חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2114
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 4986

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

איד האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 12:46 am
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 26, 2025 11:14 pm
מסתמא האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 26, 2025 8:51 pm

עס איז נישט קיין פאליטיק אז רוב ארגינעלע איינוואוינער זענען קעגן די ועד, זיכער אויב רעכנסטו די אוועקגעמופטע מיט קהילה ב'. הרב שטיינמעץ האלט קלאר אז די מציאות האט זיך געטוישט היינט מיט די ועד'ס לעגיטימיטעט. דיין סברה פון האלטן פרייזן וחיזוק הישוב איז הערליך אין פרינציפ ווען דער ציבור איז מסכים דערצו, דאס איז נישט די קעיס מער
און נאכאמאל די זעלבע זאך. איר חזר'ט א זאך וואס איך קען נאר ענטפערן אויב מען קען דא רעדן פאליטיק. ווייל איך האב געזען און געהערט און די מציאות איז בכלל נישט ווי איר זאגט. מען קען אפילו זאגן ממש מהיפך להיפך. אבער פארוואס פירט איר אהין די שמועס? פארוואס זאל מען דארפן רעדן ברבים פון פריוואטע מענטשנס מדות און אזוי ווייטער?
איך האב גערעדט אויב נייע וואלן וואלטן געהאלפן. פון יענעם דרשה פון הרב שטיינמעץ זעה איך אז נישט. די וואס גייען קעגן א ועד טוען עס שוין זייט "בעפאר" די פריערדיגע וואלן.
איך פארשטיי נישט וואס דו זאגסט

הרב שטיינמעץ האט געזאגט אז ווען ס'איז דא א וועד אין א קהילה דארף מען זיך צושטעלן
כל זה ווען ס'איז דא איין קהילה, און זיי האבן א וועד, דארף זיך די גאנצע קהילה צושטעלן

ער האט אבער נישט געזאגט אז אפי' ווען ס'איז דא צוויי קהילות, מוזן זיך ביידע קהילות צושטעלן צו די וועג פון איין קהילה!
איך האב אבער נישט געפרעגט וואס ער האלט וועגן צוויי קהילות. איך האב זיך באצויגן אויב נייע וואלן וואלט געלעזט דעם פראלבעם. אויף דעם זאג איך אז ניין ווייל די אינוועסטארס האבן געטון די זעלבע בשעת רבי יחיאל איז נאך געווען רב און ער האט גערעדט אז מען דארף האבן אזא ועד. די אינוועסטארס האבן אבער ווייטער געשטערט.
אלע צוזאמען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 219
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
Location: קאסא גראנדע אריזאנע
x 535

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך אלע צוזאמען »

פסח אין קאסא גראנדע!

IMG_6798.jpeg
IMG_6798.jpeg (403.97 KiB) געזען געווארן 2434 מאל
► Show Spoiler
הערליכע הייזער צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע, פאר שבתים און פאר דורכאויס די וואך, פאר די בעסטע פרייזן, פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.

פילט פריי מיר צו קאנטאקטן פאר אלעס 'קאסא גראנדע', מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן
222555
פרישער באניצער
פאוסטס: 69
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יאנואר 24, 2025 12:44 am
Location: new york
x 161

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך 222555 »

איד האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 12:46 am
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 26, 2025 11:14 pm
מסתמא האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 26, 2025 8:51 pm

עס איז נישט קיין פאליטיק אז רוב ארגינעלע איינוואוינער זענען קעגן די ועד, זיכער אויב רעכנסטו די אוועקגעמופטע מיט קהילה ב'. הרב שטיינמעץ האלט קלאר אז די מציאות האט זיך געטוישט היינט מיט די ועד'ס לעגיטימיטעט. דיין סברה פון האלטן פרייזן וחיזוק הישוב איז הערליך אין פרינציפ ווען דער ציבור איז מסכים דערצו, דאס איז נישט די קעיס מער
און נאכאמאל די זעלבע זאך. איר חזר'ט א זאך וואס איך קען נאר ענטפערן אויב מען קען דא רעדן פאליטיק. ווייל איך האב געזען און געהערט און די מציאות איז בכלל נישט ווי איר זאגט. מען קען אפילו זאגן ממש מהיפך להיפך. אבער פארוואס פירט איר אהין די שמועס? פארוואס זאל מען דארפן רעדן ברבים פון פריוואטע מענטשנס מדות און אזוי ווייטער?
איך האב גערעדט אויב נייע וואלן וואלטן געהאלפן. פון יענעם דרשה פון הרב שטיינמעץ זעה איך אז נישט. די וואס גייען קעגן א ועד טוען עס שוין זייט "בעפאר" די פריערדיגע וואלן.
איך פארשטיי נישט וואס דו זאגסט

