך אימעיל - פנחס גלויבער

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

ברוך הבא צו ברוך שפטרני

גלייכגילטיגע געדאנקען וועגן געווענליכע לוויות, מיט באמיאונגען צו פארשטיין ווער מאכט אויס אויף וויפיל

לוויה איז א געשעעניש וואס גייט זיך אמאל אין דער צוקונפט אפּשפּילן ביי מיר, ביי דיר, און אלעמען. יעדער מענטש וואס לעבט היינט, גייט אנקומען צום לעצטן אטעם מיט'ן לעצטן שמע ישראל.

אין הונדערט יאר פון יעצט, וועט כמעט קיינער פון אונז מער נישט זיין אויף דעם עולם. מיר וועלן בעז"ה האבן אסאך געזונטע, פולע יארן, מיט'ן גאנצן ספּעקטרום פרייליכע און פארקלעמטע געשעענישן און אומשטענדן, אבער צום סוף וועט א צעטל אויף דער וואנט דערציילן דעם לעבן-געבליבענעם עולם וועגן דער פטירה פון הרה"ח אדער האשה החשובה פלוני/פלונית בן/בת פלוני ע"ה, וועמענס לוויה וועט פארקומען דארט און דעמאלט.

וויבאלד די געשעעניש איז אומפארמיידליך, איז פארוואס נישט משלים זיין און מקדים זיין יענע מינוט מיט אן אומצייטיגן ברוך הבא? דער טויט וועט לכבוד דעם נישט אנקומען פריער, און יעדער פון אונז וועט לעבן ביז דער לעצטער מינוט וואס איז אים באשערט.

דער ברוך הבא וועט געדולדיג ווארטן אין א ווינקל. ער פארנעמט נישט קיין פּלאץ און פאדערט נישט קיין עסן. זאל ער דערווייל זיצן און זיך אומקוקן אויף די אנטוויקלונגען, ביז יענער מינוט ווען פון הימל וועט מען אים מכבד זיין מיט סנדקאות.

פארנומענע מלווים
ביי דער לוויה וועלן זיך באטייליגן משפחה-מיטגלידער, קרובים, שכנים און גוטע פריינט. רוב פון אונזערע באקאנטע וועלן האבן א רצון צו קומען אונז אפּגעבן דעם לעצטן כבוד, אבער נישט יעדער וועט עס באווייזן.

איינער, אפשר דווקא יענער וואס וואוינט ביים אנדערן עק שטאט, וועט מאכן א חשבון אז מיט'ן פארקער פון די שטאטישע גאסן אינמיטן טאג וועט ער פארשפּילן דעם טאג. פּונקט היינט — הערסט א מעשה — ווארט אויף אים א וויכטיגע באגעגעניש. ער דארף זיך טרעפן מיט'ן פאָרשטייער פון א קאמפּאני, מיט וועמען ער האפט צו שליסן א גוט געשעפט.

ער וועט מוזן משלים זיין מיט א פרק משניות לטובת דער נשמה — וואס ער וועט מעגליך פארגעסן אויסצופירן. פינחס וועט מיר מוזן מוחל זיין. ער אין מיינע שיך וואלט נישט אנדערש געהאנדלט. איך אין זיינע תכריכים וואלט אויך נישט ברוגז געווען. (האלטסט אז ער האט יעצט, תיכף נאכ'ן טויט, נישט קיין אנדערע דאגות? אקעי, לאמיר נישט טראכטן פון אזעלכע זאכן. אופּס. כ'האב א מיסד קאָל פון דזשערי. וואס זאג איך אים?)

אנדערע וועלן יא אנקומען, אבער שוין מער צום סוף, ביים אויספיר פונעם לעצטן הספד. יענע וועלן נאך עספּיען צו הערן דעם לעצטן, בִּלַע הַמָוֶת לָנֶצַח וּמָחָה ה' אלוקים דִמְעָה מֵעַל כָּל פָּנִים. דער וְחֶרְפַּת עַמוֹ יָסִיר וועט פארשלינגען ווערן אין דער לופטן — צי ווייל דער בעל מספיד האט זיך נאך אינמיטן פסוק אוועקגעריקט פון מיקראפאן, אדער ווייל ער פשוט פארגעסן דעם המשך פונעם פסוק.

ס'וועלן אויך זיין אזעלכע וואס וועלן ווערן דערנערווירט פון דער לוויה, וואס איז זיי אומערווארטעט אריינגעקראכן אינמיטן טאג. ער מוז אבער גיין. די שוויגער זאל נאר וויסן אז ער איז נישט אנגעקומען, וועט זיין אויס וועלט. ס'וועט זיך אים גליסטן צו טוישן פּלאץ מיט'ן נפטר. איין באשעפער ווייסט ווי ווייניג געדולד איך האב צו דער לויה! איך דארף עס יעצט ווי א שפּאלט אין דער שדרה.

די חברה קדישא וועט זאגן די אבלים וואס צו טאן. זיי וועלן טרוקן און מעכאניש אנווייזן ווער ס'זאל יא אדער נישט גיין נאך דער מיטה אדער טראגן דעם ארון.

קרעכצנדע קרובים
ביי דער לויה אפשר נישט, אבער נאכ'ן פארלאזן דאס פּלאץ, נאך אינעם שטח פונעם בית החיים, וועלן צוויי אלט-באקאנטע, חברים פון געשעפט אדער ישיבה, זיך באגעגענען. זיי וועלן כאפּן א גוטן שמועס וועגן אמאל און היינט. זיי וועלן מסתמא אפּמאכן צו בלייבן אין קאנטאקט און רעדן אפטער. אפשר וועלן זיי אפילו אפּשמועסן זיך צו טרעפן אביסל שפּעטער.

גאר נאנטע וועלן וויינען. זיי וועט דער פארלוסט אזוי וויי טאן. ס'וועט זיי בשעת מעשה, ביז עטליכע טעג אריין אין דער שבעה, אנקומען שווער אנצוגיין מיט'ן לעבן. זיי וועלן רייסן קריעה, זאגן צדוק הדין און אהיימגיין. ס'וועט זיי זיין זייער, זייער שווער. זיי וועלן יענעם אויפדערנאכט נישט קענען אנטשלאפן ווערן. צומארגנס וועלן זיי ווייטער וויינען און פארגיסן אסאך, אסאך טרערן. מענטשן וועלן קומען מנחם זיין די אבלים.

