ווערטלעך

אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5649
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 19937

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 16, 2025 10:53 am 1. ליטאי נתקשה ברמב"ם ונגלה אליו הרמב"ם והסביר פשטות דבריו נענה הליטאי "איי ר' מעישע, ניט אזוי לערנט מען א רמב"ם..."
מתאמרא בשם הברך משה זצ"ל.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5649
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 19937

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

אמאל ווען אן אדמו"ר איז אוועק פון דער וועלט, איז ליידער געגאנגען מכות 'דם' און מחלקות'ן. היינט איז א נייע וועלט, ווען א רבי ווערט נסתלק, איז עס א בחינה פון מכת צפרדע, איינער געשלאגן, עס שפראצן ארויס צען...
אן אייער שפיי
פרישער באניצער
פאוסטס: 53
זיך איינגעשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 7:03 pm
Location: אויפן אידישן טיש
x 154

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך אן אייער שפיי »

א נייע בחור איז אנגעקומען אין ישיבה און אין דארמיטארי, נאכן זיך אביסל היימיש מאכן דארט,

גייט ער צו און פרעגט איינעם ״ווי איז די שאוער׳ס דא?״

ענפערט יענער: איך ווייס אויך נישט ווי, איך בין קוים דא נאר פיר חדשים…
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2784
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 8600

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

•יאנקעלע: פארוואס גייט א כלה אנגעטון ווייס?
טאטע: ווייל עס איז איר גליקליכסטע טאג אין לעבן!!!
יאנקעלע: אה! יעצט פארשטיי איך פארוואס דער חתן גייט אנגעטון שווארץ...
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2784
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 8600

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

• אין פאבליק סקול: טיטשער: לאמיר מאכן א חידה, איך וועל זאגן א מימרא פון א פרעזידענט און איר וועט זאגן וועלכע פרעזידענט עס האט עס געזאגט אין וועלכע יאר! ווער האט געזאגט "זוך נישט וואס דיין לאנד קען טון פאר דיר, זוך וואס דו קענסט טון פאר דיין לאנד", רופט זיך אן א יאפאנעזער אינגל אן אימיגראנט "ראבערט עף קענעדי 1971" דער טיטשער האט זיך באליידיגט, און נעמט זיך מוסר'ן די קלאס, דער אימיגראנט קען אסאך בעסער ווי ענק אמעריקאנע געבוירענע, שעמטס ענק!!! שרייעט אריין א סטודענט פון בעק "גענוג מיט די יאפאנעזער!!!" דער טיטשער רופט זיך אן מיט כעס "ווער האט דאס געזאגט???" זאגט דער סטודענט:" הערי טרומאן 1944..."

קרעדיט: א רעדנער אויף שטיבל.
תינוק הבורח
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 877
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 938

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך תינוק הבורח »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 19, 2025 10:04 am • אין פאבליק סקול: טיטשער: לאמיר מאכן א חידה, איך וועל זאגן א מימרא פון א פרעזידענט און איר וועט זאגן וועלכע פרעזידענט עס האט עס געזאגט אין וועלכע יאר! ווער האט געזאגט "זוך נישט וואס דיין לאנד קען טון פאר דיר, זוך וואס דו קענסט טון פאר דיין לאנד", רופט זיך אן א יאפאנעזער אינגל אן אימיגראנט "ראבערט עף קענעדי 1971" דער טיטשער האט זיך באליידיגט, און נעמט זיך מוסר'ן די קלאס, דער אימיגראנט קען אסאך בעסער ווי ענק אמעריקאנע געבוירענע, שעמטס ענק!!! שרייעט אריין א סטודענט פון בעק "גענוג מיט די יאפאנעזער!!!" דער טיטשער רופט זיך אן מיט כעס "ווער האט דאס געזאגט???" זאגט דער סטודענט:" הערי טרומאן 1944..."

קרעדיט: א רעדנער אויף שטיבל.
דזשאן עף קענעדי.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2784
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 8600

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

תינוק הבורח האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 19, 2025 10:22 am דזשאן עף קענעדי.
פארראכטן ביי מיר - איך בין אויך אן אמעריקאנער געבוירענער...
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2784
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 8600

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

1. וזה ענין גדול לקבץ צדקה במקוה – זיי וועלן זיך ממש אויסטון די הויזן פאר דיר... – וזה בבחינת מתן בסתר...{נ"א} ענין טבילה במקוה משום אני בצדק אחזה פניך ליתן צדקה לפני התפילה – לתת מתן בסתר...
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2784
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 8600

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

• גרונם: איך גיי מיר טובל'ען אין מקוה, איך האב א גרויסן סכום געלט דארט, זעה צו האלטן אן אויג די פאר מינוט דערויף!
גימפל: טראכט צו זיך "ווען ער ווייסט ווי לאנג איך האלט שוין אן אויג דערויף..."
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2784
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 8600

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

1. שלשה הדרכות לבחורים שהולכים לקבץ ממון בפייוו טאונס
1)נישט יעדער וואס גייט מיט דזשולערי איז א פרוי
2)נישט יעדער וואס גייט מיט הויזן איז א מאן
3)נישט יעדער וואס האט נישט קיין בארד האט געלט...
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2784
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 8600

