דירות אין קרית יואל

נייעס אין אונזער קווארטאל
Glass
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 425
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 12:30 pm
Location: Palm Tree
x 1052

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך Glass »

שינאווער האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 4:11 pm
Glass האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 4:07 pm
פופציגער האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 11:41 am
פארוואס?.. אויב די מוסדות האט אינוועסטירט אין א שטח צו מאכן רווחים, טארן זיי עס נישט פארדינען?.. פונעם בית השחיטה טארן זיי אויך נישט מאכן קיין געלט?..

העפענס טו בי, די ועד הקריה האט געגעבן דעם לאט פאר'ן רבי'ן און געזאגט מ'וועט טון וואס דער רבי וועט באפעלן, אריינגערעכנט ביליגע רענטאל דירות וואס איז געווען די ערשטע פלאן.

אבער יעצט אז ס'דא תקנות פרייזן פאר דירות אין קרית יואל, פארוואס זאלן זיי גיין נידריגער?
די ועד הקריה האט געקויפט די שטחים צו האלטן די פרייזן פון דירות ביליג.
און נישט אויף צו מאכן געלט

די שטחים פון ועד הקריה דארף מען ווען בעטן נאר $200 א סקווער פיס,
פון ווי ווייסטו אז דאס איז געווען דער סיבה פארוואס זיי האבן געקויפט די אלע לאטס?
פארדעם האט מען געגרינדערט די ועד הקריה
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6090
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 13574

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

Glass האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 4:07 pm די ועד הקריה האט געקויפט די שטחים צו האלטן די פרייזן פון דירות ביליג.
און נישט אויף צו מאכן געלט
מאכסט א פשוטע טעות. ועד הקריה'ס קויפן לאטס איז א ביזנעס צו דעקן די לעכער פון די מוסדות בנינים וכדו'.

נאר, ווען זיי האבן געהאט בעלות אויף די שטחים פון די שטאט האבן זיי 'אויך' זיכער געמאכט אז ס'זאל זיין נארמאלע ביזנעס, מ'זאל נישט רייסן קיין געלט. אבער געלט האבן זיי געמאכט.

צופעליג די קארלסבורג לאט האט נאך א פרשה אונטער זיך, וואס לפי זה ווייס איך נישט צו זיי גייען נאך ארויס מיט ריוח. אבער כ'וויל נישט שרייבן זאכן וואס כ'האב נישט געפרעגט, ובעיקר קען איך נישט די פונקטליכע נומערן.
יאנטשי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 500
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 513

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך יאנטשי »

איינער ווייסט וואס איז די נאמען פון די אפיס פון ר' משה מאיר זילבערשטיין? און זייער נומער?
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2501
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 5905

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

היי פוינט בילדערס https://g.co/kgs/pmXLNzW
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6090
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 13574

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

די לעצטע פאר וואכן האט זיך אנגעהויבן ערנסט די שרייבן די ביליגע קאנטראקטס אין שכונת ויואל משה, ס'איז שוין ב"ה א פאקט. (מ'קען זאגן אז די $300 א ס"פ איז א פאקט נאר אדאנק דעם, דער אויבערשטער זאל העלפן ווייטער).

איין נקודה נאר, איך האב דא געהאט געשריבן אז ווען ס'איז געווארן די דיעל צווישן ר' עקיבא הערש און דעם רבי'ן, האט מען אויסגעשמועסט אז מ'גייט אויך רעכענען די בעיסמענט סקווער פיס, אלס קאמאן עריע'ס, וואס אין קרית יואל פלעגט מען נישט רעכענען ביז היינט, נאר היות די פרייז יעצט גייט לויט די "קאסט צו בויען" פער ס"פ, דארף מען פארקויפן אלע בילדעד ס"פ, אויך די בעיסמענט.

למעשה האב איך געהאט געשריבן אז לפי החשבון גייט מען רעכענען 10 פראצענט מער ס"פ פאר יעדע דירה פאר די בעיסמענט ספעיס. מענטשן פרעגן מיר כסדר וויאזוי גענוי מ'רעכנט עס למעשה, האב איך איבערגעפרעגט מער פונקטליך, און ס'איז מיר נתחדש געווארן אז למעשה רעכנט מען יעדן פאר בעיסמענט ספעיס נאר 6%.

