דיעטע דורך יא עסן (בלתי מוגה)

געזונטע שמועסן און ידיעות
קלארערהייט
ניי צום טיש
פאוסטס: 9
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 18, 2024 7:15 am
Location: usn
x 71

דיעטע דורך יא עסן (בלתי מוגה)

פאוסט דורך קלארערהייט »

אזוי ווי אסאך מאנשי שלומינו, פרוביר איך אויך אסאך מאל צו פארבעסערן מיין וועג פון עסן און אפפאלן וואג. איך פרוביר און פרוביר און אלס דריי איך זיך ארום די זעלבע פאר פונט.
איך וויל דא מיטטיילן אביסל פון מיינע געדאנקען, אפשר וועט עס זיין א הילף פאר מיר אראפצופאלן אביסל.
[עס איז געשריבן מכל הבא ליד]
========================
וואס וויל איך אויסשמועסן.
א. דער עיקר איז צו עסן פאר די גוטע סיבות און נישט פאר די נישט ריכטיגע סיבות.
ב. טראכטן אסאך פון דייעט מאכט דעם מענטש עסן. פארוואס?
ג. אסאך מענטשן וועלן זיך אלס ארומדרייען ארום די זעלבע וואג מער ווייניגער. פארוואס איז דאס אזוי? 1. א פיזישע סיבה. 2. א עמאשינעל/מחשבה סיבה
=====================
פארוואס וויל איך לייגן א דגוש אויף עסן פאר די ריכטיגע סיבות?
ווייל איך זעה אז סתם "ארבעטן" צו פארבעסערן די דייעט ארבעט נישט, א מענטש איז נישט גרייט זיך "איינצוהאלטן" פון עסן ווען זיין מח זאגט אים, אה, דאס איז גוטע גוטע עסן. זיך איינצוהאלטן פשוט ווייל עס איז נישט געזונט אדער ווייל עס גייט צולייגן פונט, איז זייער שווער פאר א מענטש. ווען א מענטש וויל עפעס און ער האלט זיך איין פשוט ווייל מען מעג נישט, פילט ער ווי מען האלט אים איין און ער האט א שטעקן איבער זיך וואס האלט אים צוריק. דאס מאכט אז דער מענטש זאל "אנטלויפן" פון דער שטעקן און יא עסן.

משא"כ האף איך אז ווען איך וועל זיך צוריק האלטן פון עסן נישט ווייל איך מעג נישט נישט ווייל אויב עסטו דאס וועטזיין געפערליך. נאר איך וועל פארשטיין טאון פילן אז דער עסן פעלט מיך נישט אויס, דער עסן איז נישט גוט פאר מיך. דאן וועט עס אנקומען אסאך לייכטער.
און וויאזוי וויל איך אנקומע דערצו? דורך "יא" עסן.
  • יא עסן פאר די ריכטיגע סיבות
    יא עסן ווייל עס געבט כח
    יא עסן ווייל עס פעלט אויס
    יא עסן ווייל עס איז א גוטע זאך
    יא עסן ווייל אזוי וועל איך געזונט לעבן בעז"ה
    יא עסן ווייל עס איז גוט און בא'טעמ'ט
    יא עסן, ווייל עס וועט מיך מאכן גוט פילן נאכדעם
הקיצור איך וויל ווערן פארנטמען מיט "יא" עסן, און נישט מיט נישט יעסן.
יא עסן, געבט חשק און חיות, נישט עסן איז נישט אזוי....
=======================================
2 מיני צוגענג צו דייעט
וויאזוי גייט מען אויף דייעט?
עס זענען דא צוויי מיני דייעטס. 1, מען האלט חשבון וויפיל מען עסט.
2, מען עסט אויפן גוטן וועג פאר די ריכטיגע סיבות. מען קומט אן דערצו אז דער מענטש הערט אויף זיך אנצועסן אדער עסן איוף כדי זיך גוט צו פילן.
================
הרהורי הלב

פארוואס עסט א מענטש ?
לאמיר אויסרעכענען עטליכע סיבות פארוואס א מענטש עסט,
א] אויפן געזונטן אופן,
פארוואס עסט א דארער מענטש וואס עסט נאר וויפיל ער דארף און וואס ער דארף ?
ער עסט אויף צו האבן כח, ווען מען עסט נישט איז מען אפגעשוואכט
[ער עסט אויף צו לעבן, א מענטש מוז עסן כדאי צו לעבן]

ב] צו פילן גוט,
ער פילט גוט ווען מען עסט,
וואס איז דער גוטע פילינג ?
עס זעט מיר אויס אזוי, כדי אז א מענטש זאל עסן וויפיל ער דארף,
האט דער אייבערשטער געמאכט אז ווען ער דארף עסן פילט א מענטש הונגעריג, דהיינו עס נאגט אים און ער פילט אומבא'טעמ'ט, און ווען ער עסט פילט ער גוט ער פילט רואיג און זאט,
דער גוטע פילינג פון רואיגקייט און זאטקייט באקומט מען אויך ווען מען עסט איבערן מאס, און א מענטש זיכט דאך צו גוט פילן, וועגן דעם וועט א מענטש עסן אפילו מער ווי וואס ער דארף, ווייל ער וויל פילן דעם גוטן פילינג פון זאטקייט און רואיגקייט,

ג] ווייל ער האט א פחד אז אפשר האט ער נישט גענוג געגעסן, אזויווי אויסגעשמועסט פריער, איז דא א פשוט'ע סיבה צו עסן, דאס איז כדאי צו האבן כח און זיין געזונט און אנגיין מיטן לעבן, מאכט זיך ביי אסאך מענטשן אז זיי עסן מער וויפיל זיי דארפן, ווייל זיי האבן א פחד 'אפשר האב איך נישט גענוג געגעסן' און אויב האבן זי נישט גענוג געגעסן וועלן זייד אך זיין שוואך, דעריבער עסן זיי און עסן עד שיצא הספק מלבם,