הרב שטיינמעץ האט געזאגט אז ווען ס'איז דא א וועד אין א קהילה דארף מען זיך צושטעלן
כל זה ווען ס'איז דא איין קהילה, און זיי האבן א וועד, דארף זיך די גאנצע קהילה צושטעלן

ער האט אבער נישט געזאגט אז אפי' ווען ס'איז דא צוויי קהילות, מוזן זיך ביידע קהילות צושטעלן צו די וועג פון איין קהילה!
עס האט לכאורה נישט מיט די קהילה אדער בית מדרש נאר לפי מה ששמעתי איז עס אראפגעשטעלט געווארן על פי שולחן ערוך ווי מהאט אריינגעוועלט מיט אמתע וואלן בימים ההם 3 טובי העיר
דעריבער האט עס לכאורה מיט די שטאט נישט מיט די איין אדער מערערע קהילות

וואס יא לדעתי דארף מען ווען מאכן א פשרה און אריינעמען אויך פון קהילה ב' אהין כדי זיי זאל מיטארבעטן נישט ארבעטן אקעגן
אבער ע"פ הלכה קען זיין דארף מען זיי פאלגן אזוי אויך אלס טובי העיר
אלע צוזאמען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 219
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
Location: קאסא גראנדע אריזאנע
x 535

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך אלע צוזאמען »

טיפע טאשן האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 26, 2025 8:38 pm
אלע צוזאמען האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 26, 2025 6:52 pm DSC_9028.jpg
DSC_8697.jpg
דאס איז רבי טארים?

ער איז מלמד?
יא, ר' יואל הי"ו איז איינס פון די דריי טאלאנטפולע מלמדים פון תלמוד תורה עץ חיים ד'קאסא גראנדע (בנשיאות הרה"ג רבי אברהם ראבינוביץ שליט"א אב"ד קהל חסידים ד'קאסא גראנדע), ר' יואל איז דער מלמד פון די יונגסטע קלאס.

בעז"ה גרייט מען זיך צו עפענען א פרישע קלאס (מינימום איין) קומענדיגע יאר (אלול/תשרי) סיי אין די תלמוד תורה און סיי אין די בית חינוך לבנות, מיט די קינדער וואס זענען דא פון די יעצטיגע תושבים און מיט עטליכע פון די צוקנופטיגע תושבים וואס קומען בעז"ה בקרוב.
הערליכע הייזער צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע, פאר שבתים און פאר דורכאויס די וואך, פאר די בעסטע פרייזן, פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.

פילט פריי מיר צו קאנטאקטן פאר אלעס 'קאסא גראנדע', מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן
אנעקדאט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 186
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 3:37 pm
x 215

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך אנעקדאט »

222555 האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 4:02 pm
איד האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 12:46 am
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 26, 2025 11:14 pm

און נאכאמאל די זעלבע זאך. איר חזר'ט א זאך וואס איך קען נאר ענטפערן אויב מען קען דא רעדן פאליטיק. ווייל איך האב געזען און געהערט און די מציאות איז בכלל נישט ווי איר זאגט. מען קען אפילו זאגן ממש מהיפך להיפך. אבער פארוואס פירט איר אהין די שמועס? פארוואס זאל מען דארפן רעדן ברבים פון פריוואטע מענטשנס מדות און אזוי ווייטער?
איך האב גערעדט אויב נייע וואלן וואלטן געהאלפן. פון יענעם דרשה פון הרב שטיינמעץ זעה איך אז נישט. די וואס גייען קעגן א ועד טוען עס שוין זייט "בעפאר" די פריערדיגע וואלן.
איך פארשטיי נישט וואס דו זאגסט

