גרוסן פון אונזערע היימישע פארטרעטערס אין אלבאני
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1699
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 6442

ב"ה.
ווי ס'זעהט אויס וועט זיין נייעס פון דארטן מער ווי אמאל.
סא אנשטאט מען זאל יעדע מאל דארפן זיך ברעכן קאפ אין וועלכער טעמע עס באלאנגט לאמיר עפענען איינס ספעציעל פאר דעם.

Re: גריסן פון אונזערע היימישע פארטרעטער אין אלבעני
בילד: אלבאני - די 4 היימישע ניו יארק סטעיט אסעמבלי מעמבערס אינעם ערשטע טאג פון די נייע סעסיע, ר׳ אהרן בן ציון ווידער (מאנסי), ר׳ שמחה אייכענשטיין (בארא פארק), ר׳ קלמן יעגער (פלעטבוש), און ר׳ שמואל בערגער (קווינס).
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1699
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 6442
Re: גריסן פון אונזערע היימישע פארטרעטער אין אלבעני
אלבאני - אין דער ערשטע טאג וואס דער היימישער אסעמבלימאן ר׳ אהרן בן ציון ווידער הי"ו וואס פארטרעט די 97׳סטע דיסטריקט איז אנגעקומען קיין אלבאני, האט ער שוין נישט געשווענדט קיין צייט, נאר באלד נאכן איינשווערונג צערעמאניע האט ער זיך ארויסגעלאזט צווישן די קארידארן פונעם סטעיט אסעמבלי צו אנהייבן אנקניפן באציאונגען מיט די אנדערע אסעמבלי מיטגלידער צו קענען אויפטוען פאר כלל ישראל.
איינע פון די מעמבערס מיט וועמען ער איז אריין אין א שמועס איז געווען דער רעפובליקאנער סקאט בענדעט וואס פארטרעט די 107׳טע דיסטריקט, אזוי שמועסנדיג האט אים בענדעט גלייכצייטיג פארציילט אז ער איז א איד. ר׳ אהרן בן ציון האט נישט געטראכט קיין צוויי נאר אים באלד אנגעבאטן צו אנטוהן תפילין, בענדעט האט אנגענומען דעם פארשלאג און מיט א אידישע ברען געזאגט די ברכות און אנגעטאן די הייליגע תפילין.
(Photo Credit: Monsey Sccop)

Re: גרוסן פון אונזערע היימישע פארטרעטער אין אלבעני
ר' אהרן בנציון ווידער, ר' שמחה אייכנשטיין, און ר' קלמן יעגער זענען געקומען מנחם אבל זיין די וויזשניץ מאנסי רבי וואס איז געזעצן שבעה אויף זיין רעבעצין, און באגלייטונג פון ר' אלי פינקעסאוויטש מעיאר פון כתר ווילידזש.
Re: גרוסן פון אונזערע היימישע פארטרעטער אין אלבעני
נישט ממש אלבעני אבער יא א שטיקל היימישע פאטרעטער
ארטאדאקסישע אידישע פרוי ערוועלט צו ערפילן זיץ אין מערילענד סטעיט סענאט, צום ערשטן מאל אין אמעריקע
באלטימאר - די צענטראלע דעמאקראטישע קאמיטע פון באלטימאר האט אפגעהאלטן אן אפשטימונג צו אויפנעמען א נייע סטעיט סענאטאר פאר די 41׳סטע דיסטריקט אין באלטימאר, נאך וואס פרוי קארטער וואס האט ביז יעצט געדינט אויף דעם זיץ האט רעזיגנירט צו ערפילן א העכערע פאזיציע.
אין א 5 קעגן 3 אויסקום איז דער ארטאדאקסישע אידישע מעמבער פון די סטעיט לעגיסלאטור פרוי עטר אויסדערוועלט געווארן צו ערפילן דעם זיץ, זי איז די ערשטע ארטאדאקסישע פרוי צו דינען אין א סטעיט סענאט אין די אמעריקאנער היסטאריע.
פרוי עטר איז אויפגעוואקסן אין באלטימאר אין א פרומע ספרדי'שע פאמיליע, זי האט געלערנט אין די ארטיגע בית יעקב שולע און פירט א ארטאדאקסישע אידישע לעבנס שטייגער.
זעמל אידישע נייעס וואס איר זעהט נישט אין ערגעץ

- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2688
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 6246
Re: גרוסן פון אונזערע היימישע פארטרעטער אין אלבעני
פאר א סיבה איז זי די ערשטע... אין ספרי שטייט "מכאן אמרו, האיש ממנים פרנס על הציבור, ואין ממנים האישה פרנסת על הצבור". דער רמב"ם פסקנט עס להלכה. עס איז אגב גוט צו וויסן אז די גדולי ארה"ק האבן גע'אסר'ט די בחירות נישט דוקא מטעם ציונות, נאר מטעם בחירת נשים.
Re: גרוסן פון אונזערע היימישע פארטרעטער אין אלבעני
ווי איז שייך די איסור פון בחירת נשים פאר חרדישע אידן זיי וועלען דאך נישט פאר א פארטיי ווי א פרוי לויפט ?Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 22, 2025 8:19 pmפאר א סיבה איז זי די ערשטע... אין ספרי שטייט "מכאן אמרו, האיש ממנים פרנס על הציבור, ואין ממנים האישה פרנסת על הצבור". דער רמב"ם פסקנט עס להלכה. עס איז אגב גוט צו וויסן אז די גדולי ארה"ק האבן גע'אסר'ט די בחירות נישט דוקא מטעם ציונות, נאר מטעם בחירת נשים.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1699
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 6442
Re: גרוסן פון אונזערע היימישע פארטרעטער אין אלבעני
ר' אהרן בנציון ווידער האט היינט באוויזן צו האלטן דעם גאנצן סענאט געפלעפט ביי זיין רעדע פון געציילטע מינוט.
ער האט אראפ געלייגט וואס אוישוויץ מיינט פאר אונז און פאר יעדן,
און ער האט דערציילט א מעשה פון זיין זיידע, ר' יונתן פארקאש, אז ווען ער איז געווען באזוכן אוישוויץ יארן צוריק האט ער פארדעם נישט דערציילט פאר זיין זיידע און באבע אז ער פארט, אבער בשעת'ן באזוך האט ער אנגערופן זיין זיידע זאגן אז ער איז יעצט אין אוישוויץ, האט אים זיין זיידע געענטפערט "גיב אכטונג, עס איז א געפארפול פלאץ", און נאכדעם האט זיין זיידע אים געבעטן "אז דו ביסט שוין יא דארט, זאג זיי, אז יונתן האט איבערגעלעבט," האט ער אויסגעשריגן דארט אפאר מאל "יונתן האט איבערגעלעבט" העכער און העכער,
און אזוי האט ער מסביר געווען דארטן פאר די סענעטארן וואס דאס האט געמיינט פאר אונזערע עלטערן, און וויאזוי זיי האבן וואונדערליך צוריק אויפגעשטעלט הערליכע דורות נאכן קריג.
זער עולם איז טיף באיינדרוקט געווארן דארטן, און ווי ר' אהרן בנציון דערציילט, הערט נישט אויף צוצוקומען סענעטארן פון אלע זייטן, און זאגן אים ווי שטארק זיינע ווערטער האט זיי איבערגענומען.

Re: גרוסן פון אונזערע היימישע פאליטיקאנטן
ניו דזשערסי אסעמבלי פירט אריבער געזעץ פון אסעמבלימאן שנאלל צו פארגרינגערן קאנסטרוקציע אינספעקציעס
טרענטאן - אין א גרויסע געווינס פאר אידן וואס זענען איו די קאנסטרוקציע אינדוסטריע אין ניו דזשערסי האט די סטעיט אסעמבלי באשטעטיגט מיט א 70 קעגן 5 מערהייט א געזעץ ארויפגעברענגט דורך אסעבלימאן ר׳ אבי שנאלל פון לעיקוואוד, וואס וועט פארגרינגערן דעם פראצעס פון אריבערגיין אן אינספעקציע ביי בוי פראיעקטן, און שפארן צייט און געלט פאר קאנטראקטערס.
יעדער וואס איז פארמישט אין א בוי פראיעקט ווייסט אז איינע פון די פראבלעמען איז די לאנגע צייט וואס מען קען ווארטן אויף א אינספעקטאר צו אנקומען, מען קען אמאל ווארטן ביי א קאנסטרוקציע זאנע פאר לאנגע שעות אין טאג ביז דער אינספעקטאר באווייזט זיין געזיכט.
די נייע געזעץ טוהט פארלאנגען פון די אינספעקטארס צו נישט נאר געבן א דאטום ווען די אינספעקציע וועט פארקומען נאר אויך וועלכע צייט אין טאג, זיי וועלן דארפן געבן א צוויי און א האלב שעה צייט פארעם ווען זיי וועלן קומען און נאר דעמאלט וועט מען דארפן דארט זיין.
זעמל

ר' אהרן בן ציון ווידער באזוכט ביי גדולי ישראל אין ארה"ק
Re: גרוסן פון אונזערע היימישע פארטרעטער אין אלבעני
בחורים פון ישיבת הרי בשמים סטרי האבן באקומען א ספעציעלע טור פון דעם היימישען אסעמבלימאן ר' אהרן בן ציון ווידער איבער אלעס ארום דעם אסעמבלי
Re: גרוסן פון אונזערע היימישע פארטרעטער אין אלבעני
אגב, מ'קען הערן אויף קול מבשר א אינטערוויו מיט ר' יונתן פארקאש שיחי' וויאזוי ער האט איבערגעלעבט די קריגשינאווער האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 28, 2025 7:00 pm ר' אהרן בנציון ווידער האט היינט באוויזן צו האלטן דעם גאנצן סענאט געפלעפט ביי זיין רעדע פון געציילטע מינוט.