ד] מען האט מורא אז "שפעטער" וועל איך הונגעריג זיין
מענין לענין איז דא וואס עסן ווייל זיי האבן מורא אז זיי וועלן שפעטער זיין הונגעריג,
ער ווייסט אז ער האט שוין גענוג געגעסן פאר יעצט ער זעט נישט צו פילן גוט יעצט אבער מיט דעם אלעם עסט ער ווייל ער האט א פחד אז אפשר אין אפאר שדעה ארום וועט ער זיין הונגעריג,

ה] איך האב מורא אז שפעטער וועל איך זיך נישט קענען איינהאלטן
ומענין לענין קען אמאל זיין אז ער האט נישט אזוי ווייט מורא פון דער הונגער פון שפעטער,
נאר ער האט מורא אז שפעטער וויבאלד וואס ער וועט זיין הונגעריג וועט ער זיך איבערעסן און דאס וויל ער דאך נישט, וועגן דעם עסט ער זיך גוט אן יעצט, כדי ער זאל נישט צוקומען זיך איבער צו עסן שפעטער!

ו] ער האט נישט קיין כח צו די "צמצום" פון נישט עסן

ז] ער האט נישט קיין כח צו די ספיקות, 'וועל איך זיך אנהאלטן יעצט אדער נישט' ?

וואס דארף איך טון?
זיך איינגעוואוינען זיך שטענדיג צו פרעגן, פארוואס עס איך יעצט ? אפשר וועט עס מיך העלפן אז מיט די צייט וועט איך זיך אויטאמאטיש מער איינהאלטן פון זיך איבערעסן

ולה' הישועה
אויב ווילט איר באקומען נאך מאמרים אויף שלום בית שיקט אריין א request צו nuchem10950@gmail.com
זאנוויל ראזענבערג
פרישער באניצער
פאוסטס: 33
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 7:55 pm
x 105

Re: דייעט דורך "יא עסן" [בלתי מוגה]

פאוסט דורך זאנוויל ראזענבערג »

קלארערהייט האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 01, 2025 12:24 pm פארוואס עסט א מענטש ?
לאמיר אויסרעכענען עטליכע סיבות פארוואס א מענטש עסט,
א] אויפן געזונטן אופן,
ב] צו פילן גוט,
ג] ווייל ער האט א פחד אז אפשר האט ער נישט גענוג געגעסן
ד] מען האט מורא אז "שפעטער" וועל איך הונגעריג זיין
ה] איך האב מורא אז שפעטער וועל איך זיך נישט קענען איינהאלטן
ו] ער האט נישט קיין כח צו די "צמצום" פון נישט עסן
ז] ער האט נישט קיין כח צו די ספיקות, 'וועל איך זיך אנהאלטן יעצט אדער נישט' ?
פשי א הערליכע ליקוט שיין צולייגט.
כמיין דער עיקר פעלט.
פארוואס עסט א מענטש? ווייל ער האט ליב די מאכל. ווייל ער האט א תאוות אכילה. און צו דעם האב איך נישט די עצה...
קלארערהייט
ניי צום טיש
פאוסטס: 9
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 18, 2024 7:15 am
Location: usn
x 71

Re: דייעט דורך "יא עסן" [בלתי מוגה]

פאוסט דורך קלארערהייט »

זאנוויל ראזענבערג האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 8:38 am
קלארערהייט האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 01, 2025 12:24 pm פארוואס עסט א מענטש ?
לאמיר אויסרעכענען עטליכע סיבות פארוואס א מענטש עסט,
א] אויפן געזונטן אופן,
ב] צו פילן גוט,
ג] ווייל ער האט א פחד אז אפשר האט ער נישט גענוג געגעסן
ד] מען האט מורא אז "שפעטער" וועל איך הונגעריג זיין
ה] איך האב מורא אז שפעטער וועל איך זיך נישט קענען איינהאלטן
ו] ער האט נישט קיין כח צו די "צמצום" פון נישט עסן
ז] ער האט נישט קיין כח צו די ספיקות, 'וועל איך זיך אנהאלטן יעצט אדער נישט' ?
פשי א הערליכע ליקוט שיין צולייגט.
כמיין דער עיקר פעלט.
פארוואס עסט א מענטש? ווייל ער האט ליב די מאכל. ווייל ער האט א תאוות אכילה. און צו דעם האב איך נישט די עצה...
יישר כח פאר דיין הערה.

ביטע זיי מיר מסביר וואס דו מיינסט, איך האלט אז יעדע "פשוטע תאוה" האט א מחשבה אונטער דעם.
וואס איז די פשט פון "איך האב ליב דעם מאכל" . מענטשן עסן זיך איבער נישט דוקא מיט גוטע זיסע עסן, מען עסט זיך איבער מיט פשוטע מאכלים אויך, איז דאך פשט אז מען עסט ווייל "מען וויל עסן"
איז ביטע פרוביר מיר מסביר צו זיין וואס ליגט אונטער די תאוה פון, "ער האט ליב די מאכל. ווייל ער האט א תאוות אכילה." כלשונך.

איך האלט אז עס איז זייער וויכטיג, ווייל נאר נאכדעם קען מען צונעמען די ריכטיגע צוגאנג וויאזוי צו אנולירן דעם תאוה
אויב ווילט איר באקומען נאך מאמרים אויף שלום בית שיקט אריין א request צו nuchem10950@gmail.com
שרייב פאוסט