הרב שטיינמעץ האט געזאגט אז ווען ס'איז דא א וועד אין א קהילה דארף מען זיך צושטעלן
כל זה ווען ס'איז דא איין קהילה, און זיי האבן א וועד, דארף זיך די גאנצע קהילה צושטעלן

ער האט אבער נישט געזאגט אז אפי' ווען ס'איז דא צוויי קהילות, מוזן זיך ביידע קהילות צושטעלן צו די וועג פון איין קהילה!
עס האט לכאורה נישט מיט די קהילה אדער בית מדרש נאר לפי מה ששמעתי איז עס אראפגעשטעלט געווארן על פי שולחן ערוך ווי מהאט אריינגעוועלט מיט אמתע וואלן בימים ההם 3 טובי העיר
דעריבער האט עס לכאורה מיט די שטאט נישט מיט די איין אדער מערערע קהילות

וואס יא לדעתי דארף מען ווען מאכן א פשרה און אריינעמען אויך פון קהילה ב' אהין כדי זיי זאל מיטארבעטן נישט ארבעטן אקעגן
אבער ע"פ הלכה קען זיין דארף מען זיי פאלגן אזוי אויך אלס טובי העיר
מ'דארף דאס מודיע זיין פאר רבי יחיאל שטיינמעץ, ס'זעהט אויס ווי ער ווייסט נישט דערפון.
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1438
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 2204

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך טיפע טאשן »

אויב גייסטו וועגן הלכה, קום איך צוריק וועגן נייע וואלן
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
222555
פרישער באניצער
פאוסטס: 69
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יאנואר 24, 2025 12:44 am
Location: new york
x 161

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך 222555 »

טיפע טאשן האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 4:14 pm

נייע וואלן וועט מען נאר רעכענען תושבים א גאנץ יאר וואס דאן וועט נאר קהילה א' געוואונען ווייל זיי האבן 15 משפחות קעגן 10
מיין הצעה איז יא אריינצינעמען אויך קהילה ב' אינעם וועד העיר עכ"פ אויב זיי זענען גרייט מיט עפעס א הסכם ..
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2114
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 4986

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 11:53 pm
וכן נוהגין האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 11:20 am
Yankel האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 10:31 am איינער קען אויסקלארען ווער סאיז די רב אין קאסא גראנדע?
הרב יהושע רובין דער ערפינדער און פיאנעיר און אינוועסטירער פון די ישוב, ער האט געעפענט קהל חסידים ד'קאסא גראנדע.

ער האט זיך אהינגעצויגן פסח תש"פ אינאיינעם מיט זיין טאטע האדמו"ר מדינוב שליט"א וועלעכע איז מרא דאתרא פון קאסא גראנדע.

זיי האבן געעפענט די ביהמ"ד און תלמוד תורה און בית חינוך לבנות, מקווה און גראסערי ביים קאמיוניטי צענטער https://maps.app.goo.gl/o2iidf8uqbr5Kz357 און די שבת מקווה און שבת שוהל ביי https://maps.app.goo.gl/KTNNgbUwcRZ88G1J9.

סיוון תשפ"ב האט די גאנצע עולם זיך צוזאמגענומען און כדת וכדין אויפגענומען טובי העיר. לויט די שטימען זענען אויפגענומען געווארן הרב יהושע רובין, הרב משה אברהם ברוין און הרב יצחק גרין שליט"א צו משמש זיין בכוח טובי העיר.

תשפ"ב האבן זיין אהינגעברענגט הרב יחיאל שטיינמץ פון מאנסי צו פסק'ן שאלות, אבער נאך א שטיק צייט וואס זיין רביצין איז נישט געווען צופרידן צו זיין אזוי ווייט פון די קינדער, און אים געמאכט שווער דאס זיצן אין קאסא גראנדע האט עס מער נישט געקענט אזוי אנגיין און ער איז צוריקגעפארן וואוינען אין מאנסי, נאכן מילא זיצן אין ניו יורק מער פון זיין אין קאסא גראנדע. לאזענדיג א גרויסע חלל פאר די אינגעלייט וועלעכע דארפן תמידין כסדרן, איינער זאל זיי מורה זיין דרך ה' אשר ילכו בה.

