כת לב טהור אין גוואטעמאלע

נייעס אין אונזער קווארטאל
חכם עתיק
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 801
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 10:11 am
x 815

Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך חכם עתיק »

For my info
איז שלמה העלברנץ געווען חתונה געהאט בשעת'ן זיין די ראש פונעם כת?
צווייטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 448
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 817

Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך צווייטער »

על פי תורה האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 25, 2025 2:01 pm
טראכט גוט האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 25, 2025 12:58 pm
דעת זקנים האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 25, 2025 11:44 am מיין שאלה איז אביסל אנדערש.

ווען איך זעה א מאדנע/רשעות׳דיגע שטר פון די נידוי ואלות וכו׳, אונטערגעשריבן דורך א בי״ד פון טעללער, ראזנער, און נחמן, זעה איך דא 3 אפציעס.

1. דריי תמימות׳דיגע אינגעלייט, גראדע געווען אמאל העכסט נארמאל און עהרליך, נעבעך געווארן געברעינוואשד משך די יארן, און זענען יעצט ממשיך מיט׳ן פולסטן תמימות מיט זייער כמו-עהרליכקייט נאר נעבעך אויף א צודרייטן און פארקרומטן אופן.

2. דריי ראפינירטע חברה און שוי שפילערס, ווייסן פונקטליך וואס זיי טוהן (און אז זיי מיינען נישט דעם אויבערשטן), און האלטן זיך נישט אפ פון גארנישט אנצוהאלטן א קאנטראל אויף א גרופע רחמנות׳דיגע אונטערטאנען צילוב עפעס א בענעפיט וואס זיי האבן דערפון (געלט, תאוה, וכו׳).

3. נאר איינער פון די דריי איז אזוי ווי נומער 2, און די אנדערע צוויי זענען נעבעך אזוי ווי נומער איינס און זענען ווייטער כחומר ביד היוצר אונטערן קאנטראל פונעם דריטן.

די זעלבע מיט דאס וואס @על פי תורה האט דא פריער רעפערירט די ווידעא אין וואס מ׳זעהט זיי טיילן מכות פאר די פרעמדע אריינדרינגער.
ס׳ענטפערט נישט מיין פריערדיגע שאלה ווייל ס׳קען ווייטער זיין איינע פון די 3 היכי תמצות.
קינדער וואס וואקסען אויף מיט צרות פאלירען זייערע געפילען, (דאס איז נישט א תירץ פאר זייערע מעשה רשע, אבער די ווילסט דאך זיי פארשטיין)
די מציאות האט געוויזן אז רוב פון די וואס זענען ארויס פונעם קולט האבן דירעקט אפענע געפילן
טאקע אינטערסאנט. וואס איז פשט?
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
צווייטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 448
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 817

Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך צווייטער »

חכם עתיק האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 25, 2025 2:17 pm For my info
איז שלמה העלברנץ געווען חתונה געהאט בשעת'ן זיין די ראש פונעם כת?
יא. איך מיין אז זי איז היינט אין מאנסי, קען זיין איך האב א טעות.
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
געצל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 148
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:54 am
x 70

Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך געצל »

צווייטער האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 25, 2025 2:19 pm
חכם עתיק האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 25, 2025 2:17 pm For my info
איז שלמה העלברנץ געווען חתונה געהאט בשעת'ן זיין די ראש פונעם כת?
יא. איך מיין אז זי איז היינט אין מאנסי, קען זיין איך האב א טעות.

דאכט זיך אין בארא פארק
אוועיטער
בערל דער פייפער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 935
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 1268

Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

על פי תורה האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 25, 2025 1:43 pm
זכריה האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 25, 2025 8:05 am
דעת זקנים האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 25, 2025 1:25 am וואס וואונדערט מיר בעיקר איז, אז איך קען פארשטיין אז ס׳איז דא אן אינדיווידואלער געריבענער מענטש וואס פאר זיין תאוות השררה צו סיי וועלכע אנדערע קרומע שיטות טוהט ער שאפן א קולט און אויב האט ער קוואליפיקאציעס (כאריזמע, גאונות בתורה) געט זיך עס איין, און איינמאל די קולט איז דא ווערן די אונטערטאנען און משרתים פארקויפט און פארקריפעלט תחת ורשעותיו.