טעג וועלן דורכגיין און צוביסלעך וועט אלעס זיך אומקערן צו געווענליך. מיין פּלאץ אין ביהמ"ד וועט באזעצט ווערן דורך א צווייטן — עמיצן וואס וויל, פּונקט ווי איך פריער, נישט טראכטן וועגן טויט. דאס זעלבע מיט מיין פּלאץ ביי דער ארבעט צי אין שטוב. פריער צי שפּעטער וועלן אנדערע מענטשן גיין און זיצן אויף מיינע געוועזענע ד' אמות. זיי וועלן דארט לעבן מיט זייערע מחשבות און רצונות. זיי וועלן זיין פארנומען מיט אייגענע דאגות און פחדים, אן קיין סאך פּלאץ צו טראכטן וועגן מיר.

זכרונות און מיינונגען
ביסלעכווייז, שטאפּלווייז וועט אלעס פארגעסן ווערן. פון אונז וועט בלייבן א בלאסער זכרון, וועגן א נאמען פון א מענטש וואס האט אמאל געלעבט, אבער קלאצט יעצט אין א טויטער מארק פון הונדערטער פּרעכטיגע מציבות, וואס פארקויפן מיט שטומע שורות זייער סחורה פון טיטלען און מליצות.

קליינע קינדער, וואס זענען אנגערופן געווארן מיט אונזערע נעמען, וועלן זיך שפּילן אין הויף, מיט כמעט גארנישט קיין ידיעה וועגן דעם מענטש וועמענס נאמען זיי האבן גע'ירשנ'ט.

ביים פערטן דור וועט קוים זיין א זכר פון א זכרון. דעמאלט וועט מען שוין פארגעסן די מענטשן וואס האבן פון אונז פארגעסן. אויף דער וועלט וועט פון אונז בלייבן איין גרויסע שווייגעניש פון שלווה און געוועזענקייט.

*

די איינציגע פראגע וואס בלייבט איבער הענגען און ווארט אויף א תשובה: למאי נפקא מינה וואס יענער טראכט יעצט וועגן דיר?

בולעטין
אסאך באקלאגן זיך אז זייער פילטער שטערט זיי אנצוקומען צו די תנ"ך טראפּן. באצאלטע סובסקרייבערס וואס האבן דעם פּראבלעם זאלן מיר שיקן זייער אימעיל, וואס כ'וועל וועכנטליך געבן צוטריט צום פייל אויף גוגל דרייוו.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4752
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 14150

Re: ברעקעלעך אימעיל - פנחס גלויבער

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

א ירידה אינעם עלעוועיטאר



קריטישע ווערטער דורכאויס אן אנגעצויגענער עלעוועיטאר-נסיעה

עמיצן איז איינגעפאלן א געדאנק, אריינצושטעלן אין עלעוועיטארס צעטלעך מיט דברי תורה. יענער האט ארויפגעשטעלט אזא קעסטל אויף דער וואנט, וואו ער לייגט טעגליך ארויף א בלעטל, מיט א ציטאט אדער מעשה'לע, אויסגעפירט מיט א מוסר השכל.

פארן מיט'ן עלעוועיטאר, לאמיר מודה זיין, איז א שווערע איבערלעבעניש. די חשבונות וויאזוי צו שטיין, אטעמען און קוקן קענען אראפּפירן פון זינען. איז יענער מזכה די עולים ויורדים מיט א דבר תורה, וואס קומט מיט א זייטיגן בענעפיט. אנשטאט אויפקומען מיט סטראטעגיעס וואס צו טאן אין פאל אונזערע פארלוירענע בליקן שטויסן זיך חלילה אן אין די פארלוירענע בליקן פון די אנדערע, פארטיפט מען זיך אין יענעם בלעטל און פטור אן עסק.

געדענקען דעם חורבן
מיר קומט אפטמאל אויס צו פארן מיט אזא תורה'דיגן עלעוועיטאר, און איך ניץ דאס בלעטל זיך ארויסצודרייען פון די עלעוועיטארישע יסורי נפש.

איין טאג האב איך דארט געליינט א מעשה'לע, וועגן דער עלעקטריציטעט פון א גאנצער שטאט, וואס האט זיך אויסגעשאלטערט צוליב א קליינער טעכנישער טעות.

דאס ווייזט, האט דאס צעטל אויסגעפירט, ווי א קליינער חטא קען מאכן א גרויסן חורבן ("...ונזכור שבפעולה של חטא קטן אנו גורמים חורבן גדול בעולמות העליונים").

דער בעל הבלעטל איז גערעכט מיט זיין מסקנא, אבער פארוואס האט ער נישט ארויסגעברענגט די זעלבע נקודה מיט א פארקערטן ניגון — וויפיל א מענטש קען אויפטאן מיט א מינדסטן דבר טוב?

וואס איז שלעכט אויסצופירן מיט די ריזיגע תיקונים, וואס מיר טוען אויף אפילו מיט פשוט'ע, גרינגע מצוות? פארוואס איז דער חסרון פון עובר זיין אויף א לא תעשה בעסער ווי דעם תועלת פון מקיים זיין אן עשה?

באליבטע פחדים
עטליכע טעג שפּעטער האב איך זיך נאכאמאל געטראפן אינעם זעלבן עלעוועיטאר. אויך דאסמאל האב איך זיך באשוצט קעגן דער עלעוועיטאר-פאביע, דורכ'ן פארטיפן אינעם תורה-בלעטל. (בעצם בין איך גענוג באקוועם מיט זיך, און ווער נישט פארלוירן פון א געפּאקטן עלעוועיטאר. כ'בין נאר פשוט נייגעריג געווען וואס ס'שטייט היינט אויפ'ן בלעטל, שטימט?...)