באמת איז טאקע די בעיסמענט ספעיס יא 10% פונעם בילדינג. ווייל אז די בילדינג איז 4 שטאק, איז די בעיסמענט א 5'טע שטאק וואס איז 20% פונעם בילדינג. האלב דערפון איז דירות, סוי די האלב בעיסמענט וואס איז סטארעדזש און בוילער און האלוועי, איז 10% פונעם בילדינג. סוי די פרייז פון 300 איז געמאכט געווארן נאכדעם וואס די ועד הדירות איז געקומען צו א חשבון אז די בויען קאסט אין עוורידזש $267 א ס"פ (כמובן געוואנדן אין אסאך פרטים, לאט קאסט, דעוועלאפמענט סייז, אבער דאס איז געווען זייער עוורידזש ס"ה), און דער רבי האט געזאגט אז די בילדער זאלן אראפריקן די קאסט צו $250 און מאכן $50 פראפיט, ממילא שטעלט מען אראפ די פרייז פון $300. אבער רוב פון די אלע קאסטן זענען צוטיילט פער "בילדעבל סקווער פיס", סוי די קאסט איז גערעכנט פאר דעם פרייז נאר אויב מען פארקויפט אלע ס"פ פונעם בילדינג, אויך די בעיסמענט ספעיס וואס מ'האט ביז היינט נישט גערעכנט.

נאר, למעשה האט די ועד הדירות און דער רבי געבעטן ער זאל רעכענען ווייניגער פאר'ן בעיסמענט, נאך אלעם פלעגט מען עס דא אין ק"י נישט רעכענען, און דער בילדער זאל טרעפן זיינע וועגן צו אראפריקן די קאסט מיט בעסערע דיעלס אדער אראפנעמען אפגרעידס.

איז מען למעשה געבליבן ביי א מיטלפונקט אז מ'גייט רעכענען 6% פאר די בעיסמענט ספעיס.

סוי סוף פסוק, לדוגמא א דירה וואס איז 2,000 ס"פ (וואס מען רעכנט די ס"פ פונקט ווי ביז היינט), לייגט מען צו 6% פאר די בעיסמענט ספעיס. מיט די בעיסמענט ספעיס איז די דירה 2,120 ס"פ, און די פרייז פאר'ן דירה איז $636,000, $300 פער בילדעד ס"פ.

*

די אלע שמועות אז מ'האט אנגעהויבן רעכענען נייע זאכן ווי די פארטש און די פארקינג (נוסח וומסב"ג?...) איז 'נישט' אמת. (איינער האט מיר שוין אפילו געוויסט צו זאגן אז מ'האט אנגעהויבן טשארדזשן א "קאמיונעטי רום פי". ס'איז כמובן אויך נישט אמת).

פארוואס מענטשן מאכן אזעלכע שמועות? איי געס מ'גלייבט שווער אז די "300 פער ס"פ" איז טאקע א פאקט. אבער יא, ס'איז ב"ה שוין יא געווארן א פאקט. און עס קומט זיך אויסטערלישע הכרת הטוב און קרעדיט פאר'ן בילדער וואס איז גרייט געווען צו אויפגעבן מיליאנען לטובת הענין און דערמיט געמאכט די רעוואלוציע פאר א געשעעניש. דער אויבערשטער וועט אים זיכער באצאלן.

ווען מ'האט אנגעהויבן בויען שכונת ויואל משה און מ'האט דארט געבעטן נאר $200 א ס"פ, איז אויך געווען לאנגע בלעטער אויף אייוועלט מיט פשט'לעך פארוואס עכט איז עס נאר א טריק וכו', מיט די זיסע מליצה אויף זיין חשבון "מניח מעותיו על קרן הצב"י"... וגו', אלעמאל זענען דא מענטשן וואס גלייבן נישט אז ס'איז טאקע דא עפעס א גוטע זאך... און שוין... ס'איז זייער שאדן. זיי האבן מסתמא טאקע נישט געקויפט דעמאלס...

*

און בנוגע די אפגרעידס וכו':

שכונת ויואל משה גייט למעשה יא ווייטער געבן אלע ביז יעצטיגע אפגרעידס! אויסער 2 זאכן: 1) מען מאכט נישט קיין פרייוועט ענטרענס וואס נעמט אוועק פונעם בילדינג סייז, 2) די "מאשין" פאר די סענטרעל עירקאנדישן ווערט נישט צוגעשטעלט. די דאקס אינדאר ציט מען פולי, נאר די מאשין אליינס נישט און מ'קען מען אליינס צוקויפן ביים עיר קאנדישן קאמפאני וואס די בילדער נוצט, אדער ביי סיי וועמען (עס קאסט בערך $6000 א מאשין, א גרויסע דירה נוצט 2 מאשינען).