אין יענע תקופה, האט א חשוב'ע אינגערמאן אין שטעטל הרה"ג רבי יצחק אייזיק בערגער שליט"א באקומען שימוש פון הרה"ג רבי יוסף ישראל אייזענבערגער דומ"ץ סקווירא און הרה"ג רבי אברהם הירש וואזנער אב"ד סאטמאר מאנסי און נאך, און דער הרב בערגער איז געווארן אויפגענומען דורך די תושבי הישוב אלץ דומ"ץ הקהילה.

דאן, היות די טיטול רב איז געווען ליידיג און מען האט געדארפט איינער וואס זאל טראגן די אחריות פון אלע רוחניות'דיגע אנגעלעגענהייטן אין שטאט ווי די מקווה, כשרות, עירוב, חינוך, וכו', דעמאלט האט הרב רובין מיט די גוטהייסונג פון גדולי דורינו אויפגענומען הרב רבי חיים שלמה בערגער שליט"א צו ממלא זיין די פאזיציע.

אגב דער רב הרב בערגער איז די טאטע פונעם דומ"ץ הרב בערגער
פיינעלי הייב איך אן שמעקן אז קאסא גראנדא האט אן עתיד. עס שמעקט אז מען קריגט זיך שוין... גוט... עפעס וועט שוין ווערן... אבער אן קיין פייער ביטע, לאמיר האפן.
איך טרעף דא אז 3 חדשים צוריק האב איך געשריבן מיט שמחה אז עס איז שוין דא א פאטענשל פאר קאסא גראנדא... צוויי אידן דריי דעות... אז עס ווערט שוין 2 קהלות וועט שוין ווער א שטעטל.... יעצט לאמיר זעהן. רבותי מיר ווארטן אויף נייעס. פרישע משפחות. דאס איז דער עיקר.
אלע צוזאמען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 219
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
Location: קאסא גראנדע אריזאנע
x 535

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך אלע צוזאמען »

ערב שבת פרשת תרומה - שבת ראש חודש - שבת שקלים - תשפ”ה.

תשובה פון אב”ד קהל חסידים ד’קאסא גראנדע אריזאנע צו איינער פון די איינוואוינער איבער וויאזוי צו ליינען דעם וואך אין א ביהמ”ד וואס האט נאר איין ספר תורה, היות מען גייט בעצם אדורכמישן די קריאת שבת שקלים ווען מ׳מישט צו קריאת ראש חודש.

Rabbi Rabinowitz-shekulim-01.jpg
Rabbi Rabinowitz-shekulim-01.jpg (819.36 KiB) געזען געווארן 2194 מאל
Rabbi Rabinowitz-shekulim-02.jpg
Rabbi Rabinowitz-shekulim-02.jpg (812.5 KiB) געזען געווארן 2194 מאל
הערליכע הייזער צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע, פאר שבתים און פאר דורכאויס די וואך, פאר די בעסטע פרייזן, פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.

פילט פריי מיר צו קאנטאקטן פאר אלעס 'קאסא גראנדע', מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3524
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 5550

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וואוילער »

222555 האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 6:16 pm
טיפע טאשן האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 4:14 pm
222555 האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 4:02 pm

עס האט לכאורה נישט מיט די קהילה אדער בית מדרש נאר לפי מה ששמעתי איז עס אראפגעשטעלט געווארן על פי שולחן ערוך ווי מהאט אריינגעוועלט מיט אמתע וואלן בימים ההם 3 טובי העיר
דעריבער האט עס לכאורה מיט די שטאט נישט מיט די איין אדער מערערע קהילות