אבער וואס גייט מיר נישט אין קאפ איז די דעמאלסדיגער הנהלה און היינטיגער פירערשאפט (טעללער, גאלדמאן, נחמן, ראזנער, וויינגארטן. כ׳זאג נאר נאך די נעמען וועלכע כ׳האב אויפגעכאפט), וואס זענען זייערע תאוות/אייגנשאפטן/קוואליפיקאציעס וכדו׳? זענען זיי אנהייב געפאלן פאר די אויסזעהנדע עהרליכקייט און שפעטער פארכאפט געווארן אין קארופציע און אין תאוות השררה, אדער יעדער פאר זיך בשורשם האבן די זעלבע פארקרומטקייטן פונקט ווי דער ארגינעלער מנהיג און סך הכל איז עס געווארן א קשר בוגדים פון ראפינירטע מענטשן מיט א פרומען אויסזעהן וואס זאגט באמת גארנישט אויף זייער תוך???
וואונדערט מיר אויך זייער שטארק.

אפשר איז עס ווייל זי אליינס זענען אזוי פארכאפט געווארן אין דעם אז זיי אליינס וייסן נישט פארוואס זיי טוהן עס סאיז א חלק פון זייערע השתעבדות צום קולט זיי אליינס זענען אויך נישט קיין אייגענע בעלי דעה פשוט פארוקטע מוחות...
אבער כמובן מי דער צייט באקומט מען די געשמאק פון תאות השררה נאר כזאג פון ווי סהייבט זיך אהן

חוץ פון דעם לויט ווי יואל מארקוס זאגט זענען געווען צייטן וואס מטוישט פון הנהלה צו כוויסנישט וואס פשט איז אז יעדער איז נאך משועבד סאיז אביסל יעדער ציטערט פונעם צווייטן, אזוי ווי בי די קומוניסט יעדער דינט די קאמפאני און מציטערט פון יעדער ארום דיך...
נחמן העלבראנץ, כידוע ווער עס האט אים געקענט ביפאר ער איז געווארן אדמו''ר, איז ער געווען רעלעטיוו גאנץ נארמאל, און אפילו לוחם געווען מיט די וועלעכע האבן אריינגעברענגט די שווארצע פרויען קליידער וכו' וכו'. דאס אלעס איז געווען ביז ער איז געווארן רבי. די רגע ער איז געווארן רבי האט אים א בייזע גייסט אנגעכאפט און ער איז געווארן א רוצח ממש, אומגעברענגט זיין אייגענע שוועסטער הי''ד, מחלל שבת געווען בפרסיא וכו' וכו'
שווארצע פרויען קליידער איז געווען נאך אין מאנטריאל. געווען אסאך יארן אינדערמיט ביז ער איז געווארן רבי, פארשיקט נתן איז נאך אויך געווען אסאך בעפאר
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
אוועיטער
בערל דער פייפער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 935
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 1268

Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

על פי תורה האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 25, 2025 1:58 pm
דעת זקנים האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 25, 2025 11:44 am מיין שאלה איז אביסל אנדערש.

ווען איך זעה א מאדנע/רשעות׳דיגע שטר פון די נידוי ואלות וכו׳, אונטערגעשריבן דורך א בי״ד פון טעללער, ראזנער, און נחמן, זעה איך דא 3 אפציעס.

1. דריי תמימות׳דיגע אינגעלייט, גראדע געווען אמאל העכסט נארמאל און עהרליך, נעבעך געווארן געברעינוואשד משך די יארן, און זענען יעצט ממשיך מיט׳ן פולסטן תמימות מיט זייער כמו-עהרליכקייט נאר נעבעך אויף א צודרייטן און פארקרומטן אופן.