דאסמאל איז עס געווען א ווארט פון מעזריטשער מגיד, וועלכער רעדט דארט פון מעלה זיין די הרגשים צום אויבערשטן. ווען עמיצער פילט יראה אדער אהבה, זאל ער זיך פאָרשטעלן ווי ער האט מורא פון אדער ליב דעם רבונו של עולם.

די מסקנא? יעדעס מאל וואס מיר פילן פחד, זאלן מיר ניצן די שרעק אלס שפּרינג-ברעט פאר יראת העונש.

יראה אונטער צוואנג
די מסקנא שטימט, אבער נישט דאס האט דער מגיד געזאגט. דאס ציטירט שטיקל רעדט פון יראת הרוממות — אריינטראכטן אין דער גרויסקייט פונעם רבונו של עולם. טאקע יראה, אבער אינגאנצן א צווייטע יצירה ווי דעם טרוקענעם, וואכנדיגן פחד וואס קומט מיט יראת העונש.

יראת העונש איז ריכטיג און וויכטיג, אבער פארוואס האט אויסגעפעלט צו פארדרייען דעם אריגינעלן פשט, און אריינצווינגען אינעם מגיד'ס מויל ווערטער וואס ער האט נישט געזאגט?

אויב מ'רעדט שוין יא: וואס וואלט שלעכט געווען צו נעמען אלס ביישפּיל דאס אנדער געפיל, אהבה? אהבה וואס ציט איז מאכטפולער ווי יראה וואס טרייבט. דער מגיד דערמאנט דאך ביידע הרגשים. פארוואס זיך אפּשטעלן אויף יראה און איגנארירן ליבשאפט? וואס האט אהבה חוטא געווען אז יראה זאל איר באזייטיגן?

פארוואס נישט יא?
אזוי האב איך זיך געבייזערט אויפ'ן בייזן בלעטל, ביז כ'האב געכאפּט אז איך בין מסתמא נישט אנדערש. פּראבלעמען און נעגאטיוויטעט ווארפן זיך מער אין די אויגן. אזוי זענען מענטשן בטבע, הגם יעדער איז מסתמא מסכים, אז א גוט ווארט איז געשמאקער, ווי א קרימען ברום.

'ס'איז א מצוה צו מאכן א ברכה פאר'ן עסן' איז דען נישט בא'טעמ'טער, ווי 'מ'טאר נישט עסן אָן קיין ברכה'? איז דען נישט פּראקטישער אונטערצושטרייכן די מעלות פון מעשים טובים, ווי דעם חסרון פון חטא און עוולה?

מיר קענען מסכים זיין, אז ווען א פאקוס אויפ'ן עשה טוב ברענגט פּונקט אזעלכע גוטע רעזולטאטן ווי ארויסברענגען דעם סור מרע, איז בעסער אונטערצושטרייכן וואס ס'איז גוט, ווי איידער ארויסהייבן וואס איז שלעכט.

מעלות און חסרונות
וואס זאלן מיר אבער טאן, אז נעגאטיוויטעט ציט מער אויפמערקזאמקייט ווי פּאזיטיוויטעט?

והא ראיה: כ'וואלט זיך דאך פּונקט אזוי געקענט אפּשטעלן אויף די מעלות פון יענעם עלעוועיטאר-בלעטל, וואס איז גענוג מאל יא פּאזיטיוו. פארוואס האב איך אויפגעכאפּט דווקא די צוויי נעגאטיווע ביישפּילן?

שוין, לאמיר רעדן פון שמחות.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1833
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 5004

Re: ברעקעלעך אימעיל - פנחס גלויבער

פאוסט דורך נקודות טובות »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 16, 2025 1:38 pm א ירידה אינעם עלעוועיטאר
געוואלדיג! געוואלדיג! נישטא וואס מוסיף צו זיין! זאל ער גיין פאזעטיוו? ער קען דיין פערסאנעלעטי, ער ווייסט אז דיר כאפט נאר נעגעטיוועטי! מתוק מתוק!
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4752
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 14150

Re: ברעקעלעך אימעיל - פנחס גלויבער

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

באגריסטע ספיקות


אבזערוואציעס און איבערלעבענישן דורכאויס באגעגענישן מיט האלב-באקאנטע מענטשן

מענטשליכע באציאונגען זענען אונטער די בעסטע אומשטענדן א קאמפּליצירטער ענין. מיר ווידמען אסאך צייט און כוח צו פארגלייכן, פארענטפערן, אפּפרעגן, אוועקמאכן, ארויסהייבן. א שיינער חלק פונעם טאג און לעבן, גייט פאר מחשבות וועגן מיך, יענעם, און אונז.

עס זענען אבער פאראן מצבים, ווען די חשבונות פירן אונז אריין אין א פארפּלאנטערטן זומפּ, פון וועלכן צען אלעקסייס מיט די בעסטע פון פערד קענען אונז נישט ארויסשלעפּן.

ווי למשל, ווען צוויי מענטשן, וואס קענען זיך האלבוועגס אבער זענען פארט נישט בכלל באקאנטע, באגעגענען זיך אויף דער גאס.

גריס געזעצן
ווען עס קומט צו נאנטע אדער פרעמדע, איז דער כלל וועגן גריסן קלאר: א חבר גריס איך; א פרעמדן — נישט.

וואס טוט זיך אבער מיט צוויי מענטשן וואס קענען נאר אזוי-אזוי — למשל, מיר האבן זיך עטליכע יאר צוריק געטראפן אין שפּיטאל, אדער געפּראוועט א שבת אין זעלבן האטעל?

אונזער שייכות איז געבליבן אינעם שבת אדער שפּיטאל, אָן קיין קלארקייט צי מיר קענען זיך, אדער זענען גוט באפריינדעט. גענוג צייט איז דורכגעלאפן זינט מיר האבן זיך באקענט, ווען אויפאמאל זעען זיך פונדערווייטנס אויף דער גאס. דו קומסט אהער און איך גיי אהין. אונזערע בליקן האבן זיך באגעגנט, און ביידע ווייסן אז נאך אביסל קומט די גורל'דיגע מינוט פון באגעגעניש.