וואס יא לדעתי דארף מען ווען מאכן א פשרה און אריינעמען אויך פון קהילה ב' אהין כדי זיי זאל מיטארבעטן נישט ארבעטן אקעגן
אבער ע"פ הלכה קען זיין דארף מען זיי פאלגן אזוי אויך אלס טובי העיר
אויב גייסטו וועגן הלכה, קום איך צוריק וועגן נייע וואלן
נייע וואלן וועט מען נאר רעכענען תושבים א גאנץ יאר וואס דאן וועט נאר קהילה א' געוואונען ווייל זיי האבן 15 משפחות קעגן 10
מיין הצעה איז יא אריינצינעמען אויך קהילה ב' אינעם וועד העיר עכ"פ אויב זיי זענען גרייט מיט עפעס א הסכם ..
ביסט אזוי זיכער אז קיינער וואס געהערט צו קהילה א' וועט נישט וועלן פאר א צווייטן אין די ועד?
222555
פרישער באניצער
פאוסטס: 69
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יאנואר 24, 2025 12:44 am
Location: new york
x 161

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך 222555 »

אלע צוזאמען האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 1:54 pm פסח אין קאסא גראנדע!

IMG_6798.jpeg

► Show Spoiler
פונקט פאסיג פאר פסח ווען ממישט זיך ממילא נישט מיט גראסערי פראדוקטן דעריבער וועט מען נישט דארפן צוקומען צי קויפן אין גראסערי וואס איז נאר ציגעשטעלט פאר די וואס שטייען איין ביי די רענטל דירות פון אריזאנע קאושער רעזארט...

(איך מיין אז למעשה טיען זיי גארנישט ווער עס גייט צי דירות פון מענטשן ביי קהילה ב' דהיינו רילעקס סטעי נאר בעיקר איז אויב מען פאלט אריין אין איינע פון 5 דירות וואס די מייסד האלט זיי פאר מייקרי השער)

אבער לדעתי דארף מען זאגן דאס פאר מענטשן קלאר אז נישט האט מען יענעם אויסגעשפילט מיט די גראסערי און מקוה

א איד האט מיר פארציילט אז ער האט געדינגען פון די סייט און ער האט באקומען דארט איינע פון די 5 דירות וואס די מייסד האלט זיי פאר מייקרי השער און ער באמערקט די צעטיל נעבן די גראסערי דעריבער האט ער נישט געקענט/געוואלט איינקויפן אין גראסערי און ער איז געווארן זייער בייז אויף רילעקס סטעי

דעריבער לטובת העניין איז וויכטיג ווען איינער רופט אריין אז מען זאל אים קלארשטעלן אז ער קען נישט ניצן די סערוויסעס פונעם מייסד הקהילה ווי גראסערי און מקוה וכו' אזוי ער זאל נישט שפירן אויסגעשפילט שפעטער ווען ער קומט אן
אפילו אויב מען מיינט אז ער וועט זיך בייזערן אויף קהילה א' איז עס נאך אלס נישט אויסגעהאלטן כ"ש ווען איך זעה אז מען בייזערט זיך אויך אויף די רענטל אויך זיך שפירענדיג אריינגענערט
(פון אריינלייגן דא אין ספוילער איז זיכער נישט גענוג והא ראי' אז אפילו איך האב עס הערשט באמערקט נאכן שרייבן מיין תגובה..)
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3524
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 5550

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וואוילער »

געהערט האב איך אז ס'דא א צווייטע גראסערי.

עני וועי, איך וואלט געווארן אויפגערעגט אויף די וואס לאזן מיך נישט אריין אין פלעצער.
איך בין דארט געוועהן פאריגע יאר, און איך קען נישט טראכטן פון גיין נאכאמאהל, נאר וועגן די שלעכטע אויפפירונג פון די וואס פארטרייבן מענטשן וואס גייען נישט מיט מיט זייער פלאן.
גערעכט? קען זיין. אבער עס מאכט זיכער פארגיין די אפעטיט.
הערענדיג אז מ'שטעלט שוין צו פון אלעס פאר סיי וועם, טראכט איך אז איך קען שוין גיין נאכאמאהל.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
222555
פרישער באניצער
פאוסטס: 69
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יאנואר 24, 2025 12:44 am
Location: new york
x 161

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך 222555 »

וואוילער האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 28, 2025 12:11 am געהערט האב איך אז ס'דא א צווייטע גראסערי.

