איך האב דעם בחור גוט געקענט, א לעכטיגע נשמה געווען.
ווי משמועסט האט ער זיך שוין געהאט ארויסגעדרייט דערפון - און אזוי האב איך אויך געוואוסט לעצטנס ווען מיר פלעגן זיך טרעפן און איך האב זיך געפריידט צו זען ווי ער קומט צוריק צום נארמאלן לעבן.
ממש לעצטנס האט מען געטראפן אז די מחלה איז צוריקגעקומען. מהייבט אן פון אלף.
היינט האט ער ליידער אויסגעהויכט זיין נשמה, שטייענדיג אינמיטן א שמועס מיט חברים אין ישיבה ווען ער איז פלוצים צוזאמגעפאלן און אויפן פלאץ אויסגעהויכט זיין נשמה.
אוי געוואלד, וואו נעמט מען די כוחות יעצט צו גיין צום לוי’.
וואו נעמט מען די כוחות צו באפרייען די טרערן וועלכע ווילן זיך ארויסרייסן און זענען ווי געפרוירן.
ער איז מיר געווען א חבר וידיד....דער בחור איז געווען אן עסקן און געווען גרייט צו העלפן איבעראל וואו עס האט אויסגעפעלט, שטענדיג מיט אזא איידעלע שמייכל און סבר פנים יפות... ה' נתן וה' לקח יהי שם ה' מבורך... דער באשעפער האט זיך זיינע חשבונות... פאר אונז איז געבליבן בסך הכל צו טון לטובת נשמתו...
נישט גרינג זיך צאמצוקלויבן...
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
ווען איך בין דארט געווען האט מספיד געווען הרב ? רייך פון שיעור ד' און הרב יצחק יעקב ראזענפעלד, און ר' ? שטיינבערג, און הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
ס'קומט אריין די נייעס אז היינט ווערט אויפגענומען א נייער דיין אין די קהילה, ה"ה הרה"ג ר' ישראל בער שטיין שליט"א פון וומסב"ג, וואס ציט זיך ארויס קיין ק"י משמש צו זיין אלס משפיע אינעם ביהמ"ד פון שכונת דברי יואל וואס בויעט זיך אינעם נייעם עיקערס פוינט דעוועלאפעמנט.

דער דיין מופט נישט צו לעיק-פראנט פלארידע?
איך מיין ער איז אינוואלווד אין די רוחניות'דיגע ענינים דארט, אבער עס נישט געווען אין פלאן צו מופן. (לויט ווי איך געדענק)
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.