וויאזוי זאל איך האנדלען? איגנארירן האט נישט קיין פשט, ווייל ער ווייסט, איך ווייס, און מיר ביידע ווייסן אז דער צווייטער ווייסט. וואס טו איך דורכאויס די שרעקליכע פּאר מינוט, פון ווען מיר באמערקן זיך, ביז'ן זיך באגעגענען פנים אל פנים?

ווען יענער איז מיר גענוג נאנט, גיב איך זיך אן עצה. איך מאך אויפ'ן וועג פארשידענע באוועגונגען מיט'ן קאפּ און די הענט, ביז מיר קומען גענוג נאנט צו קענען רעדן. מיט פרעמדע ארבעט עס אבער נישט. איך קען זיך נישט צופיל משוגע מאכן מיט א מענטש, וועמען כ'האב קיינמאל נישט אנגעיאגט געהעריג צו קענען. יענעם שבת האבן מיר טאקע אסאך פארברענגט און געלאכט, אבער — ווייסט דאך...

יסורים פון מרחקים
שאקלען פונדערווייטנס נישט. איגנארירן? טו מיר א טובה: ער האט דאך געזען אז איך האב אים באמערקט. קוקן אין אן אנדערער ריכטונג, וואס טוט גארנישט אויסער באשטעטיגן מיין דילעמא, איז אויך נישט קיין מהלך.

אפשר זאל איך זיך אנהייבן סתם ארומקוקן רעכטס און לינקס און ארויפצו און אהינצו? נישט קיין מהלך. דו ווייסט דאך פּונקט ווי איך, אז איך האב יעצט זערא סיבה צו קוקן אהער און אהין. וואס באטראכט איך אזוי: דעם שלאפנדן וואסער-פּאמפּ? דעם מיניווען, וואס זעט אויס אויף דער האר די זעלבע ווי אלע אנדערע אויף דער זעלבער גאס — און אייגנטליך אלע אנדערע גאסן פון אלע אנדערע שטעט?

דאס איז שוין נאכ'ן איגנארירן דעם פאקט, וואס יענער — טאטע קרוין — טוט בשעת מעשה ממש די זעלבע זאך. אויך אים איז אויפאמאל באפאלן א משונה'דיגע נייגער וועגן אלעם וואס טוט זיך יעצט איבעראל, חוץ דארט וואו איך גיי.

דער עיקר פּראבלעם דא איז, אז ביידע שפּילן מיט די זעלבע דורכזיכטיגע סטראטעגיעס. ווען דו קוקסט אויף מיר, זעסטו דאך גלייך די שרעקליכע אומבאהאלפנקייט, וואס איך פּרוביר מיט אלע קרעפטן צו באהאלטן. ווייסט פון וואו איך ווייס? ווייל ווען איך קוק בשעת מעשה אויף דיר, זע איך ממש די זעלבע זאך וואס דו זעסט אויף מיר...

האלבע נחמות
טייערע אידן, אחים לדעה: מיר מוזן טרעפן א לעזונג צו דער דאזיגער צָרַת רַבִּים אנשיקעניש. צופיל מענטשן ליידן פון דעם ענין; מיר קענען זיך נישט פארדינען די לוקסוס פון איגנארירן, און זיך מאכן ווי ס'וואלט נישט עקזיסטירט.

אפשר זאלן מיר איינמאל פאר אלעמאל אוועקשטעלן כללים וויאזוי זיך פירן צו זיין אין אזעלכע פאלן?

איך שפּעקוליר, צי ס'וואלט נישט געווען כדאי פשוט ארויסצונעמען די גריסן-סוגיא פון אונזערע חשבונות. ווילסט מיר גריסן, גריס; פילסט אז ס'שטימט נישט? גריס נישט — אדער יא. שאקל מיט'ן קאפּ, אדער שפּיל ווי דו געדענקסט נישט ווי אונזערע נשמות זענען ביי מעמד מתן תורה געשטאנען איינע נעבן דער אנדערער.

קענסט אויך גיין לחומרא און מיר בשום אופן נישט גריסן. אויב דו ווילסט קענסטו מחמיר זיין, אז מיר יא גריסן על צד ספק.

אויב דו ווילסט דווקא, מעגסטו מקיל זיין לפנים משורת הדין און מיר יא אדער נישט גריסן. וואס קען שוין געשען?

בכל אופן, בלייבן מיר גוטע ידידים. מיר זענען שוין צוגעוואוינט משלים צו זיין מיט ספיקות און פארט ממשיך זיין מיט'ן לעבן.

יענעמס געשעפטן
יושע געטער שטעלט אהער אן עקספּאָו, פאר אלעם בנוגע ריעל עסטעיט אין ארץ ישראל. קומענדיגן פרשת משפטים: זונטאג-מאנטאג אין מיאמי, דינסטאג אין בארא פּארק, און מיטוואך אין מאנסי.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4752
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 14150

Re: ברעקעלעך אימעיל - פנחס גלויבער

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

א וועלט פיבערט

לֵךְ עַמִּי בֹּא בַחֲדָרֶיךָ וּסְגֹר דְּלָתְךָ בַּעֲדֶךָ חֲבִי כִמְעַט רֶגַע עַד יַעֲבָר זָעַם (ישעי-הו כו כ).

די ערד פילט נישט גוט. זי טרייסלט פון קעלט און ווארפט זיך מיט היץ. עס ברענט און שווערע שנייען פאלן אויך. עס ברענט דא און דארט ברענט נאך מער. צווישן פייער און פייער קומען מבול-רעגנס, וואס פאר'חידוש'ן סטאטיסטיקס. שטעט ווערן פארשנייט, רעגנס פארפלייצן געגנטן, היצן ברענען מענטשן, און שטחים פלאקערן אָן קאנטראל.

מענטשן זענען צערייצט און דערנערווירט. לענדער און זייערע פירער ברימען בייז. מען פאכעט מיט פויסטן און מען ווייזט די שפּיצן פון אנגעלאדנטע ביקסן.

שווערע וועלטן מיט גוטע נשמות
די וועלט איז מיד. זי איז איבערגעשטרענגט פון אונזערע שטיק. שווערע קינדער, זענען מיר, די מענטשן וואס באוואוינען איר. מיר לערנען זיך נישט; מיר כאפּן נישט אויפ'ן ווינק.