9 פיסיגע דאך: יא
זעלבע שטארקע בילדינג מאטריאל: אודאי
סאלקא קיטשען: יא
גרעניט קאונטער טאפס: יא
ספאט לייטס: יא
בוילער אין בעיסמענט (נישט אין די דירה): יא
(ס'איז לעצטנס געווארן ביי א מערהייט דעוועלאפמענט אז מ'לייגט די בוילער אינעם הויז, ס'שפארט געלט פון ציען פייפס ביז'ן בעיסמענט, און ס'שפארט בעיסמענט ספעיס, אבער פאר'ן קאסטומער נעמט עס אוועק פלאץ אינעם הויז, און אויך אויב ס'מאכט זיך א ליעק וכדו' קען עס זיין א שטארק אפקומעניש)
געהעריגע געז סטיעם (נישט סענטרעל היעט): יא

און דער פרישער גאר טייערע אפגרעיד: "קאמערשל עלעוועיטארס" אין יעדע בילדינג!
(די סקווער פיס פון די עלעוועיטאר אויף דיין שטאק, וועט זיך צוטיילן די זעלבע וועג ווי ס'איז אנגענומען ביי די סטעפס, ד"ה אז דיין דירה באקומט האלב פון די שעירד שטיקל וואס רירט אן דיין דירה, וואס דו נוצט)

עני מער פראגעס וואס איינער האט, קען איך מברר זיין אי"ה.
מי שברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 206
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:40 pm
Location: קר"י
x 178

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך מי שברך »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 23, 2025 10:51 am די לעצטע פאר וואכן האט זיך אנגעהויבן ערנסט די שרייבן די ביליגע קאנטראקטס אין שכונת ויואל משה, ס'איז שוין ב"ה א פאקט. (מ'קען זאגן אז די $300 א ס"פ איז א פאקט נאר אדאנק דעם, דער אויבערשטער זאל העלפן ווייטער).

פארוואס נישט בעטן נאך 6k און יא אריין לייגען די מאשין?
מצוה גדולה להיות בשמחה תמיד
דעת קדשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1079
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 2395

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך דעת קדשי »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 23, 2025 10:51 am די לעצטע פאר וואכן האט זיך אנגעהויבן ערנסט די שרייבן די ביליגע קאנטראקטס אין שכונת ויואל משה, ס'איז שוין ב"ה א פאקט. (מ'קען זאגן אז די $300 א ס"פ איז א פאקט נאר אדאנק דעם, דער אויבערשטער זאל העלפן ווייטער).

עני מער פראגעס וואס איינער האט, קען איך מברר זיין אי"ה.
פארוואס בעט ער פאר אנ''ש תושבי וומס''ב $345 פער ס''פ נאך וואס דער רבי האט געזאגט כ''א כסלו פאר די וויליאמסבורגע אידן אז די פרייז איז $300 אין א דאלער מער איז איבערגעצאלט?
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6090
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 13574

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

דעת קדשי האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 23, 2025 1:04 pm

אזוי איז געווען זיין אפמאך מיט'ן רבי'ן. (ער האט זיך דאך צוגעשטעלט מרצונו לבקשת דעם רבי'ן, ער האט שוין געהאט אלע פערמיטס)

און בד"וו $345 איז נאך אויך פיל ביליגער ווי די פרייז איז געווען.

מי שברך האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 23, 2025 11:23 am פארוואס נישט בעטן נאך 6k און יא אריין לייגען די מאשין?
כ'פארשטיי נישט דיין פראגע, ער וויל דאך נישט אריבערגיין די $300
דעת קדשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1079
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 2395

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך דעת קדשי »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 23, 2025 1:28 pm
דעת קדשי האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 23, 2025 1:04 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 23, 2025 10:51 am די לעצטע פאר וואכן האט זיך אנגעהויבן ערנסט די שרייבן די ביליגע קאנטראקטס אין שכונת ויואל משה, ס'איז שוין ב"ה א פאקט. (מ'קען זאגן אז די $300 א ס"פ איז א פאקט נאר אדאנק דעם, דער אויבערשטער זאל העלפן ווייטער).

