גארליצער רב, איז געווען דער פינפטער זון פון דעם הייליגן דברי חיים. ער איז אין רודניק בשנת תקפ"ט לפ"ק. ער איז געווארן אן איידעם ביים הייליגן ייטב לב - סיגוטער רב.
אלס אינגע אינגערמאן איז ער געווארן רב אין גארליץ, ער אוועקגעגאגען פון דארט אויפן באפעל פונעם צו ווערן רב אין רידניק און ער איז שפעטער צוריק געקומען צו זיין רב אין גארליץ. זייער א שארפער צדיק געווען, אומצאליגע מעשיות פון זיין שארפקייט און צדקות.
מעשה: אמאל האט מען געזאגט פאר'ן גארליצער רב אויף א געוויסן גדול אז ער האט ארויסגעטריבן א 'דיבוק' פון א געוויסן איד, האט ער זיך אנגערופן לאמיר זען ווען ער וועט ארויסטרייבן דעם 'דלות' פון א איד!
איינמאל האבן צוויי פון צאנזער רב'ס קינדער, קרייזער רב און רבי ברוך גארליצער געהאט א שמועס אינאיינעם מיט רבי שלמה'לע באבובער בנוגע וואס מ'איז מקיל אין דעם ענין פון זאגן תחנון ביי צדיקים'ס יארצייטן. זיי האבן דאן אנגעמערקט אז אולי איז זייער טאטע/זיידע דער צאנזער רב דייקא נפטר געווארן אין חודש ניסן ווען מ'זאגט סיי-ווי נישט קיין תחנון. זיי האבן זיך דערביי פעסט אונטערגענומען אז זיי וועלן נישט נאכלאזן אין דעם ענין פון תחנון. לפלא אז אלע דריי זענען נפטר געווארן אין א טאג מ'זאגט סיי-ווי נישט קיין תחנון, רבי אהרן קרייזער איז נפטר געווארן - ר"ח אב, גארליצער רב - ר"ח אדר און רבי שלמה'לע באבובער - ר"ח תמוז.
זכותו יגן עלינו
רבי ברוך הלברשטאם, גארליצער רב - א' אדר תרס”ו
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 735
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2311
Re: רבי ברוך האלברשטאם, גארליצער רב - א' אדר תרס”ו
סאטמאר רבי שליט"א פארציילט:
א' אדר איז דער גארליצער רב'ס יארצייט. ער איז געווען א זון פונעם דברי חיים און א איידעם ביים ייטב לב. דער גארליצער רב האט געהייסן נאכן זיידן דער ברוך טעם.
ווען דער גארליצער רב איז געקומען קיין סיגוט האט ער געזען ווי דער ייטב לב פירט זיין ישיבה, דער ייטב לב האט זיך אראפגעלאזט צו די בחורים, ער איז געווען דער ערשטער חסיד'שער רבי וואס האט געפירט א ישיבה, די גאליציאנע רבי'ס האבן נישט געפירט קיין ישיבה'ס, פארן גארליצער רב איז עס נישט געפאלן, ער איז געווען א שארפער, האט ער געזאגט פאר זיין שווער, אז דער שווער זאל זיך אפלאזן פון די יונגלעך (די יונגע בחורים) וועט דער שווער קענען צוקומען צו הויכע מדרגות, האט דער ייטב לב געזאגט אז ער איז מוותר אויף די מדריגות, ער איז מוותר אויף די חסידים, אבער פון מרביץ תורה זיין פאר בחורים איז ער נישט מוותר. דער גארליצער רב איז געווען אין צאנז, האט ער זיך באקלאגט פארן דברי חיים אז זיין שווער שפילט זיך מיט בחורים און יונגלעך, האט דער דברי חיים געזאגט אז מען זינדיגט נישט אין די יוגענט קען מען זיך אזוי שפילן אויף דער עלטער.