די ערד איז א גוטע, מיט א גוזמא געדולד און איינזעעניש לגבי אונזערע שוואכקייטן. אבער וויפיל קען דאס געדולד פון באשאף דערהייבן?

שוין באלד אין אנהייב פון איר עקזיסטענץ, ממש נאכדעם וואס די ערד איז ברצונו יתברך ארויסגעשפּרונגען פון אֵין ואֶפֶס, האט זי זיך געדארפט ספּראווען מיט אונזערע אינסטינקטן פון קנאה און רציחה.

די ערד האט נאך געהאלטן אינמיטן אנטוויקלען די חכמה פון נעמען קערנדלעך און צוריקגעבן בלומען און פרוכט מלא טעם, ווען דער מענטש האט איר אנגעטרונקען א פּארציע בלוט — וואס זי האט טאקע נישט מסכים געווען איינצוזאפּן: "נישט מיין תפקיד. נישט פאר דעם בין איך באשאפן געווארן", האט זי ווי א פאר'עקשנ'ט אינגעלע פארשטייפט די אקסלען.

א גוטע נשמה, האט די ערד פארגעזעצט מיט'ן תפקיד, וואס די השגחה עליונה האט איר געגעבן. זי האט זיך געמאכט ווי זי באמערקט נישט די מענטשליכע עוולות, און ממשיך געווען איר עבודה מיט יענער ריינער תמימות, וואס מיר מענטשן האבן נאך אין גן עדן פארלוירן.

איבל און שווינדל
אלעס האט אבער א שיער, און די ערד איז, זעט אויס, זאט ביז דער נאז מיט עוולה און קרימקייט. זי וויל אנגיין, אבער האט נישט קיין כוח.

שוין טויזנטער יארן וואס זי גיט מיט אזויפיל געטריישאפט אלעס וואס זי פארמאגט; די מעשים וואס מיר טוען אויף איר דאַך, דריקן איר אבער אויפ'ן הארצן.

ס'האט איר אנגעהויבן איבלען און שווינדלען, ווען די ערד האט א פארשמאכטע זיך קוים דערשלעפּט צו א ווינקל.

— ג-ע-נ-ו-ג ג-ע-ו-ו-ע-ן!

זי טרייסלט זיך יעצט, די ערד; ווארפט זיך צווישן קעלט און היץ. די קישקעס דרייען זיך איר און זי ברעכט אויס אומגעזונטע תכונות און התנהגות, וואס האבן זיך אויף איר באזעצט אין פּאלאצן פון קנאה און כבוד.

אירע קרעכצן און געשרייען ווערן אבער פארלוירן אין אויער-פארטויבנדע ויכוחים וועגן מיך און מיינס, דו און דיינס, אונזערס און זייערס.

אפּגעשאקלטע שיכטן
אפילו יעצט, מיט אזויפיל אנטוישונג און הארצווייטאג, האט די ערד נישט אליין באשלאסן אראפּצולאזן די הענט. דאס האט געטאן יענער, וואס האט באשאפן איר, אונז, אלעם און אלעמען.

ער איז דער, וואס האט באשלאסן אנצוכאפּן דעם כַּדּוּר הָאָרֶץ און איר גוט אויפטרייסלען, אפּשטויבן, פטור ווערן פון די אומגעזונטע שיכטן, וואס האבן זיך אויף איר אנגעזאמעלט דורכאויס תקופות און דורות.

די וועלט פטר'ט אפּ אומגעזונטע צוגעהערן, וואס האבן זיך אין איר אנגעטשעפּעט. זי באפרייט זיך פון די שווערע פּעק, וואס מענטשליכע שוואכקייטן האבן אויף איר אנגעלייגט.

שוואכקייטן פון גוטע מענטשן, וועמענס מהות און נפש איז באפלעקט מיט'ן טעם פון יענעם עפּל. דער ערשטער חטא פונעם ערשטן מענטש האט געשעדיגט אונזער נפש און באוואוסטזיין. אונזער עבודה איז געווען און געבליבן, אויסצושפּייען דעם טעם פונעם עץ הדעת און זיך באפרייען פון זיינע נאכווייען.

וואס ווייסן מיר
מיר פארשטייען נישט וואס יעצט קומט פאָר. מיר ווייסן און מיר פארשטייען נישט — נישט מיר און אויך נישט אנדערע, אריינגערעכנט די וואס רעדן און אנאליזירן און זאגן זיכערע מסקנות. אויך זיי ווייסן נישט. מען ווייסט נישט אין שול און מען ווייסט נישט אויף דער גאס. אויך אין יענע הויכע בנינים, וואו אונז דאכט זיך אז מען ווייסט אלעס, האט מען נישט קיין השגה.

מען ווייסט נישט, און דאס איז לאו דווקא א פּראבלעם. מ'קען אפילו זאגן אז ס'איז אפילו גוט. וויסן אז מען ווייסט נישט ברענגט א געוויסע חֵרוּת. די ידיעה פון וַאֲנַחְנוּ לֹא נֵדַע באפרייט אונז פון א לאסט, וואס מיר דארפן לכתחילה נישט שלעפּן.

איז דען שייך צו קאנטראלירן דעם גאלאפּ פון געשעענישן, וואס ווערט כביכול געפירט דורך עמיצן אינדרויסן פון אונזער השגה?

אינדערצווישן בייגן מיר מיט הכנעה אראפּ דעם קאפּ. דער איינער וואס פארשטייט און פירט דעם פּלאן, ווייסט אויך וואס ס'איז גוט און לטובה. אונזערע מיינונגען מאכן גארנישט אויס.

א שאד צו פאכן מיט די הענט. א שאד אויף דער ענערגיע, וואס קען פארניצט ווערן אויף בעסערע צוועקן — ווי למשל אויפצורייסן דאס הארץ און אריינלאזן די רמזים, וואס ווערן אין דער לעצטער תקופה אלץ קלארער.

