
בצל הקודש

סאטמאר מהר"א
=מיטוואך כי תצא=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף ייטב פנים בהנהלת הר"ר חיים לייב זילבערשטיין שליט"א.
דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומדה"ק פון זקינו הגה"ק בעל ייטב לב זי"ע.
דער רבי האט געבלאזן שופר, און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, און עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל הר"ר חיים לייב שליט"א,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע בחורים,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די חשיבות פון עוסק זיין בתורה און מיט דעם זיך צוצוגרייטן צו די הייליגע טעג, און דער רבי האט ארומגערעדט איבער די גדלות וצדקות פונעם בעל הילולא זי"ע און וואס דאס איז מחייב פאר די בחורים, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
ארום 4:00 אזייגער האט זיך רבינו שליט"א ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין מאנסי,
ארום 4:30 האט מען אנגעהויבן קבלת קהל בחדרו הפרטי אין ביהמ"ד הגדול, במשך די זמני כניסה זענען אריין הונדערטער אידן אנשי שלומינו זקנים עם נערים לברך ולהתברך בפתקא ופדיון לקראת די ימים נוראים הבעל"ט.
בעת די זמני כניסה איז אריין הגה"צ אב"ד ור"מ מאנסי שליט"א אינאיינעם מיט די רבני וועד החינוך פון קהלתינו הק' ווי מען איז איבערגעגאנגען די פרישע תקנות וגדרים וואס מען האט באשטימט ביים אסיפה פאר אלע נשים צדקניות פון קהלתינו הק' מיט עטליכע חדשים צוריק,
דער רבי האט עס איבערגעקוקט בכובד ראש און דערנאך גע'חתמ'עט די תקנות בחתימת יד קדשו.
ארום 8:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה,
דער רבי האט געצינדן לעכט און איז צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומדה"ק פון זקינו מרן הגה"ק בעל ייטב לב זי"ע.
נאך מנחה ארום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען אין היכל הביהמ"ד צום עריכת שלחן הטהור לרגל די יומדה"ק,
נאך די פיש האט דער רבי מסיים געווען ש"ס וועלכע איז געלערענט געווארן דורך די חברי הקהילה און דער רבי האט געזאגט די קדיש,
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט די סעודה, במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני התעורורות,
מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הרה"צ רבי אהרן טייטלבוים שליט"א - אב"ד סיגוט מאנסי בן הגה"צ אב"ד סאטמאר 15עוו. שליט"א,
ארום 9:20 האט דער רבי אנגעהויבן די דברות קודש ודברי הדרכה פאר אנשי שלומינו אין מאנסי,
דער רבי האט צום ערשט ארומגערעדט לענגערע דברי אגדה ומוסר במשנתו של בעל הילולא ודברי הכנה לימים נוראים הבעל"ט,
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט בדברי שבח פון קהלתינו ומוסדותינו הק' אין מאנסי וואס איז ב"ה לעילא ולעילא, און שטייגט בכמות ובאיכות אונטער די הדרכה פונעם חשוב'ן רב שליט"א ואתו עמו חשובע און געטרייע עוסקים במלאכת הקודש וואס ארבעטן שווער לרומם קרן הקהילה והמוסדות און בויען בנינים במסירות נפלאה מיט א שנעלקייט שלא כדרך הטבע,
און דערביי האט דער רבי מעורר געווען נישט אוועקצושיקן די בחורים אין אנדערע ישיבות וואס דאס ברענגט אז צום סוף קומט מען אן קיין ארץ ישראל, וואס די פראבלעמען פון שיקן קיין ארץ ישראל איז אין לשער,
און דער רבי האט געזאגט אז ער וויל מחזק זיין אלע עוסקים במלאכת הקודש סיי די מרביצי תורה וואס גיבן זיך אפ מיט די רוחניות און סיי די וואס גיבן זיך אפ מיט די גשמיות מיטן בויען די בנינים וכו' און אזוי אויך די וואס זענען עוסק מחזק צו זיין די בעלי בתים מיטן מסדר זיין שיעורים וכו',
און אזוי אויך האט דער רבי מעורר געווען אנצוהאלטן די גדרים וסייגים וואס מען האט געמאכט בעניני צניעות נאכן גרויסן אסיפה אין די קהילה פאר אלע נשים צדקניות,
און דער רבי האט צוגעענדיגט ארומרעדענדיג איבער די גדלות און צדקות פונעם בעל הילולא זי"ע זאגענדיג אז דאס איז אלעס א נצחיות וואס ברענט עד היום הזה און איז משפיע רב טוב לבית ישראל, און בפרט פאר די וואס זענען זיך צוזאמגעקומען לכבודו, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אב"ד ור"מ מאנסי שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 10:00 אזייגער.
דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור ביז ארום 12:15 אויפדערנאכט.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב.
ארום 12:30 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים קיין קרית יואל.
~

~