די רעבעצין די טאכטער פון ייטב איז יונגערהייט אוועק, ווען ס'איז געווען די מחלוקת אין סיגוט נאכ'ן ייטב לב'ס הסתלקות, איז דער גארליצער רב געווען ביי די דין תורה פון די חמש (בוררים שנתמנו לדון בהדו"ד והסכסוך), און אין שנת תרמ"ח שרייבט ער אז ער איז א קרוב שנתרחק, ווייל מ'האט גע'טענה'ט אז ער איז א קרוב. כ'ווייס נישט פונקטליך וועלעכעס יאר - כ' זעה אז זי איז אוועק בערך א צוואנציג יאר פריער, אפשר די גארליצער אייניקלעך ווייסן ווען זי איז אוועק. די דין תורה אין סיגעט נאכ'ן ייטב לב'ס הסתלקות, איז שוין געווארן דער גארליצער רב א קרוב שנתרחק. ער האט חתונה געהאט נאכאמאל, אבער אלע קינדער זענען פון די ערשטע רעביצין. דער דברי חיים פלעגט קענען רעדן פון זיך מיט א גרויס שפלות, ער האט אמאל געזאגט אויף זיך אז איך האב נישט קיין חכמה, נישט קיין תורה, נישט קיין יראת שמים, נישט קיין מצות און מעשים טובים, האט דער גארליצער רב געזאגט דער טאטע זאל נישט אזוי זאגן, ווייל איך דארף חתונה מאכן, און מ'וועט הערן אז איך האב אזא טאטע וועל איך נישט מאכן קיין געלט.
דער גארליצער רב איז געווען א שארפער, אמאל ווען ער איז געווען אין צאנז, האט ער זיך אנגערופן אויף איינעם, אז ער איז אזא גרויסער רשע, אז ס'איז א מצוה אים צו באגראבן, דער דברי חיים הערט וואס ער זאגט, זאגט ער אים, ווער זאגט דיר אז ס'איז א מצוה צו באגראבן א רשע, איך וועל דיר ברענגען א ראיה אז ס'איז נישט קיין מצוה, ווייל ס'שטייט ווען די אידן זענען ארויס געגאנגען פון מצרים, ואת ערום ועריה זאגט רש"י ערום מן המצוות, לכאורה פארוואס זענען זיי געווען ערום מן המצוות, ס'איז דאך געווען דעמאלטס נאך די ששת ימי אפילה וואס אלע רשעי ישראל זענען אויסגעשטארבן, און מ'האט זיי דעמאלטס באגראבן, אויב אזוי, האט מען דאך אזויפיל רשעים באגראבן, איז וואס הייסט ערום מן המצוות, זיי האבן דאך געהאט אזויפיל מצוות, אלא מאי איז געדרינגען אז עס איז נישט קיין מצוה צו באגראבן א רשע, אזוי האט דער הייליגער דברי חיים געזאגט, זאגט דער גארליצער רב טאטע, א טויטן רשע איז דען א מצוה צו באגראבן? א לעבעדיגן רשע! (כי יכול עוד להרשיע וגם לקלקל אחרים ר"ל).
דער דברי חיים איז אמאל געווען זייער פאר'דביקות'ט, אינמיטן האט ער זיך צוהיסט, האט דער גארליצער רב געהייסן אז מען זאל אריינברעגען א טיי, דער דברי חיים איז געווען אזוי פארקאכט, און האט זיך אנגערופן אין עולם האצילות טרונקט מען נישט קיין טיי, האט דער גארליצער רב געזאגט אין עולם האצילות היסט מען נישט.
דער גארליצער רב האט געהאט ווייניג חסידים, אבער ער האט געהאט דערהויבענע חסידים, דער ראדאמישלא רב (הגאון מהר״שענגיל זצ״ל) איז געווען א גארליצער חסיד.
דער זיידע (מרן העצי חיים זי״ע) האט אמאל געוואלט פארן צום גארליצער רב, דער קדושת יו"ט איז אוועק תרס״ד, און דער גארליצער רב תרס"ו, צוויי יאר שפעטער, אבער זיין מומע, דעם וואלאווע רב רבי יוקל'ס רעביצין האט אים געזאגט אז ער זאל נישט פארן, ווייל עס איז געווען געשפאנט צווישן די צוויי שוואגערס רבי יוקל און דער גארליצער רב, ווייל ווען דער ייטב לב איז געווארן רב אין אוהעל נאכן פטירה פונעם ישמח משה האט מען אים ארויס געווארפן פון דארט, ווייל מען האט גע'מסר'ט אז ער איז נישט קיין אונגארישע בירגער, דעמאלטס האט אים דער דברי חיים געמאכט רב אין גארליץ, ער איז געווען רב דארט ביז רבי אלעזר ניסן איז נסתלק געווארן (בשנת תרט"ו), דעמאלטס איז ער געווארן רב אין דראהביטש, איז דער ייטב לב'ס ברודער רבי שמואל געווארן רב אין גארליץ, ביז תרמ"ט, דעמאלטס האט מען אויפגענומען רבי יוקל רבי שמואל'ס זוהן, רבי יוקל איז געווען א איידעם ביים ייטב לב, און דער גארליצער רב וואס איז דעמאלטס געווען רב אין רודניק, האט גע'טענה'ט אז דער טאטע האט עס נאר אוועק געגעבן פארן ייטב לב און יעצט דארף עם צוריק גיין פאר אים. עס איז געווען א דין תורה ביים ערוגת הבושם אין קליינווארדיין, רבי יוקל האט געווינען דעם דין תורה, אבער ער האט זיר אוועק געצויגן פון דארט קיין וואלאווע, אבער עס איז געבליבן א טינא צווישן זיי.
