יוסף האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 02, 2025 2:14 am
פשוט און גראד האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 02, 2025 2:07 am
יוסף האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 02, 2025 2:02 am
לב טהור ביז זיי זענען געווארן געצווינגען צו נעמען די גלות שטעקן האבן זיי געוואינט אין הערליכע הייזער אין קאנאדע
אין ליידער האט מען נישט געהערט קיין פיפס פון אינז אלע, אין נאך געהאלפען אויכט.
א קולט בעצם האט זילטש מיטן בורא עולם. אין מען טאר עס נישט פארשווייגען.
(ס'דא קולטס ביי געוויסע קהילות, און ליידער הערט מען גארנישט.)
אבער לאמיר נישט פארקריכען פון די נושא
מען האט שוין גראדע דעמאלטס יא געהערט פון הרב מקאשוי והרב משארמאש וואס זייער קינדער זענען שוין דעמאלטס געווען דארט, די שטיצע איז געווען עטליכע יאר פארדעם ווען ער איז נאך געווען אין אמריקע, אבער ביסט גערעכט אז רוב רבנים האבן ניטש געשפירט וויכטיג ארויסצוקומען קעגן עם און עס איז געווען רבנים וואס האבן געהאלטן פון ר' שלמה עד זיבולא בתרייתא ווי הגה''צ ר' יוחנן וואזנער וואס האט עם מספיד געווען, ביסט אויך גערעכט אז אפילו היינט צו טאגס קומען די רבנים אויך נישט ארויס קעגן די קולט.
איך געדענק 30 יאר צוריק האט מען שוין דערציילט די אלע שלש עבירות חמורות דארט, אבער יא די פרומע עולם האט עס געלייקענט, און געגעבען געלט פאר אים , אזוי גייט עס שוין אן באלד 40 יאר ,
די שרוריה לערנט אונז וויאזוי אינזער סיסטעם ארבעט, טאמער שפילסטו די געים גוט פונדרויסן, קענסטו טין וואס די ווילסט דיין גאנץ לעבן , משא"כ אז א אינגערמאן מופט קיין מאנסי, האבן צענדליגע גענדיגט מיט זייערע קינדער אין פובליק סקול השם ישמרינו, וועגן קיינער האט זיי נישט געוואלט נעמען אין היימישע מוסדות, משא"כ דער אינגערמאן וואס בלייבט אין וויליאמסבורג ,קען אפטין כל דבר אסור ,אפילו ווען געוויסע ווייסן ,און מען האלט אים אפילו פאר, עס זאגט אונז גאר אסאך , נישט דא קיין סך וואס צוטין, יעדע אטאמאטישע סיסטעם האט מעלות און חסרונות; אבער דאס איז א גוטע משל פון א פועל יוצא,
אבער יעדער פאר זיך דארף טראכטען פאר מען פסל'ט אדער כשר'ט אנדערע אידן , אל תסתכל בקנקן אלא במה שיש בו, איז און די היינטיגע אמעריקאנע סיסטעם איז אלעס ביי דיפאלט אן טראכטען , די זעלבע מיטן ספענדען פאר טייערע חתונות און מופן צו ביליגע געגנטער, סאיז אלס היינו הך אלעס פארט גראד מיט די סיסטעם באנאזאם #סיסטעם קאפ אין וואנט