יענעמס געשעפטן
יושע געטער שטעלט אהער אן עקספּאָו, פאר אלעם בנוגע ריעל עסטעיט אין ארץ ישראל. קומענדיגן פרשת משפטים: זונטאג-מאנטאג אין מיאמי, דינסטאג אין בארא פּארק, און מיטוואך אין מאנסי.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4752
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 14150

Re: ברעקעלעך אימעיל - פנחס גלויבער

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

גלח'ישע אלטשטאט געשפּרעכן

איך בין געשטאנען מיט חברים ביים נענטסטן פּלאץ אין אלטשטאט ירושלים צום מקום המקדש.

דאס ארט געפינט זיך אין א שטילן הויף, צווישן עטליכע הייזער. נישט קיין אטראקציע-פּונקט מיט אסאך באזוכער, הערשט דארט כמעט שטענדיג א קדושה'דיגע שטילקייט.

אט האב איך געהערט טריט. נאכגעקומען זענען קלאנגען, פון א געשפּרעך אויף בריטיש-ענגליש. מיר האבן ממשיך געווען זאגן תהילים. אינדערצווישן זענען ביידע, די שטימען און פיסטריט, אונטערגעקומען.

די לעצטע עכאס פון טריט אויף די שטיינערנע ירושלימ'ער געסלעך זענען שטיל געווארן, און כ'האב זיך אויסגעדרייט. דארט זענען דריי מענטשן געשטאנען און אונז באטראכט.

איינער, דער מילטסטער, האט געשטעלט א טראט פאראויס.

"כ'האף אז מיר האבן אייך נישט געשטערט", האט ער מיט הכנעה זיך אנגערופן.

ער איז א גלח ערגעצוואו אין ענגלאנד. די אנדערע זענען מיטגלידער אין זיין קירכע. ער האט געהערט וועגן דעם פּלאץ, און געקומען זאגן א תפילה. נישט געוואלט שטערן די דאווענענדיגע אידן, איז ער שטיין געבליבן אין א זייט.

"כ'האף, אז ס'שטערט אייך נישט וואס כ'בין א גלח", האט ער אונז ווי איבערגעבעטן.

געבענטשטע פשטים
מיר האבן זיך אריינגעלאזט אין א שמועס — וועגן אידישקייט, גוי'אישקייט, און זאכן אינצווישן. דער גלח האט, צום ביישפּיל, געוואלט וויסן וועלכער פון די צוויי, נצרות און איסלאם, איז מער 'כשר'.

צווישן אנדערן, האט ער אונז געבעטן צו פארטייטשן עטליכע פּסוקים אויף ענגליש. ער וויל א באשטעטיגונג פון אידן, וואס לערנען די תורה אויף דער שפּראך ווי זי איז געגעבן געווארן, אז זיין איבערזעצונג איז קראנט.

ווען מיר האבן באשטעטיגט אז ער האט ריכטיג פארשטאנען פשט, האט ער א צופרידענער זיך אויסגעדרייט צו זיינע באגלייטער: "דהעטס פּרעסייזלי ווהאַט איי טאָלד יו, רימעמבער?" זעסט דאך אז אידן זענען מסכים מיט מיין פּשט...

די אנדערע האבן כמעט דער גאנצער צייט געשוויגן, מסתמא צוליב דרך ארץ. זייער רעספּעקט צום גלח, איז אבער נישט צוגעקומען צום דרך ארץ מיט וואס יענער גלח האט צו אונז, די דריי אידן, גערעדט. ער איז געבליבן מיט דער דעמאנסטרירטער אונטערטעניגקייט, אפילו נאכדעם וואס כ'האב אים געזאגט אז ער רעדט מיט פּשוט'ע אידן, נישט קיין 'ראבייס'.

צום געזעגענען האט דער גלח אונז געבענטשט: "דער גא-ט פון אברהם, יצחק און יעקב, זאל אייך בענטשן..." — און אויסגעפירט מיט די ברכות, וואס דער אויבערשטער האט געגעבן פאר אברהם אבינו אין פרשת לך לך.

באזיגטע בלבולים
ווען מיר זענען זיך צעגאנגען, האבן מיינע מחשבות געקאכט צום קלאנג פון דער שטילקייט. כ'האב געטראכט וועגן אזויפיל גזירות און רציחות, וואס מיר האבן דורכאויס דעם גלות געליטן פון די גלחים.

ס'איז נאכנישט דורכגעלאפן קיין מנין דורות, זינט אונזערע עלטערן אין מזרח אייראפּע, האבן אין די וואכן ערב זייערע חגאות פארשלאסן אין די שטיבער און געהאפט אויפ'ן בעסטן. א פּיפּס פונעם גלח דעמאלט, וואלט זיך געענדיגט מיט א פּאגראם.

כ'האב אין געדאנק זיך אויסגע'משל'ט שטיין מיט'ן גלח אין א ספרים-געשעפט, און ליינען צוזאמען וועגן דעם אדער יענעם פּוילישן שטעטל, וועמענס אידן זענען פארטריבן אדער אומגעברענגט געווארן, צוליב'ן 'אריינמישן קריסטליך בלוט אין די מצות'.

וויאזוי וואלט דער דאזיגער גלח, וואס שפּירט א דראנג זיך צו אנטשולדיגן אויף זיין גלח'שאפט, רעאגירט? מסתמא בערך ווי יענעם איד דעמאלט — וועלכער האט פאר'ן ווידוי זיך געווארפן אויף דער ערד פאר'ן גלח און געבעטן רחמים.

דארט און דעמאלט איז יעדער איד געווען בחזקת חייב-מיתה, צוליב'ן אור-אלטן אנגעבליכן אידישן 'חטא' קעגן דעם אותו האיש. יעצט און דא וועט דער גלח ניטאמאל דערמאנען יענעמס נאמען: די אידן וועט עס נישט שמעקן.

דער פשט אין פסוק וואס ער האט געהערט פון זיינע גייסטליכע איז נישט גענוג גוט. ער מוז פעסטשטעלן דעם פירוש ביים איד. און ווען דער זעלבער איד איז מסכים מיט'ן טייטש ווי ער האט עס פארשטאנען, איז דאך ממש מורא'דיג!