דער קדושת יו"ט איז איינמאל געווען אין גארליץ, ער איז געגאנגען באזוכן די צוויי שוואגערס, עס איז געווען פסח שני, קודם איז ער געווען ביי רבי יוקל, ער האט דארט געגעסן א סעודה, מען האט דארט געגעבן מצות לכבוד פסח שני, אזוי ווי עס איז די מנהג, נאכדעם איז ער געגאגען צום צווייטן שוואגער, האט איהם דער גארליצער רב געזאגט אזוי אויף א ווערטל, כ'האב געהערט אז דו האסט געגעסן חמץ שעבר עליו הפסח... (כי הרב מגארליץ לא הרשה לאכול מהמצות שנאפו ע"י גיסו) האט ער איהם געזאגט חמץ שעבר עליו הפסח איז נאר אסור משום קנס (כמבואר בפסחים כח.), א היזיגן האט מען געקענט קנס'ענען, א פרעמדן קען מען נישט קנס'ענען.
דער טאטע ז״ל האט דערציילט א אינטערעסאנטע מעשה, רבי בנציון באבוב'ער האט זיך גע'גט מיט א היתר מאה רבנים, ער איז געווען א איידעם בזו"ר אין מעליץ, דער שינאווער רב איז געווען פאר די היתר, און דער גארליצער רב איז געווען אנטקעגן דעם היתר, איינמאל ווען דער גארליצער רב איז געווען אין שינאווא, דער זיידע (העצ״ח) איז אויר פונקט דעמאלטס געפארן קיין שינאווא, ער איז געווען א אינגערמאן ווען ער האט געוואוינט אין טארנא ביי רבי שלו' אליעזר, ער איז אריינגעקומען צום שינאווער רב ווען דער גארליצער רב איז דארט געווען און ער האט געהאלטן אינמיטן זיך טענה'ן מיטן שינאווער רב, [דער זיידע דער קדושת יו״ט האט דאך אויך געהאט א היתר מאה רבנים]. אינמיטן איז דער זיידע אריינגעקומען, ער האט גענומען שלום פונעם שינאווער רב, האט דער שינאווער רב זיך אנגערופן צום גארליצער רב. איך ווייס נישט וואס דו ווילסט פון מיר האבן, האט ער געוויזן אויפן זיידן, זעהסט אז מען מיינט עס לשם שמים האט מען אזלעכע קינדער.
דער גארליצער רב האט אמאל חתונה געמאכט א קינד, איז ער געקומען צום פאטער נעמען געלט, און דער צאנזער רב האט איהם נישט געגעבן, רופט זיך אן דער גארליצער רב "דעם האסטו געגעבן און יענעם האסטו געגעבן", ווי איינער פרעגט פארוואס איך באקום נישט, האט איהם דער צאנזער רב געענטפערט, "אויב כ'וועל נישט געבן פאר יענעם, וועט ער נישט האבן, ווער וועט זיי געבן, אבער דו, אז דו וועסט ארויס פאהרן נאך געלט, און דו וועסט זאגן אז דו ביסט דעם צאנזער רב'ס א קינד, וועט מען דיר געבן".
דער גארליצער רב איז געווען אמאל אין סיגעט - דארט איז דאך געווען בחורים אין די ישיבה פונעם ייטב לב - האט ער געפרעגט א בחור וואו ער עסט, האט ער געזאגט אז ער עסט טעג, האט איהם דער גארליצער רב געפרעגט אפשר קענסטו אויפעסן די ניין טעג...?!.