עני מער פראגעס וואס איינער האט, קען איך מברר זיין אי"ה.
פארוואס בעט ער פאר אנ''ש תושבי וומס''ב $345 פער ס''פ נאך וואס דער רבי האט געזאגט כ''א כסלו פאר די וויליאמסבורגע אידן אז די פרייז איז $300 אין א דאלער מער איז איבערגעצאלט?
אזוי איז געווען זיין אפמאך מיט'ן רבי'ן. (ער האט זיך דאך צוגעשטעלט מרצונו לבקשת דעם רבי'ן, ער האט שוין געהאט אלע פערמיטס)

די רבי האט געזאגט זייער קלאר פאר די וויליאמסבורגע אידן אז די פרייז איז $300 ולא יותר
די רבי זאגט אנדערש ווי מ'האט אפגעמאכט?
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
גראסערי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 452
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:22 pm
x 314

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך גראסערי »

דעת קדשי האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 23, 2025 1:31 pm

די רבי האט קלאר געזאגט אז די דיעל מיט אים ( היות ער האט שוין די פערמיטען) איז נאר פאר תושבי ק'י און נאר פאר ענד יוזערס , ביי תושבי וומ'ס פלאנט ער צו נעמען איבערגעצאלטע פרייזן ( פארשטייט זיך נאראויב זיי וועלן מיטגיין דערמיט)

חוץ פון דעם דארפן תושבי וומ'ס ( און אינוועסטערס) וויסן אז מער ווי 300 איז איבערגעצאלט

גראסערי האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 23, 2025 1:37 pm

דרשת רבינו כ''א כסלו בעיר וומסב''ג
איך וויל נאך רעדן דא א ענין צו אידן אין שטאט.
אין קרית יואל האט מיר דער אייבערשטער געהאלפן
איך האב געמאכט אביסל א סדר אין קויפן דירות, מתקן צו
זיין א תקנה לטובת הציבור, ב"ה ס'איז דא א הצלחה, איך
וויל רעדן איבער דעם ענין דא צו תושבי וויליאמסבורג אדער
תושבי בארא פארק.
די אידן וואס זיי ווילן קויפן א דירה אין קרית יואל און
פארשטייען נישט דעם סדר אין קרית יואל, זיי פארשטייען
נישט די תקנה, דא אין שטאט ניו יארק סיי אין וויליאמסבורג
און סיי אין בארא פארק, די פרייז פון א דירה - ס'טוט וויי צו
זאגן, אבער דאס איז די מציאות - איז זייער הויעך, ווען
מ'הייבט זיך אן צו אינטרעסירן אין א דירה אין קרית יואל,
און ער זעהט די חילוק אין די פרייז, זעהט ער אז ס'איז
געוואלדיגע מציאה, א דירה אין קרית יואל כלפי די שטאט.
וויל איך זאגן ''די'' אלע אידן זיי זאלן נישט מאכן קיין
טעות, ווייל בטעות צאלן זיי זייער טייער פאר א דירה אין
קרית יואל לויט די פרייז פון קרית יואל.
די פרייז פון א דירה אין קרית יואל איז היינט נישט מער
ווי דריי הונדערט דאלער א סקווער פיס,
דאס איז אין קרית
יואל אליינס, אין קרית יואל המורחבת, דאס מיינט שוין וואס
איז אויסגעשפרייט קרית יואל אינדרויסן, איז די פרייז צוויי
הונדערט און פופציג דאלער א סקווער פיס.
איך וויל זאגן פאר יעדן איינעם קיינער זאל נישט
באצאלן א דאלער מער, מ'זאל זיך נישט איינרעדן אז די
סוחרים די מוכרים פארלירן געלט, מיט די פרייז פון דריי
הונדערט דאלער אין קרית יואל, און צוויי הונדערט פופציג
דאלער א סקווער פיס אינדרויסן, מאכן זיי אסאך געלט, ווער
ס'קען אביסל דעם סדר פון בויען.
ממילא וויל איך דא מעורר זיין מ'זאל וויסן און מ'זאל
געדענקן, די פרייז איז דריי הונדערט דאלער אין קרית יואל,
און צוויי הונדערט און פופציג דאלער א סקווער פיס אין
קרית יואל המורחבת.
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
שמואל אליעזר ברילל
פרישער באניצער
פאוסטס: 46
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 9:37 pm
Location: קרית יואל
x 88

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך שמואל אליעזר ברילל »

דעת קדשי האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 23, 2025 1:04 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 23, 2025 10:51 am די לעצטע פאר וואכן האט זיך אנגעהויבן ערנסט די שרייבן די ביליגע קאנטראקטס אין שכונת ויואל משה, ס'איז שוין ב"ה א פאקט. (מ'קען זאגן אז די $300 א ס"פ איז א פאקט נאר אדאנק דעם, דער אויבערשטער זאל העלפן ווייטער).

