בארואיגט אייך אונזער שטאט מונסי האט איין זאך מער ווי אלע אנדערע שטעט האבן,totty2024 האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 29, 2024 2:34 pm מדארף זיך באמת רייבן די אויגן צי כאפן וואס דא גייט פאר אין אונזער מאנסי
מרעדט נישט פון קיין מחלוקת הפוסקים ווי למשל עירוב אין וו"ב וואס די סברות זענען דא אויף ביידע זייטן און קיינער האלט נישט אז די מתירים זענען מחללי שבת במזיד
מרעדט ניטאמאל פון א נייע זאך וואס זאל הייסן א מעגליכע פירצה למשל ווי שבת עלאוועיטארס וכדומה
ניין מרעדט פון אפענע חילול שבת דאורייתא בפרהסיא פונקט ווי די אמאליגע משומדים און משנאי השם אין אייראפא און פונקט ווי אמעריקא אין די אמאליגע שווערע צייטן מיט אריבער 100 יאר צוריק
מרעדט ליידער פון שוואכע אוועקגעפאלענע נשמות אנשים ונשים בלי צניעות וואס בלויז צי קוקן דערויף איז א איסור דאורייתא פון ולא תתורו
און מדארף דא אנפולן בלעטער דאס ממתיק צי זיין מיט אלע סארט באבע מעשיות? און גאר אראפרייסן די וואס ווילן בלייבן שומרי שבת כהלכתה און קענען רופן מצילי אש מיט א רואיגקייט אז עס ווערט געטוהן אלעס כהלכתה??
און מדארף אפילו פארשווייגן דאס ארעסט פון א אומשולדיגע אינגערמאן פארן חטא פון ציהעלפן שמירת שבת אין די שטאט?
איך גלייב נישט וואס מיט אונזער דור איז געשעהן נעבעך
וואלט איינער דאס געחלומט מיט 20 יאר צוריק??
"דא איז דא א הנהגה!"
איך ווייס ק״י איז ביזי נאר זיי האבן הנהגה וויל איך ֶדיר מודיע אז מונסי האט גאר א שטארקע אין שיינע הנהגה וואס איז נישט דיקטארטוריש ווי אין אנדערע פלעצער נאר דאס איז אדורך א וועד הרבנים פון שטאט פון אלע קהלות וואס זיצן כסדר אויף אסיפות און מען איז דן כל דבר הגדול כקטן אין שטאט
יעדער רב האט זיין מיינונג אין מען רעכענט זיך מיט אלע רבנים צוגלייך, און מיט די כח פון אחדות און שלום האט מונסי דערגרייכט גאר אסאך זאכן, ווי למשל לעצטענס האט די מונסי וועד הרבנים מסדר געוועהן א גט וואס גאנץ כלל ישראל האט מיטגעהאלטן וואס פאר א פרשה דאס איז געוועהן און פרשת העירוב וואס איך האב שוין געשריבן ועוד ועוד וואס נישט אלס קען מען אויסרעדן ברבים
אויך וויל איך דערמאנען די געטרייע שליחי דרבנן די מזכיר וועד הרבנים און עס קומט זיך איהם אסאך קרעדיט אויף אלס וואס מונסי פארמאגט
איך האף מען וואט מיר נישט פארשטיינערן (אדיר פארמעקן) פארן שרייבן די אמת
[נישט פארשטיינערט, נישט פארמעקט, אבער יא גע'עדיט]