דער צאנזער רב - דער דברי חיים - האט געזאגט אז דער לעצטער גלות ווען זיין גלות אמעריקא. ער האט אמאל אויסגערעכנט, ווי די תורה איז אלץ געגאנגען אין גלות, אין שפאניא, און פראנקרייך, און דייטשלאנד, און האט געזאגט אז דער לעצטער גלות וועט זיין גלות אמעריקא. דער גארליצער רב האט אמאל געזאגט פאר'ן שינאווער רב זאל קומען קיין אמעריקא, און ער האט געזאגט אויף זיך, אז אויב ער פארט אליין וועט מען אויף אים מיינען אז ער פארט וועגן געלט. אבער דו ביזטו דאך א איש אמת, האט ער איהם געבעטן ער זאל פארן קיין אמעריקא.

די גארליצע רב האט געוואלט פארן קיין אמעריקע מעמיד צו זיין הדת על תילה וויבאלד ער האט געזעהן ברוח קדשו אז דא וועלען אידן וואוינען ביז משיח'ס טאג אבער ער האט נישט געוואלט פארן אליין וויבאלד ער האט נישט געוואלט מען זאל זאגן אז ער פארט פאר געלט האט ער געבעטן זיין ברודער די שיניווא רב זאל מיט קומען אבער די שיניווא רב האט נישט געוואלט פארן איז ער נישט געפארן
Re: רבי ברוך האלברשטאם, גארליצער רב - א' אדר תרס”ו
ער האט געוואלט פארן קיין אמעריקא ווייל דער הייליגער צאנזער רב האט געזאגט אז דארט וועט זיין די לעצטע גלות און דארט וועט משיח קומען (מסתבר אז געוויסע ווילן ארויסשניידן די חלק)מהודר האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 07, 2024 8:23 pm די גארליצע רב האט געוואלט פארן קיין אמעריקע מעמיד צו זיין הדת על תילה וויבאלד ער האט געזעהן ברוח קדשו אז דא וועלען אידן וואוינען ביז משיח'ס טאג אבער ער האט נישט געוואלט פארן אליין וויבאלד ער האט נישט געוואלט מען זאל זאגן אז ער פארט פאר געלט האט ער געבעטן זיין ברודער די שיניווא רב זאל מיט קומען אבער די שיניווא רב האט נישט געוואלט פארן איז ער נישט געפארן
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 735
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2311
Re: רבי ברוך האלברשטאם, גארליצער רב - א' אדר תרס”ו
די גמרא זאגט דאך אין סוף ר"ה אז משיח וועט קומען אין טבריא?יום טוב האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 08, 2024 10:46 amער האט געוואלט פארן קיין אמעריקא ווייל דער הייליגער צאנזער רב האט געזאגט אז דארט וועט זיין די לעצטע גלות און דארט וועט משיח קומען (מסתבר אז געוויסע ווילן ארויסשניידן די חלק)מהודר האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 07, 2024 8:23 pm די גארליצע רב האט געוואלט פארן קיין אמעריקע מעמיד צו זיין הדת על תילה וויבאלד ער האט געזעהן ברוח קדשו אז דא וועלען אידן וואוינען ביז משיח'ס טאג אבער ער האט נישט געוואלט פארן אליין וויבאלד ער האט נישט געוואלט מען זאל זאגן אז ער פארט פאר געלט האט ער געבעטן זיין ברודער די שיניווא רב זאל מיט קומען אבער די שיניווא רב האט נישט געוואלט פארן איז ער נישט געפארן
וטבריא עמוקה מכולן שנאמר (ישעיהו כט, ד) ושפלת מארץ תדברי רבי אלעזר אומר שש גלות שנאמר (ישעיהו כו, ה) כי השח יושבי מרום קריה נשגבה ישפילנה ישפילה עד ארץ יגיענה עד עפר א"ר יוחנן ומשם עתידין ליגאל שנאמר (ישעיהו נב, ב) התנערי מעפר קומי שבי:
Re: רבי ברוך האלברשטאם, גארליצער רב - א' אדר תרס”ו