עני מער פראגעס וואס איינער האט, קען איך מברר זיין אי"ה.
פארוואס בעט ער פאר אנ''ש תושבי וומס''ב $345 פער ס''פ נאך וואס דער רבי האט געזאגט כ''א כסלו פאר די וויליאמסבורגע אידן אז די פרייז איז $300 אין א דאלער מער איז איבערגעצאלט?
די רבי האט גערעדט צו תושבי וומ"ס אז זיי מוזן נישט קויפן ביי שכונת ויואל משה... עס איז נישט מחייב עקיבא הערש ווילאנג ער האט פארוועם צופארקויפן.
דעת קדשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1079
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 2395

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך דעת קדשי »

שמואל אליעזר ברילל האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 23, 2025 1:55 pm

איך וויל זאגן פאר יעדן איינעם קיינער זאל נישט באצאלן א דאלער מער
רעדט ער נאר פון יוסי לאנדא?
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
שמואל אליעזר ברילל
פרישער באניצער
פאוסטס: 46
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 9:37 pm
Location: קרית יואל
x 88

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך שמואל אליעזר ברילל »

דעת קדשי האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 23, 2025 1:59 pm
שמואל אליעזר ברילל האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 23, 2025 1:55 pm
דעת קדשי האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 23, 2025 1:04 pm

פארוואס בעט ער פאר אנ''ש תושבי וומס''ב $345 פער ס''פ נאך וואס דער רבי האט געזאגט כ''א כסלו פאר די וויליאמסבורגע אידן אז די פרייז איז $300 אין א דאלער מער איז איבערגעצאלט?
די רבי האט גערעדט צו תושבי וומ"ס אז זיי מוזן נישט קויפן ביי שכונת ויואל משה... עס איז נישט מחייב עקיבא הערש ווילאנג ער האט פארוועם צופארקויפן.
איך וויל זאגן פאר יעדן איינעם קיינער זאל נישט באצאלן א דאלער מער
רעדט ער נאר פון יוסי לאנדא?
ער'ט נישט גערעדט צו א דעוועלאפער ער האט גערעדט צו די קונים און אויב עקיבא הערש האט נישט קיין קונים וועט ער זיכער אראפלאזן די פרייז. (נייע וועג צו באסטן פרייזן)
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6090
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 13574

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

כ"ו אב ביים מעלדן די דורכברוך מיט שכונת ויואל משה, האט דער רבי עס געזאגט, אז די דיעל איז ס'זאל זיין $300 פאר תושבי קרית יואל, און פאר איינער וואס גייט דארט אליינס וואוינען.

למעשה בעט ער נישט צופיל מער פאר וומסב"ג, נאר $345, און פאר קרית יואל בעט ער אויך דעם פרייז אויב מען קויפט פאר מסחר (ער בעט עס 'נישט' אויב מ'קויפט עס פאר א קינד וכדו', נאר אויב מ'קויפט צו פארדינגען אד"ג).

און אגב, די וואס צאלן $345 כאטש ס'איז נאך אלס אראפ גייט ער שוין יא אריינלייגן די עירקאנדישן מאשינען.

*

און טאקע אגב דאגב... צווישן די מעשיות וואס כ'האב געהאט מיט קושיא פרעגער איז געווען דעם מוצ"ש, איינער זאגט מיר קראנט אז איינער איז געזיצן לעצטע וואך פאר א 6 רומיגע דירה, און מ'האט אים געבעטן $300 א סקווער פיס, פלאס נאך $90,000 פאר קאמאן עריע'ס און פאר די עירקאנדישן מאשין, און ער האט ניטאמאל קיין אפשן נישט צו נעמען די עירקאנדישן, ס'איז אריינגערעכנט און פארטיג, מסתמא רעכנט מען דערפאר 30 אלפים... בקיצור ס'קומט אויס א גוטע סקעם.

זאג איך אים, עפעס א טעות איז דא, די מעשה מאכט נישט קיין סענס. זאגט ער מיר "יא, מיין חבר האט מיר שוין געזאגט אז דו פארענטפערסט אייביג אלעס וכו'"... זאג איך אים "סארי אויב איז עס אמת גיי איך עס נישט פארענטפערן, אבער מיין עקספיריענס איז אז די מעשיות זענען אלעמאל גוט נאר ביז מען איז עס מברר. זאגט ער מיר "עס איז שוין נתברר, איך האב עס געהערט פירסט הענד" און דא האט ער שוין געשריגן אויף מיר...

למעשה האב איך געקאלט איינעם אין די שכונת ויוא"מ אפיס מיט טענות, וואס גייט דא פאר? די סעילסטיעם האט געטראפן עפעס א נייע טריק מיט עירקאנדישאנס און נאך? וואס איז די $90,000? זאגט ער מיר זייער פשוט... מ'האט אים געזאגט אז אויב קויפט ער עס פאר מסחר, ווערט די דירה מיט $90,000 טייערער, ווייל ס'איז נאך $45 פאר יעדע ס"פ און זיין דירה איז בערך 2,000 ס"פ, און דעמאלס באקומט מען שוין יא א עירקאנדישן מאשין.