עני וועי, איך וואלט געווארן אויפגערעגט אויף די וואס לאזן מיך נישט אריין אין פלעצער.
איך בין דארט געוועהן פאריגע יאר, און איך קען נישט טראכטן פון גיין נאכאמאהל, נאר וועגן די שלעכטע אויפפירונג פון די וואס פארטרייבן מענטשן וואס גייען נישט מיט מיט זייער פלאן.
גערעכט? קען זיין. אבער עס מאכט זיכער פארגיין די אפעטיט.
הערענדיג אז מ'שטעלט שוין צו פון אלעס פאר סיי וועם, טראכט איך אז איך קען שוין גיין נאכאמאהל.
איך האב אויך אפירגהאלטן דארט איינעם וואס האט געגעבן צי שארפע ערעטוט אבער עס ווענדט זיך וועם איר האט אנגעטראפן...
מיין אנטווארט צי יענעם איז טאקע געווען: מדארף זיין א געוואונער און נישט גערעכט...

אבער עס איז נישט דער מייסד הישוב וואס איז בטבעו א בעל חסד און נעמט אויף יעדן בסבר פנים יפות

ער האט מיט 10 פינגערס מייסד געווען דאס פלאץ און אריינגעלייגט מיליאנען בלויז לטובת כלל ישראל וואס ער פלאנט נישט צוריק צי זעהן און געהאלפן יעדן בלי יוצא מן הכלל (יעדער פון קהילה ב' האט פון אים באקומען הלוואות פון 30 אלפים און ארויף און ער באקומט עס צוריק אויף אנדערע פעימענטס ווי קעש.. לפי ידעתי האט נאך קיינער אים באצאלט אפילו..)
דעריבער האלט איך און אזוי האלטן גרעסערע פון מיר אויך ווי א גרויסע רב האט מיר געזאגט אז אים צי טשעפען איז א שפיל מיט פייער אזוי ווי צדיקים האבן געזאגט אז א גבאי צדקה טאר מען נישט טשעפען
ויאמר הנני
ניי צום טיש
פאוסטס: 1
זיך איינגעשריבן: מיטוואך פעברואר 26, 2025 7:34 pm
x 20

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ויאמר הנני »

אתה חונן לאדם דעת!!!
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1438
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 2204

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך טיפע טאשן »

@ויאמר הנני
viewtopic.php?p=152925#p152925
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5783
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 12191

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך דער תהלים איד »

וואוילער האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 28, 2025 12:11 am איך בין דארט געוועהן פאריגע יאר, און איך קען נישט טראכטן פון גיין נאכאמאהל, נאר וועגן די שלעכטע אויפפירונג פון די וואס פארטרייבן מענטשן וואס גייען נישט מיט מיט זייער פלאן.
דיין תגובה איז מיר וויכטיג להבנת הענין. ואפרש.

איך בין נייגעריג צו דו האסט געזען מיט די אויגן עפעס, האט געזען א שלעכטע עדיטוד? האסט געזען מען שיקט איינעם אוועק? אדער דו באציסט זיך צו מעשיות וואס מען דערציילט.

אויב מעשיות, דארף מען וויסן אז יעדע מעשה איז נאר גוט ביז מען הערט וואס ס'איז באמת געווען. למשל. איינער וואס איז אינוואלווד אינעם ישוב דארט האט מיר געשיקט א רעקארדירונג, א שטיקל פון א דין ודברים וואס איז געווען איין טאג די וואך ביי הגאון רבי מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט"א, און כ'האב געהערט דארט א מבהיל'דיגע זאכן.

וואס איז מיר געווען אזוי אינטערסאנט? ווייל עס ווייזט מיר נאכאמאל וויאזוי איין "פיצי" פרט, די אנהייב פון די מעשה, דרייט אויס די מעשה מהיפך להיפך.

איך האף יעדער וועט קענען דולדן מיין תגובה, למען האמת שבנקודה זו.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5783
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 12191

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך דער תהלים איד »

אלע צוזאמען האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 28, 2025 2:05 pmאזויגערופענע מייסד
דא פארלירסטו מיך, אפילו ווען ס'איז באלד.