איך בין זיכער אז עס איז דא נאך מאמרי חז"ל וואס איז סותר צו דעם , איבער די זמן פון שמיטה תשרי ניסן איז אויך דא סתירות, מיר פארשטייען נישט די אלע זאכן ווען משיח וועט קומען וועט מען אלעס פארשטייןמירון האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 08, 2024 10:53 amדי גמרא זאגט דאך אין סוף ר"ה אז משיח וועט קומען אין טבריא?יום טוב האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 08, 2024 10:46 amער האט געוואלט פארן קיין אמעריקא ווייל דער הייליגער צאנזער רב האט געזאגט אז דארט וועט זיין די לעצטע גלות און דארט וועט משיח קומען (מסתבר אז געוויסע ווילן ארויסשניידן די חלק)מהודר האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 07, 2024 8:23 pm די גארליצע רב האט געוואלט פארן קיין אמעריקע מעמיד צו זיין הדת על תילה וויבאלד ער האט געזעהן ברוח קדשו אז דא וועלען אידן וואוינען ביז משיח'ס טאג אבער ער האט נישט געוואלט פארן אליין וויבאלד ער האט נישט געוואלט מען זאל זאגן אז ער פארט פאר געלט האט ער געבעטן זיין ברודער די שיניווא רב זאל מיט קומען אבער די שיניווא רב האט נישט געוואלט פארן איז ער נישט געפארן
וטבריא עמוקה מכולן שנאמר (ישעיהו כט, ד) ושפלת מארץ תדברי רבי אלעזר אומר שש גלות שנאמר (ישעיהו כו, ה) כי השח יושבי מרום קריה נשגבה ישפילנה ישפילה עד ארץ יגיענה עד עפר א"ר יוחנן ומשם עתידין ליגאל שנאמר (ישעיהו נב, ב) התנערי מעפר קומי שבי:
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 735
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2311
Re: רבי ברוך האלברשטאם, גארליצער רב - א' אדר תרס”ו
היינט איז דו יארצייט פונעם צדיק זצ"ל.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 246
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 11:53 am
- x 386
Re: רבי ברוך האלברשטאם, גארליצער רב - א' אדר תרס”ו
ער האט אמאל געזאגט אז מ'טאר נישט קושן די אונגערישע ספרים
ווייל זיי דערמאנען זייערע ווייבער אין די הקדמה
ווייל זיי דערמאנען זייערע ווייבער אין די הקדמה
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 471
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 1730
Re: רבי ברוך הלברשטאם, גארליצער רב - א' אדר תרס”ו
גארליצער רב פלעגט זאגן שארפע ווערטלעך. אויך האט ער געפירט מערכות מיט א צאל גרויסע צדיקים, אריינגערעכנט זיין ברודער ר' מאיר נתן זי"ע. אמאל האט אים די שוועסטער נחמה'לע געמוטשעט ער זאל אויפהערן רודפ'ן דעם ברודער, און דער גארליצער רב האט איר געפרעגט "דו נעמסט אחריות?" זי האט זעהט אויס נישט געכאפט זיין כוונה און געענטפערט יא. דער גארליצער רב האט אים טאקע אויפגעהערט רודפ'ן, אבער ביז א קורצע צייט איז ר' מאיר נתן נסתלק געווארן אלט זייענדיג קוים 30 יאר.
גארליצער רב איז אמאל געווען אונטערוועגנס אין אן אכסניא, און ביינאכט האט ער זיך אפגערעדט אז ער קען נישט שלאפן. בדקו ומצאו די ספר פון א געוויסער צדיק מפורסם, און גארליצער רב האט געהייסן עס ארויסטראגן און איז תיכף איינגעשלאפן... ווען יענער צדיק האט געהערט דערפון האט ער זיך באקלאגט פאר צאנזער רב אז דער גארליצער רב רודפ'ט אים. ווען צאנזער רב האט אים פארגעהאלטן דערוועגן האט ער געענטפערט: "איז וואס זאל איך טון, זאל איך נישט שלאפן?..."
גארליצער רב איז אמאל געווען אונטערוועגנס אין אן אכסניא, און ביינאכט האט ער זיך אפגערעדט אז ער קען נישט שלאפן. בדקו ומצאו די ספר פון א געוויסער צדיק מפורסם, און גארליצער רב האט געהייסן עס ארויסטראגן און איז תיכף איינגעשלאפן... ווען יענער צדיק האט געהערט דערפון האט ער זיך באקלאגט פאר צאנזער רב אז דער גארליצער רב רודפ'ט אים. ווען צאנזער רב האט אים פארגעהאלטן דערוועגן האט ער געענטפערט: "איז וואס זאל איך טון, זאל איך נישט שלאפן?..."
Re: רבי ברוך הלברשטאם, גארליצער רב - א' אדר תרס”ו
די הייליגע גארליצע רב האט געזאגט בא אחיך במירמה ולקח ברכותיך איז ראשי תיבות באבוב