איך האב נישט קיין צייט ארויפצוקומען דא צו אפט, און זיכער נישט צו פירן טענה'רייען, איך בין שטארק אינוואלווד ב''ה מיט די עסקנים, לאמיך דא אויסקלארן אביסל זאכן, און איך גיי זיך נישט מתווכיח זיין מיט קיינעם, איך וועל ענטפערן שאלות בעז''ה, אבער נישט 2 מינוט נאכן פרעגן...Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑פרייטאג פעברואר 21, 2025 2:50 pmעס קוקט זייער אויס ווי א מיטארבעט. עס קען דאך אנדערש נישט זיין. איך וועלט געזאגט אזוי. לב טהור ווייסט אז די גוטאמאלע גאווערמענט האט זיי געטרעפט, און פונקט ווי זיי זענען אנטלאפן פון קאנאדע מוזן זיי יעצט אנטלויפן פון גוטאמאלע. מוזן זיי יעצט צוערשט זיך ארויסזען און דערנאך וועלן זיי טרעפן א פרישע פלאץ. זיי האבן אבער נישט די געלט דערפאר. ווילן זיי מיר זאלן דאס באצאלן, עס וועלן אהערקומען 50 משפחות און זיך האלטן גרופירט און דאן טרעפן א פלאן אויף ווייטער. אזוי פארשטיי איך דער צוגאנג.שינאווער האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 19, 2025 4:36 pmוויאזוי האט מען אים אריינגעלאזט דארטן???בערל דער פייפער האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 19, 2025 4:15 pm https://ahblicklive.com/post.php?u_id=e ... tegories=1
זענען זיינע ווערטער דירעקט פארשפרייט געווארן דורך לב טהור?
אין קורצן איז די מעשה ב''ה אז 99 פראצענט יונגעלייט ווילן שטארק פארלאזן די קהילה. די עיקר פראבלעם איז יעצט די פרויען, א יונגערמאן קען נישט רעדן צו זיין ווייב וועגן פארלאזן די קהילה וויבאלד זי לויפט גלייך מסר'ן.
ב''ה אז אין די לעצטע 2 חדשים האט מען שוין ארויסגעברענגט 8 גאנצע משפחות.
די פלאן איז בעז''ה אין די נעקסטע 2-3 חדשים צו האבן יעדן אינדרויסן.
די געמוט ביים ציבור דארט איז אז 'גענוג איז גענוג' און משפחה ביי משפחה גרייטן זיך צו גיין בעז''ה.
די מעליצער' רבי האט טאקע געארבעט ארויסצונעמען א יונגערמאן'ס קינדער, אבער תיכף דערנאך איז ער אהיימגעפארן און איבערגעגעבן די אחריות פאר גרינהוט און בלום וועלעכע האבן אויסגערישט די משפחה פון קאפ ביז פוס.
לב טהור האט יעצט בעיקר קאנטראל אויף בערך 30 פרויען וועלעכע זענען נאך געהעריג געברעינוואשט, און ווען נישט זייער תמימות וואלט שוין יעדער געווען אינדרויסן. עס זעט נישט אויס ווי דאס וועט אנהאלטן צו לאנג.