אויב איינער קומט ארויס פאר די גאס מיט א חומש וואס קומט אן אין יעדע אידישע שטוב און ביהמ"ד איז שוין עפעס אנדערש.
100%
בארעדן ביי דיר אין שוהל, אז עס איז נישט אונזער מהלך, אונזער סטאנדארט, אונזער סטייל, קימערט קיינער נישט דערמיט.
אויב איינער קומט ארויס פאר די גאס מיט א חתימה, אז דער בעל מחבר הי"ד איז א משכיל, איז שוין עפעב אנדערש.
קיינער האט נישט געשריבן אז די מחבר איז א משכיל.
מ'האט יא געשריבן קעגן די חומש, ווייל אויב די חומש איז אן ערנסטער פראבלעם און טויזענטער אידן ווערן נכשל בלא יודעים, קען מען זיך נישט רעכענען מיט דעם אז דאס וועט פוגע זיין אינעם מחבר.
נישט איך זאג עס, נאר די רבנים וואס האבן אינטערגעשריבן האבן געוואוסט אז איינער האט געמאכט די חומש, און זיי האבן אינטערגעשריבן. (קענסט אראפרעכענען אלע רבנים וואס האבן 'אינגאנצן' צוריקגעצויגן, בלייבט נאך איבער די עדה וואס האט נאך אלעם געשריבן אז כמות שהוא איז עס אסור, און נאך א צאל רבנים וואס האבן צוריקגעצויגן פון (אדער קיינמאל נישט געשריבן) די לשונות, האבן אבער קיינמאל נישט צוריקגעצויגן פון דאס עצם ארויסקומען דערקעגן. און זיכער די וואס האבן גערעדט ברבים. און מ'ווייסט נישט צו זאגן אז זיי זאלן איבערבעטן די מחבר, אדער כאטש אויסקלאפן ביי זיך אין ביהמ"ד.
איינע פון די עיקר אנדרייער איז א אינגערמאן א ברסלבר, וואס ער איז לשיטתו אזיל פון ר' נחמן וואס האט נישט געהאלטן פון די ראשונים מפרשי הפשט (חיי מוהר"ן ת"י)
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑פרייטאג פעברואר 21, 2025 3:07 pm
@הלבלר בקולמסו @אנעקדאט @חנן איך זעה נישט וואו הרב מינצבערג קומט אריין דא. קוק אויף די זאך אליינס. אז איינער מאכט א חומש "מיט רש"י" און ער לייגט "אויך" צו א פירוש "פשוטו של מקרא" וואו ער שרייבט פשטים פון אנדערע ראשונים וואס זענען מער פשטות הפשט, איז דאס א פראבלעם? דער רמב"ן איז געווען א משכיל? חס ושלום.
אויב וואלט די חומש "אויך" געהאט א פירוש ע"פ פשט, ווייס איך נישט.
אויב די חומש האט א פירוש המשולב וואס לערנט אריין די 'פשט' אין די ווערטער פון די תורה, פלאס א ברייטערע ביאור וואס איז %99 גענומען פון ראשונים, און טייל מאל זאגט ער פשטים ע"פ פשט אן קיין מקור, ווייס איך אויך נישט. אבער אין די פאל האבן א צאל רבנים געזאגט אז ס'איז א פראבלעם, און איך פארשטיי זיי גראדע.

איך האב נישט קיין מיינונג צו דאס איז א גוטע זאך ארויסצוגעבן אדער נישט. אבער איר פארלייקנט דעם האלאקאוסט וואס מען האט געמאכט מיט אים. עס האט זיך אנגעהויבן דורך ליטווישע סיקריקין און שנעל אריבער צו די חסידישע, אלע וואס האבן ליב צו קעיר נעמען פון כלל ישראל מיט בלוט זענען געווען אויף און מונטער. אנטשולדיגט פאר מיין שארפע לשון.
אנעקדאט האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 23, 2025 5:59 pm
קיינער האט נישט געשריבן אז דער מחבר איז א משכיל.
ווען מ'שרייבט קעגן א ספר ווערט אטאמאטיש דער מחבר אטאקירט, און ס'איז נישט מעגליך דאס צו פארמיידן.