אין גאלאפּ צום סוף
עס וואונדערט מיך נאר וואס דער גלח, און אלע גלחים אינאיינעם מיט זייערע נאכפאלגער, טראכטן וועגן דעם פּסוק (ישעיהו ב' ג'): וְהָלְכוּ עַמִּים רַבִּים וְאָמְרוּ לְכוּ וְנַעֲלֶה אֶל הַר ה' אֶל בֵּית אלוקי יַעֲקֹב וְיֹרֵנוּ מִדְּרָכָיו וְנֵלְכָה בְּאֹרְחֹתָיו.

זיי כאפּן?
פעינטיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 318
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 10:23 pm
x 996

Re: ברעקעלעך אימעיל - פנחס גלויבער

פאוסט דורך פעינטיג »

וואס פנחס קען, קען שקיינער!
Wooooow
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2412
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 5670

Re: ברעקעלעך אימעיל - פנחס גלויבער

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

ביטע נישט ברענגען די היינטיגע אימעיל. א שרעקליכע אימעיל, א ציוניסטישע הסתה און א משכילישע גיפט.
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3733
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 4689

Re: ברעקעלעך אימעיל - פנחס גלויבער

פאוסט דורך שמח »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 2:55 pm ביטע נישט ברענגען די היינטיגע אימעיל. א שרעקליכע אימעיל, א ציוניסטישע הסתה און א משכילישע גיפט.
@שאינו יודע לשאול
געדענקסט וואס כ'האב דיר געזאגט א צייט צוריק?
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
אוועיטער
לחידודא
פרישער באניצער
פאוסטס: 58
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:36 am
x 119

Re: ברעקעלעך אימעיל - פנחס גלויבער

פאוסט דורך לחידודא »

איך האב נישט געוואוסט אז צו חוזק מאכן פון א מענטש וואס זארגט זיך אז זיין זון וואס היט נישט קיין שבת זאל ח"ו נישט גיין צום כותל, איז א משכילישע גיפט.
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2412
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 5670

Re: ברעקעלעך אימעיל - פנחס גלויבער

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

לחידודא האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 3:45 pm איך האב נישט געוואוסט אז צו חוזק מאכן פון א מענטש וואס זארגט זיך אז זיין זון וואס היט נישט קיין שבת זאל ח"ו נישט גיין צום כותל, איז א משכילישע גיפט.
ערשטנס, פארציילן אזא מעשה, על הצד אז עס איז אמת, איז חוזק פון קנאות דורך פארציילן א מעשה פון א משוגענער. צווייטנס די אימעיל גייט אסאך אסאך ווייטער ווי דאס. אסאך אסאך. א שטיק גרויל פאר א היימישע איד.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4752
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 14150

Re: ברעקעלעך אימעיל - פנחס גלויבער

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

שמח האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 3:29 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 2:55 pm ביטע נישט ברענגען די היינטיגע אימעיל. א שרעקליכע אימעיל, א ציוניסטישע הסתה און א משכילישע גיפט.
@שאינו יודע לשאול
געדענקסט וואס כ'האב דיר געזאגט א צייט צוריק?
כ'הער...
פעינטיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 318
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 10:23 pm
x 996

Re: ברעקעלעך אימעיל - פנחס גלויבער

פאוסט דורך פעינטיג »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 3:50 pm
לחידודא האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 3:45 pm איך האב נישט געוואוסט אז צו חוזק מאכן פון א מענטש וואס זארגט זיך אז זיין זון וואס היט נישט קיין שבת זאל ח"ו נישט גיין צום כותל, איז א משכילישע גיפט.
ערשטנס, פארציילן אזא מעשה, על הצד אז עס איז אמת, איז חוזק פון קנאות דורך פארציילן א מעשה פון א משוגענער. צווייטנס די אימעיל גייט אסאך אסאך ווייטער ווי דאס. אסאך אסאך. א שטיק גרויל פאר א היימישע איד.
כמיין אז ער וואטשט גוט אויף יעדע ווארט און עס גוט באשריבן אז עס זאל נישט זיין קיין ציונית
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4752
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 14150

Re: ברעקעלעך אימעיל - פנחס גלויבער

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

פעינטיג האט געשריבן: דינסטאג מערץ 11, 2025 12:32 am
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 3:50 pm
לחידודא האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 3:45 pm איך האב נישט געוואוסט אז צו חוזק מאכן פון א מענטש וואס זארגט זיך אז זיין זון וואס היט נישט קיין שבת זאל ח"ו נישט גיין צום כותל, איז א משכילישע גיפט.
ערשטנס, פארציילן אזא מעשה, על הצד אז עס איז אמת, איז חוזק פון קנאות דורך פארציילן א מעשה פון א משוגענער. צווייטנס די אימעיל גייט אסאך אסאך ווייטער ווי דאס. אסאך אסאך. א שטיק גרויל פאר א היימישע איד.
כמיין אז ער וואטשט גוט אויף יעדע ווארט און עס גוט באשריבן אז עס זאל נישט זיין קיין ציונית
גוט געזאגט. עריז דאך דער מייסטער שרייבער בהא הידוע, ממילא האט ער עס באוויזן צו שרייבן אויף אן אופן אז דו זאלסט נישט קענען אנצייגן וועלכע ווארט ס'איז ראונג... אבער די געדאנק וואס קומט ארויס דערפון איז אביסל אפלאכענדיג פון די כותל און ציונות מערכה.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4752
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 14150

Re: ברעקעלעך אימעיל - פנחס גלויבער

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

דאס פינפטע קינד


פירערליי בנים זיצן פסח אויפדערנאכט ביים סדר. מיר כאפּן מיט יעדן באזונדער א שמועס, וועגן וואס ס'שפּילט זיך דא אפּ. מיר רעדן מיט יעדן פון זיי אויף זיין שניט און לויט זיין פארשטאנד.

איינער האט ליב פלפול און פרטים. ער קריכט מיט חקירות אזוי טיף, ביז'ן כמעט פארגעסן דעם עיקר. ער זוכט טיפע טעמים און נייע הבנות, ביז די עצם נקודה ווערט פארלוירן. פארפארן אביסל צו ווייט, ברענגען מיר יענעם צוריק צום מקור פון דער זאך, דורכ'ן דערמאנען א הלכה פון סוף סדר.