האב איך געהאט נאך א לעקציע אין קראנטע מעשיות...
דעת קדשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1079
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 2395

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך דעת קדשי »

שמואל אליעזר ברילל האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 23, 2025 2:04 pm
דעת קדשי האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 23, 2025 1:59 pm
שמואל אליעזר ברילל האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 23, 2025 1:55 pm

די רבי האט גערעדט צו תושבי וומ"ס אז זיי מוזן נישט קויפן ביי שכונת ויואל משה... עס איז נישט מחייב עקיבא הערש ווילאנג ער האט פארוועם צופארקויפן.
איך וויל זאגן פאר יעדן איינעם קיינער זאל נישט באצאלן א דאלער מער
רעדט ער נאר פון יוסי לאנדא?
ער'ט נישט גערעדט צו א דעוועלאפער ער האט גערעדט צו די קונים און אויב עקיבא הערש האט נישט קיין קונים וועט ער זיכער אראפלאזן די פרייז. (נייע וועג צו באסטן פרייזן)
כ'פארשטיי אז ער רעדט צו די קונים אבער ס'איז נישט דא צו קויפן פאר דעם פרייז נאר ביי יוסי לאנדא- אנדערע פארקויפן נאכנישט
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6090
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 13574

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

@דעת קדשי איך האף אז דו פארשטייסט אז יעדער דארף טון זיינס... דער רבי ברענגט אראפ די פרייזן, מיט הצלחה ב"ה. וויאזוי? בערך אזוי...

לפי ידיעתי, אידן פון וומסב"ג וואס פרעגן דעם רבי'ן וועגן שכונת ויואל משה זאגט דער רבי מ'זאל קויפן.
גראסערי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 452
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:22 pm
x 314

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך גראסערי »

דעת קדשי האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 23, 2025 2:09 pm
שמואל אליעזר ברילל האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 23, 2025 2:04 pm
דעת קדשי האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 23, 2025 1:59 pm
רעדט ער נאר פון יוסי לאנדא?
ער'ט נישט גערעדט צו א דעוועלאפער ער האט גערעדט צו די קונים און אויב עקיבא הערש האט נישט קיין קונים וועט ער זיכער אראפלאזן די פרייז. (נייע וועג צו באסטן פרייזן)
כ'פארשטיי אז ער רעדט צו די קונים אבער ס'איז נישט דא צו קויפן פאר דעם פרייז נאר ביי יוסי לאנדא- אנדערע פארקויפן נאכנישט
די רבי וויל אויך אויפברעכן די אלטע הייזער מארקעט, וואס דערוויל זענען נאך זאכן מער שטייפער דארט
גראסערי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 452
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:22 pm
x 314

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך גראסערי »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 23, 2025 10:51 am
עני מער פראגעס וואס איינער האט, קען איך מברר זיין אי"ה.
פארקויפט ער שוין 4 רומיגע דירות/ בעיסמענט וכד'?

פאר וועלכע פרייזן?
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6090
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 13574

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

גראסערי האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 23, 2025 3:05 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 23, 2025 10:51 am
עני מער פראגעס וואס איינער האט, קען איך מברר זיין אי"ה.
פארקויפט ער שוין 4 רומיגע דירות/ בעיסמענט וכד'?

פאר וועלכע פרייזן?
ער פארקויפט אלע סייזעס. פרייזן זענען כמובן לויט די סייז.

א 8 רומיגע דירה דארף אויסקומען אונטער 800 טויזנט. א 5 רומיגע דירה איז בערך 500 טויזנט.

אויב דו פרעגסט אויף למעשה קאל ענדערש אין זייער אפיס, 845.218.8200
גראסערי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 452
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:22 pm
x 314

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך גראסערי »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 23, 2025 3:28 pm
גראסערי האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 23, 2025 3:05 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 23, 2025 10:51 am
עני מער פראגעס וואס איינער האט, קען איך מברר זיין אי"ה.
פארקויפט ער שוין 4 רומיגע דירות/ בעיסמענט וכד'?

פאר וועלכע פרייזן?
ער פארקויפט אלע סייזעס. פרייזן זענען כמובן לויט די סייז.

א 8 רומיגע דירה דארף אויסקומען אונטער 800 טויזנט. א 5 רומיגע דירה איז בערך 500 טויזנט.

