כבוד מלכים האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 12, 2025 11:29 am
@ עהעם
על סמך מה בויעסטו "די וועג וויאזוי איך קוק אן די יעצטיגע לב טהור פרשה"?
ביסטו אמאל געווען דארט? גערעדט מיט איינעם פון דארט? דעת תורה? קאמאן סענס?
איך פרעג באמת, עס איז נישט קיין אטאקע.
איך בוי מיין וועג אויף די וועג ווי אזוי דער באשעפער האט מיך געמאכט טראכטן, אויף באריכטן וואס איך האב געהערט פון יוצאים פון די פלאץ, וואס זיי האבן מיר דערציילט (נישט פון די יעצטיגע קאמפיין, איך רעד פון יארן צוריק), אויף קענענדיג די וויינגארטן ברידערס, און אויף די אינטערוויאס און באריכטן פון די יעצטיגע קאמפיין.
איך שרייב זייער קלאר מיין מיינונג, די פירערס דארט זענען א סכנה פאר סאסייעטי, און מ'דארף זיי אפשטעלן, אבער לגבי די עצם חבורה פאר זיך, איז נישט ריכטיג אז עסקנים נעמען זיך איבער מענטשן וואס ווילן לעבן אויף א געוויסע וועג, און זיי מיט געוואלד אוועקשלעפן.
איי, האט איינער געפרעגט, ווי אזוי קען די קהילה אנגיין אן א פירער? איך גלייב אז ס'איז דא דארט מעסיגע ערליכע מענטשן וואס זענען נישט עוסק אין די אלע השחתות וואס מ'באריכטעט אויף די פירערס.
כלל ישראל דארף קענען פארנעמען אלע סארט קהילות און חבורות, ווילאנג ס'פירט זיך על פי תורה, און אז לב טהור איז גאר אן עקסטרעמע פרומע קהילה, געבט דאס נאכנישט רעכט פאר עסקנים זיך אריינצומישן און אריינמישן רבנים און ארויסכאפן מענטשן פון דארט מיט געוואלד.