ווען איינער האלט אז א ספר איז משכיל'יש, און אסאך אומוויסנדע אידן קוקן אריין דערין און זיי ווערן נשפע דערפון, מיינט עס אז מ'דארף ארויסקומען דערקעגן אפילו דער מחבר ווערט אטאמאטיש אטאקירט.
איך קען אויך פארשטיין די פראבלעם וואס געוויסע קענען זעהן אין דעם ספר (כאטש איך האלט נישט דערפון) און וועגן דעם ווען איינער שרייבט בערך אזוי "היות די חומש גייט אויפן דרך הפשט וואס איז נישט די וועג וואס איז געווען מקובל ביי אונזערע רבי'ס זאל מען זיך מונע זיין פון צו לערנען דערין" האב איך פאר יענעם דעם פולסטן רעספקעט, און אזא נוסח איז נישט עפעס וואס אטאקירט דעם מחבר, אבער ווען איינער שרייבט אז עס האט א ריח של השכלה וכדו' חוץ פון וואס עס איז שקר איז דאס עפעס וואס מיינט אטאמאטיש אז דער מחבר האט אין זיך א רוח פון השכלה.
און דאס איז אויסער די פאקט אז חוץ פון די עצם טענה פון א חומש על דרך הפשט האט מען מוסיף געווען טענות פון זיוף און הגשמה און ממעט זיין נסים עפעס וואס אויב זאל זיין אמת זאגט עס אויפן מחבר, אבער די אלע זאכן זענען שקר און עמי הארצות בענאזאם
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑פרייטאג פעברואר 21, 2025 3:07 pm
@הלבלר בקולמסו @אנעקדאט @חנן איך זעה נישט וואו הרב מינצבערג קומט אריין דא. קוק אויף די זאך אליינס. אז איינער מאכט א חומש "מיט רש"י" און ער לייגט "אויך" צו א פירוש "פשוטו של מקרא" וואו ער שרייבט פשטים פון אנדערע ראשונים וואס זענען מער פשטות הפשט, איז דאס א פראבלעם? דער רמב"ן איז געווען א משכיל? חס ושלום.
אויב וואלט די חומש "אויך" געהאט א פירוש ע"פ פשט, ווייס איך נישט.
אויב די חומש האט א פירוש המשולב וואס לערנט אריין די 'פשט' אין די ווערטער פון די תורה, פלאס א ברייטערע ביאור וואס איז %99 גענומען פון ראשונים, און טייל מאל זאגט ער פשטים ע"פ פשט אן קיין מקור, ווייס איך אויך נישט. אבער אין די פאל האבן א צאל רבנים געזאגט אז ס'איז א פראבלעם, און איך פארשטיי זיי גראדע.
איך האב נישט קיין מיינונג צו דאס איז א גוטע זאך ארויסצוגעבן אדער נישט. אבער איר פארלייקנט דעם האלאקאוסט וואס מען האט געמאכט מיט אים. עס האט זיך אנגעהויבן דורך ליטווישע סיקריקין און שנעל אריבער צו די חסידישע, אלע וואס האבן ליב צו קעיר נעמען פון כלל ישראל מיט בלוט זענען געווען אויף און מונטער. אנטשולדיגט פאר מיין שארפע לשון.
האסט מיר נישט גוט פארשטאנען.
אין יעדע מערכה איז דא אידן וואס מיינען שלא לש"ש און זיי האבן הנאה פון טרינקען בלוט, פון זיי רעד איך נישט, און יעדער פארשטייט אז אפילו ביי א פאל ווי ער בארעכטיגט אינגאנצן א מערכה מיינט דאס נישט אז ער בארעכטיגט יעדע ליידיג גייער אדער שווארץ קוקער וואס איז אויך אין די מערכה.
איך באצי זיך בלויז אויף די ערליכע רבנים וואס זענען ארויסגעקומען דערקעגן און קיינמאל נישט צוריקגעצויגן, וואס דא זענען פארהאנען אזעלכע וואס רייסן זיי אראפ.
אויב האב איך געשריבן ווערטער וואס איז משמע אז איך בארעכטיג אדער איך פארלייקן אומרעכטן, בין איך דא מגלה דעת אז איך בארעכטיג נישט סיי וועלכע שריט וואס איז נישט געטון געווארן מיט א ריינע ערליכע דעת תורה, און זיכער נישט אויב עס האט דירעקט אדער אומדערעקט פוגע געווען אין א איד.