אֵין מַפְטִירִין אַחַר הַפֶּסַח אֲפִיקוֹמָן: קום צוריק צום סדר — צום יסוד הדבר פון גאולת מצרים, מיט די פשוט'ע מצוות מעשיות וואס קומען דערמיט.

דרויסנדיגע בליקן
דערנאך איז דא יענער, וואס איז קליגער ווי די גאנצע זאך. ער האט געליינט און געקוקט; ער פארשטייט נישט דעם ענין פון ביטול, צו עפּעס וואס איז גרעסער ווי אים.

יענער קוקט מיט אן 'אביעקטיוון', 'זשורנאליסטישן' בליק, וואס פארשט צו פארשטיין די זאך מן הצד.

מיט אזא מהלך, ווערט מען אבער פארפאלן. דער כלל האט א הבטחה, אז ער וועט דערטראגן און דערהייבן, און צום סוף דערגיין ביז'ן שפּיץ. איינער אליין בין איך גארנישט ווערד.

אויך אין מצרים זענען געווען אידן, וואס האבן זיך אנגעזאפּט מיט צופיל מצרי'שקייט. דער גאנצער עולם צוזאמען, איז מיט גרויסע יסורים אויסגעהאמערט געווארן אלס א באזונדער פאלק. די 'נייטראלע' אידן, וואס האבן פארשטאנען ביידע צדדים, זענען פארלוירן געווארן.

ווייניג ידיעה און גארנישט הבנה
נאכדעם איז דא עמיצער, וואס פארשטייט באמת נישט וואס דא שפּילט זיך אפּ. ס'טוט זיך לעבעדיג, אבער ער פארשטייט נישט דעם באדייט.

וואס גייט דא פאָר, פרעגט ער מיט דער גאנצער אויפריכטיגקייט, און מיר ענטפערן אים גערן. מיר דערציילן אים וועגן דעם פשוט-פשט פירוש פון דער נאכט.

ס'איז דא נאך עמיצער, וואס פארשטייט אפילו נישט אז עפּעס איז דא אויפפאלנד. ער קוקט, אבער דערזעט נישט.

ער ווייסט טאקע נישט אז ער ווייסט נישט, אבער ער איז דא ביים טיש, און מיר קענען מיט אים רעדן. מיר לאזן זיך טאקע אריין אין א שמועס, און דערציילן אים די זאכן, וואס זיין נייגער האט נישט גערייצט צו וויסן, אבער ער איז יא גרייט צו הערן.

פיר און פינף
פיר קינדער זענען זיי: כְּנֶגֶד אַרְבָּעָה בָנִים דִּבְּרָה תוֹרָה, און מיר רעכענען זיי באלד אויס, אינאיינעם מיט די טיטלען.

אבער וואס פעלט אויס די הקדמה, 'קעגן די פיר קינדער', אויב זיי ווערן באלד דערויף אויסגערעכנט? וואס דארפסטו מיר זאגן דעם ציפער, ווען כ'קען פשוט אליין ציילן — איינס, צוויי, דריי, פיר?

זעט זיך פון דעם אויס, אז ס'איז דא א פינפטער. ס'זענען לעולם פאראן פינף קינדער, אבער נאר מיט פיר קענען מיר רעדן.

ווייל דער פינפטער איז בכלל נישט אנגעקומען.

וואו איז ער? קיינער ווייסט נישט. ער וואלגערט זיך ערגעצוואו, און האט פארלוירן דעם קשר מיט דער סביבה.

פארלוירענע קינדער
אזוי לאנג ווי ער איז דא, קענסטו מיט אים פארפירן א געשפּרעך. אזוי לאנג ווי ער אנוועזנד, איז דא מיט וועמען צו רעדן. יענער, וואס האט אין קאפּ אדער הארץ זיך אפּגעהאקט פונעם ארום, רעדט כאטש. זיין פרעמדער בליק קלינגט אומהיימליך און גריזשעט אביסל אויף די נערוון, אבער לפחות איז ער דא. אזוי לאנג ווי ער איז דא, איז דער קשר נישט פארלוירן. שנאה און רוגזה דערציילן וועגן עפּעס א קשר וואס ס'איז צווישן אונז געבליבן.

דער שאינו יודע לשאול ווייסט כאטש אז ער ווייסט נישט. כאטש איז דא עמיצער, וועמען דו קענסט דערציילן אז ער ווייסט נישט.

דער פינפטער ווייסט אבער ניטאמאל אז ער ווייסט נישט אז ער ווייסט נישט. נישטא די ברירה פון אים דערציילן, פון רייצן דעם נייגער, פון טאן דאס און יענץ, אים צו העלפן זיך עפענען דאס מויל.

וואו בין איך?
וואו זענען מיר — מיט די אלע חלקים פון אלע בנים, פון וועלכע יעדער פון אונז פארמאגט אין זיך א שטיקל?

מיר זענען דא — מיר אונזערע ידיעות און הבנות, אראגאנץ און עגאס, איגנאראנץ און נאאיוויטעט, און אויך מיט די זאכן וואס מיר ווייסן נישט אז מיר ווייסן נישט.

וואס וועט אבער זיין מיט יענעם חלק פון מיך, וואס וואנדערט און בלאנזשעט, און ווייסט בכלל נישט אז ער איז נישט אינדערהיים — אז ער איז בעצם בכלל אין ערגעץ נישט?

יענעמס געשעפטן
ריעל עסטעיט אין ארץ ישראל, איז א שווערע סוגיא פאר עמיצן וואס וואוינט אין אויסלאנד. דער מענטש וועמען דו זוכסט, הייסט יושע געטער. אויסער זיין אויפריכטיגקייט און ערליכקייט, פארשטייט ער די מענטאליטעט פון ביידע זייטן ים. קענסט אים רופן, און ער וועט דיך נעמען פון שאינו יודע לשאול ביז'ן חכם.
שרייב פאוסט