ממילא, וכו'. (איך האב אויך אין אנהויב עס אנגעקוקט דיין וועג, זארג נישט).
אלע צוזאמען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 219
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
Location: קאסא גראנדע אריזאנע
x 535

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך אלע צוזאמען »

דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 28, 2025 2:08 pm

רעב איד, איך קוק עס נישט אן, איך לעב דאס מיט שוין איבער אכט חדשים.

זאגט, איר האט באקומען א ריסטרעינינג ארדער? איר ווייסט וואס עס שטייט דארט?

איר קענט די נעמען פון די ממונים?
הערליכע הייזער צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע, פאר שבתים און פאר דורכאויס די וואך, פאר די בעסטע פרייזן, פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.

פילט פריי מיר צו קאנטאקטן פאר אלעס 'קאסא גראנדע', מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5783
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 12191

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך דער תהלים איד »

אלע צוזאמען האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 28, 2025 2:19 pm

איך האב אייך געזאגט אז איך האב געהערט א רעקארדינג פון א דו"ד צווישן א תובע מיט א נתבע.

איך דארף גארנישט מער.

פאר א באנוס האב איך צוגעלייגט אז צווישן אייערע ווערטער דא ליגן אויך זאכן וואס מאכן גלייבן אז די האנעסטי איז אויף די צווייטע זייט.
אלע צוזאמען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 219
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
Location: קאסא גראנדע אריזאנע
x 535

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך אלע צוזאמען »

דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 28, 2025 2:22 pm
אלע צוזאמען האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 28, 2025 2:19 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 28, 2025 2:08 pm

דא פארלירסטו מיך, אפילו ווען ס'איז באלד.

ממילא, וכו'. (איך האב אויך אין אנהויב עס אנגעקוקט דיין וועג, זארג נישט).
רעב איד, איך קוק עס נישט אן, איך לעב דאס מיט שוין איבער אכט חדשים.

זאגט, איר האט באקומען א ריסטרעינינג ארדער? איר ווייסט וואס עס שטייט דארט?

איר קענט די נעמען פון די ממונים?

איך האב אייך געזאגט אז איך האב געהערט א רעקארדינג פון א דו"ד צווישן א תובע מיט א נתבע.

איך דארף גארנישט מער.

פאר א באנוס האב איך צוגעלייגט אז צווישן אייערע ווערטער דא ליגן אויך זאכן וואס מאכן גלייבן אנדרעשט.
יא, און דער אנדערער זאגט אינעם רעקארדירונג (אדער האט דער וואס האט עס אייך געגעבן דאס ארויסגעשניטן) אז דער מעשה איז שקר מיסודו.

און נאכאמאל, עס ווערט נישט אמת ווען מ'פארציילט עס פאר א רב, דער מעשה איז שקר מיסודו.

אויב דו ווילסט הערן אלע פרוף קענסטו מיר אלעמאל רופן (און סיי ווער עס וויל הערן די אמת), מיין נומבער איז אין מיין חתימה, איך באהאלט מיר נישט אונטער טויזנט ניקס, איך האב אלע דאקומענטן און באווייז און איך בין גרייט צו רופן אויפן טעלעפאן צוזאמען וועם דו ווילסט צו אויפווייזן די אמת.

ובזה סיימתי, האמיר א לעכטיגן ביי.

א גוט שבת.

אלע צוזאמען
פה קאסא גראנדע אריזאנע.
הערליכע הייזער צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע, פאר שבתים און פאר דורכאויס די וואך, פאר די בעסטע פרייזן, פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.

פילט פריי מיר צו קאנטאקטן פאר אלעס 'קאסא גראנדע', מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5783
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 12191

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך דער תהלים איד »

הרב @אלע צוזאמען, ביטע מער געלאסן. איך זוך נישט קיינעם צו אויפרעגן ח"ו. נאר איר מוזט פארשטיין אז איר זיצט אין א צד און איר זעט אלעס אייער וועג.

