► Show Spoiler
שינאווער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 09, 2025 3:20 pm
daikin האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 09, 2025 1:58 am
שינאווער האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 08, 2025 4:32 pm
@daikin
איך וואלט אייך געוואלט פרעגן א קשיא, אבער איך בעט דיר נעם עס נישט פערזענליך.
בערך ווען זענט איר געווארן א וויזניצער חסיד?
די פרעגסט א פערזענליכע שאלה וואס פארלאנגט אן אייגענע אשכול פאר זיך אליין.
אבער א וויזניצע בין איך קדוש מרחם דאס גייט שוין צוריק דורות.
און אז מ'רעדט שוין, זעה איך נישט קיין שייכות צווישן די צוויי פאראגראפן.
אזווי די אשכול איז א פלאץ צו דן זיין אלעס ארים די פייער דיפארטמענט/מצילי אש!
און די אחראים האלטן און איין בעטן, מען זאל נישט פארדרייען די שמועס, און מען זאל נישט ג׳יין פירסאנאל, קעגן/וועגן א מענטש:
האב איך דיר געזאגט וואס איך האב צוזאגען און ביטע נישט ממשיך זיין אויף אן אופן פרטי ס׳איז בכלל נישט נוגע איך וויל נאר ארויסברענגען פאר ווער ס׳האט אביסל א ברייטע קאפ און קען פארשטיין א צוויטען זאל קענען אלע פרטים ארים און ארים:!!
בנוגע מיינע אלטע תגובות: איך מעק זיי נישט אויס, ווייל איך לעב מיט די עבר זיך צו לערנען אויף להבא, און ווען איך מאך א מיסטעיק וועל איך נישט פארגעסן פון די מיסטעיק נאר אדרבה איז חזר׳ן און זיך לערענען פון וואס דאס איז געקומען.
לעניננו: אזווי איך האב שוין געשריבן און די פארגאנגען הייט, איך קען גוט ר׳ יחזקאל, און אנהייב איך האב נאר געזעהן איין צד אויף די גאנצע מערכה:!
איי וויזניץ? וואס האלטן אונז האב איך נישט פארשטאנען??
איך האב זייער גוט פארשטאנען פארוואס די רבי קען נישט זיין עומד בראש המערכה. אזווי ער איז נישט עומד בראש פון הצלה. זיין טאטע האט געהאט א
(דעת יחידאה לאמיר עס אזוי ריפען) בנוגע פיקוח נפש בשבת, זיין טאטע האט עס אויך נישט ארויף געצווינגען אויף א צווייטען ע״כ.
אבער אז יענער זאל פירן אן הצלה אויסגעהאלטן מיט ערענסטע רבנים, האט ער קיינמאל קיין פראבלעם נישט געהאט. והוא הדין לגבי מצילי אש :
אין איך האב נישט פארשטאנען ווען מען האט געפייט מ״א ווייל וואס האט דאס מיט אונז.!
און די אלע מענטשן וואס האבן יא געפייט. האב איך געהאלטן זענען סתם מענטשן משולי הקהלה, וואס האבן פריוואטע אנדשענדס, וואס זיי פארפירן און דרייען א קאפ.
עד שבא דרשת הרב ר׳ ל.י.ה. וגילה שזהו עכשיו שיטת רבינו, מצילי אש איז א חורבן פארן עתיד פון כלל ישראל. און ער איז מסביר דארט בטוב טעם ודעת פאר ווער עס וויל פארשטיין.
און נאכאלץ האב איך נישט פארשטאנען וואס איז דאס אנדערש פון הצלה, וואס אונז קענען שטיין פון די זייט און נישט העלפן און נישט שטערן.!
ביז איך האב געהערט וואס דא איז געוועהן די היסטוריה:! בנוגע ארבעטן פון אינעוויניג, איך האב געשריבן אסאך אבער נישט גענוג ווייל איך האב נישט געוואלט מטריח זיין די אחראים אבער אויב וויל מען איז נאך דא אסאך אינפארמעטשן וואס ס׳איז אלס געוועהן ביי אסיפות הרבנים מיט ר׳ יחזקאל און ער האט געגעבן געוויסע עצות נאכדעם האט ער צוריק געצויגן……......
איך וויל נישט רעדן פון יענע ענינים מער, ווייל די עולם איז נישט דא צו הערן יענעם. און ס׳וועט ג׳יין זייער פירסאנעל אויף מענטשן פון ביידע זייטען!!
איין זאך וויל איך מסיים זיין: אונזער רבי איז אן איש "אמת" און אמתע בעל אחריות, ער טוהט נישט קיין ווילדע זאכן. ער וועט אלס אויסהערן אלע צדדים און ניצן זיין שכל הישר און דעת תורה הברורה אויף צו פסקענען את המעשה אשר יעשון, און ער וועט נישט טוישן זיין מהלך פאר שוועריקייטן אינמיטן וועג, ער וועט עס אנהאלטן מיט אן עזות דקדושה.
אבער א גרויסע אבער: ער איז אן איש "אמת" און אויב ער פארשטייט אז פאר די תכלית פון די ענין, זאל ער טוישן זיין מיינונג וועט ער אויך עס טוהן, ער מיינט
נישט זיך זיין
איגאו זיין
כבוד ער מיינט דעם
אמת און די
רבש״ע
שמעתי אז די רבי האט שוין געלאזט הערן פאר זיינע ארימיגע. ער מיינט אז פאר די תכלית פון די ענין. זאל ער זיך ארויסצוען פון די נושא אזווי הצלה.
איך וויל נישט רעדן מער, און איך בעהט אז דער עולם זאל נישט פירן די שמועס ווייטער אויף א וועג אז די אחראים זאלן דארפן מעקן און ארבעטן שווער.! ייש"כ!!
א גרינגען תענית............