2. דריי ראפינירטע חברה און שוי שפילערס, ווייסן פונקטליך וואס זיי טוהן (און אז זיי מיינען נישט דעם אויבערשטן), און האלטן זיך נישט אפ פון גארנישט אנצוהאלטן א קאנטראל אויף א גרופע רחמנות׳דיגע אונטערטאנען צילוב עפעס א בענעפיט וואס זיי האבן דערפון (געלט, תאוה, וכו׳).

3. נאר איינער פון די דריי איז אזוי ווי נומער 2, און די אנדערע צוויי זענען נעבעך אזוי ווי נומער איינס און זענען ווייטער כחומר ביד היוצר אונטערן קאנטראל פונעם דריטן.

די זעלבע מיט דאס וואס @על פי תורה האט דא פריער רעפערירט די ווידעא אין וואס מ׳זעהט זיי טיילן מכות פאר די פרעמדע אריינדרינגער.
ס׳ענטפערט נישט מיין פריערדיגע שאלה ווייל ס׳קען ווייטער זיין איינע פון די 3 היכי תמצות.
די תשובה איז אזוי: ווען דו זעסט ווען אז איינער פון זיי זאל האבן א ברעקל תמימות און יראת שמים, און די תורה איז זיין פריארעטעיט, ער געבט צדקה, ער דאווענט ערליך, ער האט נישט קיין טריפה'נע טעלעפאון, ער רעכנט זיך מיט די סעיפים אין שו''ע וכדומה, וואלט מען עס געקענט תולה זיין אין צד 1.

אבער היות מען זעט דאך ביי אלע פון זיי די היפוך לגמרי,
איז פשט אז מען האט זיי אריינגעשלעפט אפשר אהין מיטן אויסרייד אז דא גייט מען זיין עובדי השם, אבער מיט די צייט האט מען זיי אויסגעלערענט אז די תורה איז נישט די וויכטיגסטע זאך אין לעבן, עס איז דא איין ציל אין לעבן ותו לא: די אידילאגיע וואס הייסט לב טהור, און אויב די אידילאגיע הייסט דיר מחלל שבת זיין, כאטשיג די תורה לאזט נישט, וועסטו עס טון! אויב די אידילאגיע הייסט דיר הרג'נען א צווייטע איד, כאטשיג די תורה לאזט נישט וועסטו עס טון! אויב די אידילאגיע הייסט עובר זיין אויף ג''ע וועט מען עס טון!
פונקט ווי היטלער ימ''ש האט אנגעהויבן מיט זיינע סאלדאטן. ער האט גענומען אן אגענדע וואס הייסט אויפבויען די כבוד פון דייטשלאנד, און די רגע די בירגער פון דייטשלאנד זענען געווען פארקויפט דערפאר, האט ער זיי געקענט הייסן טון אלע מעשי רציחה אן א בלינק מיטן אויג.

דא קומט אבער אריין א סענסעטיווע נקודה. עס זענען דא עטליכע פון די הנהלה וואס אפילו נאכן איינזען אז זיי גייען אויף א פאלטשע וועג, זענען די נגיעות און די איגאו אריינגעקומען אין בילד, און זיי האבן ממשיך געווען מיט די ערגסטע אכזריות צו קעמפן, פלעין פאר זייער איגאו, נאכן וויסן און אפילו מודה זיין קלאר אז זיי טון עוולות נוראות. איך שרייב נישט סתם השערות נאר ביודעי ובמכירי קא אמינא.
דאס איז געווען מיא הרב יום טוב ז''ל וואס האט געעפענט די כנישטא חדא קהילה, ער איז געקומען ציטן ציל צו דינן די אויבערשטען מיט א אמת און איינגעזען אז דאס איז נישט די ציל דא.
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
אוועיטער
בערל דער פייפער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 935
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 1268

Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

על פי תורה האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 24, 2025 1:57 pm
בערל דער פייפער האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 24, 2025 6:41 am אפאר זאכן וואס איך וויל פארשטיין

וויפל אינגעלייט באשטייט די כנישתא חדא קהילה? בערך 20 - 30 אויפן מינוט, עס וואקסט יעדן טאג, און עס קומען אפט קיין אמעריקע, סאו ס'נישט שייך צו זאגן א פונקטליכע נומער

זענען זיי מיט די פרויען? יש ויש

האבן זיי יא זייערע קינדער? יש ויש

פארוואס קומען זיי נישט ארויס? זיי ווארטן אויף פאפירן / געלט

לערנען זיי תורה? יא, עס זענען דא געטרייע מגידי שיעורים פון וויליאמסבורג וועלעכע לערנען פאר אויפן טעלעפאון, און זיי קענען אריינפרעגן וכדו', עטליכע בחורים האבן זיך שוין פארהערט מס' ברכות בע''פ

פארוואס/לויט וואס זענען די קינדער צוטיילט? מען האט אפגעטיילט אין 3 עידשע'ס די רינדער, כדי די עלטערע זאלן נישט אויפהעצן די יונגערע
לדוגמא רש”י פאזען זאגט אז איין פרוי ווערט געהאלטן אליינס מיט איר בעבי איינצלנע מאמע'ס האבן יא רעכט צו זיין מיט די קינדער, למשל אויב א קינד איז קראנק וכדו'

פון רש”י פאזען אינטערוויו קומט ארויס אז די עסקנים געבן זיך נישט אפ אז די קינדער זאלן האבן צו עסן איז עס טאקע אזוי? ר' שמעון ישראל פאזען ארבעט האנט ביי האנט מיט ר' אברהם גרינהוט, ח'''ו אז ער מיינט איינעם אראפצורייסן. די עסקנים פראבירן איבעמידלעך ארוויסצוהעלפן די קינדערלעך, די פוינט איז נישט ח''ו אז די עסקנים טון גארנישט, פונקט פארקערט, די עסקנים בעטן זיך צו כלל ישראל: מיר טון די מערסטע וואס מיר קענען, העלפטס אונז ארויס ווייל די מצב איז שרעקליך!

@על פי תורה @שאינו יודע לשאול
יישר כח
דאס שטערט מיר נאך
לדוגמא רש”י פאזען זאגט אז איין פרוי ווערט געהאלטן אליינס מיט איר בעבי זי האט פאר 6 וואכן נישט געהאט צו וועם ארויסצורעדן א אידיש ווארט
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1446
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 2213

Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך טיפע טאשן »

@על פי תורה ביטע אפדעיטן ווען פרישע משפחות קומען ארויס
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
על פי תורה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 177
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 1508

Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

בערל דער פייפער האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 25, 2025 2:50 pm

איך בין נישט באקאנט מיט דעם פאל פון וואס ער רעדט, אבער לכאורה איז די מעשה אז די בעבי פילט נישט גוט וכדו' ממילא האט די מאמע רעכט צו זיין מיטן קינד, אבער די קינד האט נישט רעכט צו זיין מיט לב טהור, און די מאמע האט נישט רעכט צו זיין מיט די איבריגע קינדער, ממילא האט זיך די מציאות אזוי אויסגעשטעלט.

מ'דארף קלאר מאכן אז סוף כל סוף האנדלט מען מיט א רעגירונג, זיי מאכן אפ וואס זיי ווילן, און ס'איז בכלל נישט אזוי ווי מענטשן קוקן עס אן אז די רעגירונג פרעגט בכלל עסקנים וואס צו טון.