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

• אין גראסערי: גימפל: די מילעך? אזוי טייער! עס קאסט די הויזן!
גרונם: וואס מאכסטוך שווער דאס לעבן? קויף א קו און וועסט זיך שפארן מיליאנען!!!
גימפל: א געוואלדיגע געדאנק! פשי! פארוואס איז מיך דאס נישט בייגעפאלן???
גרונם: נו! איך קען קאלן דעם קו סוחר?
גימפל: אממ... איך מיין אז נישט...
גרונם: פארוואס נישט?!
גימפל: כ'האב מיך מתבונן געווען אז עס איז א ערנסטע שאלה! עס קען זיין א שטארקע איסור להלכה!
גרונם: וועלכע הלכה?
גימפל: אלס חרם דרבינו גרשום...
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2784
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 8600

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

1. שטעלט זיך ארויס אז קאווע וועקט אסאך שנעלער אויף ווען עס גיסט זיך אויס אויפ'ן הויזן...
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2784
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 8600

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

1. קשיא: בשלמא אונז גייען מיט הויזן טראגער - ווייל די גראוויטי שלעפט די הויזן אויף אראפ, אבער די אויסטראליער וואס זענען אויף יענע עק וועלט פארוואס פעלט זיי אויס הויזן טראגער?

תשובה: אז זיי זאלן נישט ארויספאלן פון די הויזן...
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2784
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 8600

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

1. בישיבת קול תורה בהתחלת זמן החורף באו לישיבה כמה בחורים ובדארמעטארי התחילו לאויספאקן המשגיח ראה שבחור מלאנדאן הביא עמו 8 העמעדער, שאלו למה? ענה א' לזונטאג א' למאנטאג וכו' – ראה בחור זרעילי ולו 12 העמעדער תמה, ענה 1 לניסן 1 לאייר וכו'... – ומה עושה בשנה מעוברת?! לכאורה הולך עם העמד א' לשני חדשים...
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2784
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 8600

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

1. גראמער בחתונה "דער פעטער שמואל, א איד מיט הארץ אין געפיל, אלס בעל חסד יעדער קען אים, זיין אייגענע העמד "די שמוציגע!!! – וועט ער אוועקגעבן פאר יענעם...

קרעדיט: בשם יקיר ברוין
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2784
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 8600

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

1. ולמה אומרים שקויעך כהנים? משום שלובשים מנעלם, ויום כיפור למה? – משום שלא יודע הטעם ויתביישו...(שיך זאקן יום טוב)
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2784
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 8600

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

1. צוויי זאקן פלאס א וואשמאשין איקאלס? - איין זאק...
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2784
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 8600

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

1. בא לרופא ב36 דאלער ובקש 4 שטריימלעך – שאל אותו "גיי צום שטריימל סוחר וואס ווילסטו פון מיר?" – איך בין געווען ביים שטריימל סוחר מיט 36 דאלער און געבעטן 4 שטריימלעך, ער האט מיר געזאגט אז איך זאל גיין צום דאקטאר...
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2784
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 8600

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

1. און וואס איז טאקע די חילוק צווישן א שטריימל און א ספאדיק? א שטריימל איז עטוואס העכער... אה! מעלין בקודש...

1. די היינטיגע שטריימלעך זענען בבחינת לייטס און סיירינס – עס ווערט יעדן טאג העכער...

2. די היינטיגע שטריימלעך זענען בבחינת טינטעד ווינדאוס! ביידע קען מען נישט דורכזעהן דעם פנים...
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2784
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 8600

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

1. כיצד עשו שטריימל בהאלטע היים? – לקחו קאפל און מען האט עס געדרייעט אין מקוה כמו קאטן קענדי ביז עס האט גענוג האר...
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2784
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 8600

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

1. איסור של שטריימלעך של ארץ ישראל – ווייל די האר איז געוואקסן אין שמיטה...(און אויך ווייל עס איז נישט געמעשר'ט – עס איז ביטער הויעך אן גארנישט אראפגענומען דערפון...)

1. און די הויכע שטריימלעך מאכן אן הסתרת פנים! עס בלאקט דעם וויו פון די מענטשן אונטער אים... ווארט מען אויף ביאת המשיח אז עס זאל שוין נישט זיין אזא הסתר פנים...
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2784
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 8600

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

1. גרונם: ווי אזוי זענען די האר פון די קרוין פון דיין שטריימל אזוי שיין הויעך אויפגעשטעלט?
גימפל: ווען דו זאלסט ווען וויסן וויפיל עס האט אפגעקאסט... (וואלטן דיינע האר זיך אויך אויפגעשטעלט...)
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2784
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 8600

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

• די רעבישע חתונה וואס האט געהאט טויזענט חסידים און מיטן ווינט האט זיך עס געשפירט ווי 10,000...
GREEN
פרישער באניצער
פאוסטס: 17
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יאנואר 05, 2024 10:25 am
x 19

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך GREEN »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 19, 2025 10:42 am 1. שלשה הדרכות לבחורים שהולכים לקבץ ממון בפייוו טאונס
1)נישט יעדער וואס גייט מיט דזשולערי איז א פרוי
2)נישט יעדער וואס גייט מיט הויזן איז א מאן
3)נישט יעדער וואס האט נישט קיין בארד האט געלט...
עס האט אמאל אריינגעקומען א איד און בית המדרש און קיין הוט
שישקעט אריין די רב צו גבאי קוק א עושר האבן מיר דא
מען דארף נאר זען אויב ער האט געלט
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2784
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 8600

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

• בדחן: חתן! מצה או מוצא?
חתן: מצה!
בדחן: וואס הייסט?
חתן: עפעס נישט געזאלצן נישט געיורן... (הערשל פריעדמאן)
שרייב פאוסט