איך האב געהערט ביידע צדדים רעדן, מתחילה ועד סוף. מיינע אויערן זענען גאנץ ניכטער, געווענליך. און אויך, איך הער פון מענטשן וואס פארן אויף וואקאציע, וואס זאגן מיר אין וועלכע ביהמ"ד מען איז ביזי מיט וואס. און איך הער דא אויף אידטיש וואס איר ווילט זאגן כלפי דעם התייסדות היישוב. און נאך און נאך.

איר האט די פולסטע רעכט צו גלייבן אין אייער צד אין די זאך, און גיין דערמיט ווייטער.
וכן נוהגין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 156
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
x 475

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וכן נוהגין »

הגה"צ אבד"ק טערצאל שליט"א מגדולי פוסקי דורנו, באזוכט אין קהל חסידים ד'קאסא גראנדע,
אין די בילדער, אין א שמועס מיט הרב יצחק גרין מטובי העיר קאסא גראנדע אינאיינעם מיט הרה"ג רבי חיים שלמה בערגער שליט"א אבד"ק קהל חסידים ד'קאסא גראנדע, אין די מן רעסטוראנט דורכטוהנדיג דברים העומדים על הפרק. און געבענדיג זיין פולע שטיצע פאר די עסקנות פון די געטרייע עסקנים די טובי העיר און פארן רב שליט"א.
PXL_20250225_025816045.jpg
PXL_20250225_025816045.jpg (320.2 KiB) געזען געווארן 2068 מאל
PXL_20250225_025827433.jpg
PXL_20250225_025827433.jpg (446.16 KiB) געזען געווארן 2068 מאל
PXL_20250225_025817835.jpg
PXL_20250225_025817835.jpg (417.48 KiB) געזען געווארן 2068 מאל
וכן נוהגין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 156
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
x 475

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וכן נוהגין »

הגה"צ אבד"ק טערצאל שליט"א מגדולי פוסקי דורנו, באזוכט אין קהל חסידים ד'קאסא גראנדע,
ביים זיך באגריסן מיט הרה"ג רבי יצחק אייזיק בערגער שליט"א דומ"ץ קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע וועם דער רב שליט"א האט געגעבן שימוש צו פסק'ן.
PXL_20250225_024953610.jpg
PXL_20250225_024953610.jpg (165.36 KiB) געזען געווארן 2070 מאל
וכן נוהגין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 156
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
x 475

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וכן נוהגין »

הגה"צ אבד"ק טערצאל שליט"א מגדולי פוסקי דורנו, באזוכט אין קהל חסידים ד'קאסא גראנדע,
שמועסענדיג מיט הרב משה אברהם ברוין מטובי העיר קאסא גראנדע אינאיינעם מיט הרה"ג רבי חיים שלמה בערגער שליט"א אבד"ק קהל חסידים ד'קאסא גראנדע, אין די מן רעסטוראנט דורכטוהנדיג דברים העומדים על הפרק. און געבענדיג זיין פולע שטיצע פאר די עסקנות פון די געטרייע עסקנים די טובי העיר.
PXL_20250225_030102171.jpg
PXL_20250225_030102171.jpg (209.95 KiB) געזען געווארן 2078 מאל
וכן נוהגין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 156
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
x 475

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וכן נוהגין »

הגה"צ אבד"ק טערצאל שליט"א מגדולי פוסקי דורנו, באזוכט אין קהל חסידים ד'קאסא גראנדע,
בילדער ביי די שמועס צווישן דעם רב שליט"א מיט ידידו עוז הרה"ג רבי חיים שלמה בערגער שליט"א אבד"ק קהל חסידים ד'קאסא גראנדע. דורכטוהנדיג דברים העומדים על הפרק לחזק ידיו פונעם רב שליט"א.
PXL_20250225_025932635~2.jpg
PXL_20250225_025932635~2.jpg (145.88 KiB) געזען געווארן 2092 מאל
PXL_20250225_025937958.jpg
PXL_20250225_025937958.jpg (231.51 KiB) געזען געווארן 2092 מאל
PXL_20250225_025931327.jpg
PXL_20250225_025931327.jpg (232.79 KiB) געזען געווארן 2092 מאל
שרייב פאוסט