די עסקנים האבן נישט אוועקגענומען די קינדער, אדער בכלל גע'מסר'ט. סך הכל האט די רעגירונג אוועקגענומען די קינדער, און דאן זענען די עסקנים אנגעקומען. סיי צו פראבירן צו העלפן די קינדער וואס מערסטע וואס מעגליך, און סיי צו העלפן משפחות ארויסצוגיין פון לב טהור (וואס דאס איז די איינציגסטע וועג וויאזוי זיי קענען לעגאל באקומען די קינדער).
על פי תורה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 177
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 1508

Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

טיפע טאשן האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 25, 2025 3:14 pm @על פי תורה ביטע אפדעיטן ווען פרישע משפחות קומען ארויס
דעי זאכן ווערן ממילא פאבליק. מען ארבעט יעצט אויף עטליכע משפחות וואס גייען אט אט ארויס בעז''ה.
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1446
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 2213

Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך טיפע טאשן »

Belizean immigration officials have detained two Americans and one Canadian wanted in Guatemala for offences against minors.

The men allegedly entered Belize illegally just before their scheduled court appearance.

“I’m not aware of them travelling with minors, but I know that yes, they are detained, and the matter is currently being looked into by immigration and police,” Williams stated. Reports suggest they may be linked to the controversial Lev Tahor sect, but Commissioner of Police Chester Williams stated there is no confirmation of this connection.
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
על פי תורה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 177
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 1508

Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

טיפע טאשן האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 25, 2025 3:14 pm @על פי תורה ביטע אפדעיטן ווען פרישע משפחות קומען ארויס
האפנטלעך וועלן זיך זאכן רוקן שנעלער בקרוב
אזוי זעט עס אויס אויפן מינוט, אבער אלעס קען זיך טוישן
על פי תורה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 177
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 1508

Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

חכם עתיק האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 25, 2025 2:17 pm For my info
איז שלמה העלברנץ געווען חתונה געהאט בשעת'ן זיין די ראש פונעם כת?
ביז אינמיטן קאנעדע
הלבלר בקולמסו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 269
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 348

Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

איינער האט א בילד פון ארז שלמה?
אוועיטער
ווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2094
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:26 pm
x 4642

Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך ווער »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 25, 2025 4:18 pm איינער האט א בילד פון ארז שלמה?
הלברנץ.jpg
הלברנץ.jpg (127.41 KiB) געזען געווארן 2249 מאל
אוועיטער
ווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2094
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:26 pm
x 4642

Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך ווער »

קלוגער איד
ניי צום טיש
פאוסטס: 5
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 08, 2024 2:09 pm
x 3

Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך קלוגער איד »

על פי תורה האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 25, 2025 1:59 pm
קלוגער איד האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 25, 2025 12:08 pm
שינאווער האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 24, 2025 4:39 pm

סאיז בערך א מייל ווייט פון לב טהור און דארט האלטן זיך אויף די מורדים, די וואס אנטלויפן פון דער שרעקליכער קולט.

זיי האבן דארט א ביהמ"ד מיט אזא קליינער ישוב אזויווי א קליינער קאלאני.
Thanx for this info. How long is it established? Who leads them? and who from the outside world is helping them, and in touch them
די אפיציעלע מנהיג איז ר' יואל העניך העלבראנץ
די ביהמ''ד איז אויפגעבויעט געווארן דורך ר' אברהם גרינהוט
ר' יואל העניך איז בקשר שוין די לעצטע פאר יאר מיט אלע עסקנים פון וויליאמסבורג, און ער קומט כסדר אהער.
Around how long does it go on
אוועיטער
בערל דער פייפער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 935
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 1268

Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

קען זיין שוין דא געווען

ליינט פון 169 כלל י''ב צו פארשטיין אביסל די מהלך דארט

Screenshot_15.png
Screenshot_15.png (32.75 KiB) געזען געווארן 2162 מאל
Screenshot_16.png
Screenshot_16.png (32.07 KiB) געזען געווארן 2162 מאל
Screenshot_17.png
Screenshot_17.png (15.22 KiB) געזען געווארן 2162 מאל
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
מנהיג
פרישער באניצער
פאוסטס: 29
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 10, 2025 5:19 pm
Location: וואו נישט?
x 94

Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך מנהיג »

עפעס שמועות געהערט אז די קאנאדישע טשיילד פראטעקשן לייגט דרוק אויף די גוואטאמאלע רעגירונג אויסצוליפערן די קאנאדישע קינדער @על פי תורה מער פרטים?
מנהיג
פרישער באניצער
פאוסטס: 29
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 10, 2025 5:19 pm
Location: וואו נישט?
x 94

Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך מנהיג »

אויך געהערט אז זיי האבן זיך פארבינדן מיט לאקאלע (קאנאדישע) עסקנים צו שאפן משפחות צו פלאצירן די קינדער
אוועיטער
שוש אשיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 202
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 7:41 pm
x 533

Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך שוש אשיש »

שׂ֧וֹשׂ אָשִׂ֣ישׂ בַּֽה' תָּגֵ֤ל נַפְשִׁי֙ בֵּֽאלֹקי כִּ֤י הִלְבִּישַׁ֙נִי֙ בִּגְדֵי־יֶ֔שַׁע מְעִ֥יל צְדָקָ֖ה יְעָטָ֑נִי כֶּֽחָתָן֙ יְכַהֵ֣ן פְּאֵ֔ר וְכַכַּלָּ֖ה תַּעְדֶּ֥ה כֵלֶֽיהָ׃
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2123
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 4994

Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

אינטערוויו: "ילדי גוואטמאלא": מען איז אנגעוויזן אויף די הילף פון כלל ישראל ווייטער צו שפייזן און העלפן די אומשולדיגע פיצלעך קינדער וואס גייען דורך שווערע אומשטענדן
ג' תרומה פ״ה
העסקן הרב שמעון ישראל פאזען

https://www.yiddish24.com/interviews/12/123393
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1446
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 2213

Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך טיפע טאשן »

טיפע טאשן האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 25, 2025 3:29 pm
Belizean immigration officials have detained two Americans and one Canadian wanted in Guatemala for offences against minors.

The men allegedly entered Belize illegally just before their scheduled court appearance.

“I’m not aware of them travelling with minors, but I know that yes, they are detained, and the matter is currently being looked into by immigration and police,” Williams stated. Reports suggest they may be linked to the controversial Lev Tahor sect, but Commissioner of Police Chester Williams stated there is no confirmation of this connection.
חיים צבי מלכה ארעסטירט
פיילס
חיים צבי מלכה מלב טהור נעצר.jpg
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
על פי תורה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 177
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 1508

Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

קלוגער איד האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 25, 2025 4:43 pm
על פי תורה האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 25, 2025 1:59 pm
קלוגער איד האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 25, 2025 12:08 pm
Thanx for this info. How long is it established? Who leads them? and who from the outside world is helping them, and in touch them
די אפיציעלע מנהיג איז ר' יואל העניך העלבראנץ
די ביהמ''ד איז אויפגעבויעט געווארן דורך ר' אברהם גרינהוט
ר' יואל העניך איז בקשר שוין די לעצטע פאר יאר מיט אלע עסקנים פון וויליאמסבורג, און ער קומט כסדר אהער.
Around how long does it go on
בערך א יאר א האלב
על פי תורה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 177
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 1508

Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

מנהיג האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 25, 2025 4:54 pm עפעס שמועות געהערט אז די קאנאדישע טשיילד פראטעקשן לייגט דרוק אויף די גוואטאמאלע רעגירונג אויסצוליפערן די קאנאדישע קינדער @על פי תורה מער פרטים?
יעדע רעגירונג נעמט אחריות אויף די קינדער וואס די עלטערן זענען דארטן בירגער, אמעריקע, ארץ ישראל, און קאנאדע
שרייב פאוסט