אויב דו פרעגסט אויף למעשה קאל ענדערש אין זייער אפיס, 845.218.8200
איך פרעג עס מער אלס א זשענערל שאלה, איך פלאן נישט כרגע צו קויפן במילא וויל איך נישט משוגע מאכן זיין אפיס

לויט די פרייזן צו קויפן אינוועסמענט חתן כלה דירות קען מען אביסל פאראויס רעכענען וויאזוי די רענט פרייזן וועלן לויפן אין שטעטל די קומענדיגע שטיק צייט
ישר והפך
פרישער באניצער
פאוסטס: 15
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 12:45 pm
x 97

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך ישר והפך »

איך בין א בייער וואס זוכט צו קויפן א קלענערע דירה אין קרית יואל. אין די לעצטע פאר וואכן האב איך מיר אביסל אומגעקוקט אויף די מארקעט.

די מציאות אויפ'ן גראונד יעצט אויף די מינוט איז אז עס הערשט א שטיקל פויזע. מענטשן האבן מורא צו קויפן ווייל מען ווייסט נישט די עכטע פרייז פון א דירה. איך האלט אז איינער וואס האט אוועקגעלייגט אפאר דאלער פאר א דאון-פעימענט איז יעצט די צייט אריינצושפרינגען און כאפן עפעס, בעפאר די מארקעט וועקט זיך צוריק אויף.

למעשה האב איך געזען אזוי. די נייע "300 א ס"פ" דעוועלאפמענטס איז דערווייל נאך זייער פארנעפלט. די בילדערס וועלכע האבן עס שוין ארויסגעלייגט רופן אן מענטשן פערזענליך וועלכע האבן זיך איינגעשריבן. די סקווער פיס וואס ווערט אנגעגעבן (2800 פאר א 8 רום, 2200 פאר א 6 רום) איז בערך 3-4 הונדערט ס"פ מער ווי מ'פלעגט ביז היינט אנגעבן פאר די זעלבע סייז אפארטמענטס. ווי אויך קוקט אויס אז זיי ווילן בעיקר נאר בויען גרעסערע דירות, ווייל אזוי לוינט זיך עס נאך אביסל. מה שאין כן קלענערע דירות זוכט מען נישט צו בויען, ווייל עס לוינט נישט (עס פארלאנגט עקסטערע קיטשען, טוילעטס, וכו').

מאכט נישט קיין טעות! עס איז נאך אלץ א גרויסע אויפטו! ווער עס געדענקט נישט, די נייע דעוועלאפמענטס וואס האט אנגעהויבן ארויסקומען פאריאר זומער, בעפאר מהר"א האט גערעדט, האט שוין געבעטן 1.2 פאר א 8 רום, יעצט וועט מעגליך זיין צו באקומען פאר ארום 850K. דאס אלעס איז ווי געזאגט די נייע דעוועלאפמענטס וואס וועט ארויפקומען און וועט זיין גרייט אין אפאר יאר ארום, און מ'דארף אראפלייגן צווישן 150K און 250K דעפאזיט, נאך איידער מ'לייגט אריין דעם ערשטן שאוועל אין דער ערד!

דירות וואס איז גרייט צו מופן איז דא אפאר איבערגעבליבענע אין עיקערס ענקלעיוו און שכונת ויואל משה וואס פליפערס טרייען נאך אויסצוקעשן וויפיל ס'איז מעגליך, אבער ווייטער בעיקר נאר גרעסערע דירות.

די איינציגסטע פלאץ וואו מ'קען נאך עכט באקומען יעצט קלענערע דירות איז "עיקערס פוינט", וואס ענדיגט יעצט אסאך קלענערע דירות און ס'איז גרייט צו מופן.

די פראבלעם איז אז פאר א גרעסערע דירה זע איך נישט וויאזוי ס'איז שייך מיט די יעצטיגע הויכע רעיטס, הגם איך וואלט זייער געוואלט.

בקיצור, דאס איז מיין אבזערוואציע אויף די מארקעט כעת עתה. וויל קיפ יו פאסטעט...
העכסטער
פרישער באניצער
פאוסטס: 41
זיך איינגעשריבן: זונטאג יאנואר 05, 2025 3:27 pm
Location: מאנרא
x 38

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך העכסטער »

ישר והפך האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 27, 2025 7:43 pm. איך האלט אז איינער וואס האט אוועקגעלייגט אפאר דאלער פאר א דאון-פעימענט איז יעצט די צייט אריינצושפרינגען און כאפן עפעס, בעפאר די מארקעט וועקט זיך צוריק אויף.
עס לוינט נישט ענדערש צו ווארטן נאך אביסל עס זאל טראסקען אביסל מער?
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3796
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 4867

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך שמח »

ישר והפך האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 27, 2025 7:43 pm איך בין א בייער וואס זוכט צו קויפן א קלענערע דירה אין קרית יואל. אין די לעצטע פאר וואכן האב איך מיר אביסל אומגעקוקט אויף די מארקעט.

