Who knows האט געשריבן: ↑מוצש"ק פעברואר 01, 2025 8:37 pm
מסתמא האט געשריבן: ↑פרייטאג יאנואר 31, 2025 11:42 am
Who knows האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 30, 2025 8:40 pm
יעצט רעדסטו פונקט ווי דער וואס פארקויפט נאטורליכע מיטלען ווייל ער "האט מיטגעהאלן פונדערנאנט" ווי עס העלפט. די גאנצע מעלה פון קאנווענציאנאלע מעדעצין איבער די נאטורליכע מעדעצינען איז אז מ'בויעט זאכן אויף קראנטע שטוידעס נישט אויף 3-4 מעשיות וואס מ'האט מיטגעהאלטן.
אה... גערעכט, סאיז מיין שולד. איך בין אראפ דעם סוער פון טענה’ן איבער ’מיטהאלטן פירסט הענד’... ווייסטו וואס לאז טאקע וואס די דאקטוירים און די מעדיקל סיסטעם זאגט אז די שטודיעס ווייזן אז עס איז 100 פראצענט געזונט
די SSRI מיט די בלעק באקס ווארנונג זאגן דאקטוירים איז הונדערט פראצענט געזונט? קאממאן
נאכאמאל, נישט אז מ'זאל עס נישט נעמען ווען עס פעלט טאקע אויס, אבער פארקויפן כאילו עס איז ריין פון סייד עפעקטס און איז א פלעינע קענדי איז שקר, און לייגט נאר צוגרינד די טראסט אין דאקטוירים
איך האב שוין פאר אסאך אויפגעוויזן אז פון די טענות קעגן די מעדיקעל וועלט קומט ארויס די גרעסטע ראיות אויף פארקערט. די בלעק באקס ווארענונג אויף SSRI איז די גרעסטע באווייז ווי באווארנט די מעדיקעל וועלט איז, אין די צייט וואס די נאטורליכע וועלט קען טון וואס זיי ווילן אן אפגעבן דין וחשבון פאר סיי וועמען אויף די אלע סייד אפעקטס און לעבנס פראגעס וואס פאסירן דורך זיי.
די בלעק באקס ווארענונג איז ערשטנס נאר לגבי קינדער און טינעידזשערס. און די FDA האט קלאר געזאגט אז זיי האבן טאקע נישט גענוג עווידענס פאר דעם ווארענונג אז עס העכערט די ריסק פאר סוסייד, אבער גענוג אויף צו מאכן א ווארענונג, ווייל נאך אלעם איז עס בלויז א ווארענונג. די פארמאסיס זענען טאקע זייער בייז און טענה'ן אז די ווארענונג אליינס גייט גענוצט ווערן ביי מענטשן ווי א עווידענס... אזוי ווי איך זעה טאקע דא יעצט... אבער דאס איז די סיסטעם אז א ווארענונג מוז נישט האבן זייער שטארקע דעקונג.
https://journalofethics.ama-assn.org/ar ... nt/2012-06
יעדער פארשטייט אז מען רעדט דא פון הויכע דאזעס פאר MDD וואס מיינט "מעידזשאר דעפרעסיוו דעסארדערס", און אז מען רעדט פון מענטשן וואס זענען בעצם אין א ריסק אף סוסייד רח"ל, און די שאלה איז נאר צו די מעדעצין וואס "היילט" האט "אויך א שאנס" צו העכערן די ריסק. און דאס דארף אודאי א אחריות'דיגע דאקטאר באטראכטן שכרו כנגד הפסידו. אבער דא רעדט מען נישט פון געווענליכע פעלער ווען מהאלט נאך זייער ווייט פון סוסייד ח"ו און די מעדיצין העלפט פשוט זיין א געזונטער מענטש און אנגיין מיט'ן לעבן אנשטאט זיך וואלגערן פאר יסורי הנפש.
יעצט מצד השני, כאפט אייך אן אין אייער בענקל ווען איר ליינט די צושטעל ווי פאלגנד.
די באנוץ פון CBD האט עטליכע שטודיעס וואס ווייזן אז עס העכערט די ריסק פון סוסייד. בום. האסט שוין אמאל געהערט דערוועגן? האסט שוין געזען א שווארצע באקס ווארענונג? אודאי געוויס נישט. פארוואס? ווייל עס איז דאך In first place נישט אפראווט צו פארקויפן אלס א היילונג, ממילא האט עס נישט קיין שום ווארענונג און דער מוכר קען טון מה שלבו חפץ און באשליסן די דאזעס איך שלבו חפץ אא"וו. יעצט זאגט איר מיך, ווער קומט אן בעסער, דער וואס גייט צום קאנטראלירטער דאקטאר אדער דער וואס זוכט אלטערנאטיווע אומקאנטראלירטע מיטלען? איך מיין אז דאס רעדט פאר זיך אליינס.
דאונט געט מי ראנג איך האלט נישט אז איינער וואס נעמט CBD גייט גיין סוסייד.... ח"ו. אבער נעם ארויס די פוינט. די SSRI האט אזא בלעק באקס ווארענונג און די CBD נישט ווען לויט די שטודיעס איז CBD מער ריסק. נוץ עס אלס אן עקזעמפל אויף אלעמען און ווייס צו טראסטן דעם דאקטאר ווי איידער דעם וואס איך ווייס נישט זיין נאמען.