די מציאות אויפ'ן גראונד יעצט אויף די מינוט איז אז עס הערשט א שטיקל פויזע. מענטשן האבן מורא צו קויפן ווייל מען ווייסט נישט די עכטע פרייז פון א דירה. איך האלט אז איינער וואס האט אוועקגעלייגט אפאר דאלער פאר א דאון-פעימענט איז יעצט די צייט אריינצושפרינגען און כאפן עפעס, בעפאר די מארקעט וועקט זיך צוריק אויף.

למעשה האב איך געזען אזוי. די נייע "300 א ס"פ" דעוועלאפמענטס איז דערווייל נאך זייער פארנעפלט. די בילדערס וועלכע האבן עס שוין ארויסגעלייגט רופן אן מענטשן פערזענליך וועלכע האבן זיך איינגעשריבן. די סקווער פיס וואס ווערט אנגעגעבן (2800 פאר א 8 רום, 2200 פאר א 6 רום) איז בערך 3-4 הונדערט ס"פ מער ווי מ'פלעגט ביז היינט אנגעבן פאר די זעלבע סייז אפארטמענטס. ווי אויך קוקט אויס אז זיי ווילן בעיקר נאר בויען גרעסערע דירות, ווייל אזוי לוינט זיך עס נאך אביסל. מה שאין כן קלענערע דירות זוכט מען נישט צו בויען, ווייל עס לוינט נישט (עס פארלאנגט עקסטערע קיטשען, טוילעטס, וכו').

מאכט נישט קיין טעות! עס איז נאך אלץ א גרויסע אויפטו! ווער עס געדענקט נישט, די נייע דעוועלאפמענטס וואס האט אנגעהויבן ארויסקומען פאריאר זומער, בעפאר מהר"א האט גערעדט, האט שוין געבעטן 1.2 פאר א 8 רום, יעצט וועט מעגליך זיין צו באקומען פאר ארום 850K. דאס אלעס איז ווי געזאגט די נייע דעוועלאפמענטס וואס וועט ארויפקומען און וועט זיין גרייט אין אפאר יאר ארום, און מ'דארף אראפלייגן צווישן 150K און 250K דעפאזיט, נאך איידער מ'לייגט אריין דעם ערשטן שאוועל אין דער ערד!

דירות וואס איז גרייט צו מופן איז דא אפאר איבערגעבליבענע אין עיקערס ענקלעיוו און שכונת ויואל משה וואס פליפערס טרייען נאך אויסצוקעשן וויפיל ס'איז מעגליך, אבער ווייטער בעיקר נאר גרעסערע דירות.

די איינציגסטע פלאץ וואו מ'קען נאך עכט באקומען יעצט קלענערע דירות איז "עיקערס פוינט", וואס ענדיגט יעצט אסאך קלענערע דירות און ס'איז גרייט צו מופן.

די פראבלעם איז אז פאר א גרעסערע דירה זע איך נישט וויאזוי ס'איז שייך מיט די יעצטיגע הויכע רעיטס, הגם איך וואלט זייער געוואלט.

בקיצור, דאס איז מיין אבזערוואציע אויף די מארקעט כעת עתה. וויל קיפ יו פאסטעט...
כ'האב הנאה דו זאגסט אז דו ביסט א ''בייער'' וד''ל...

עני וועי זאלסט האבן הצלחה און טרעפן דאס בעסטע!
---------------------------------------------------------------------------------
יעדער איינער נעמט א חלק
--------------------------------------------------------------------------------
חכם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 188
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:59 pm
x 90

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך חכם »

@דער תהלים איד איז ריכטיג אז די דעפאזיט איז צוויי מאות?? אויב יא, וואס איז די אויפטו? די מעדזשאריטי עולם קען זיך ווייטער נישט ערלויבן צו קויפן א דירה
חכם הוא להטב!

וזאת למיודעי, אלע איבעריגע פינטלעך אין מיינע פאוסטס איז לאוו דווקא, עס האט זיך אויסגעגאסן א שאכטל פינטלעך אויף מיין שרייב טישן, און שוין...

אה דו האסט אויך באמעטדי מיסטעיקס אין מיין אינטערשריפט? גיי ווייטער.
שרייב פאוסט