חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

נייעס אין אונזער קווארטאל
אנעקדאט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 118
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 3:37 pm
x 90

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך אנעקדאט »

וכן נוהגין האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 8:31 pm א בילד פון די כיתה א' בליעה"ר, תלמוד תורה כנסת יהושע ד'קהל חסידים
די מוסדות זענען בראשות די אריגינעלע קהילה פון תושבים, הרב רובין, אינטער די הנהגה הרה"צ רבי חיים שלמה בערגער שליט"א אבד"ק קהל חסידים ד'קאסא גראנדע,
ווועלכע יארגענג זענען אלס נכלל אין כתה א'?
איך זעה אז ס'איז דא גרעסערע און קלענערע, און עטליכע זענען קענטיג ברודער'ס.
וכן נוהגין
פרישער באניצער
פאוסטס: 49
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
x 131

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וכן נוהגין »

אנעקדאט האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2024 12:46 am

לויט פון 4 ביז זעקס
קאסא גראנדע ביהמ"ד / גראסערי 913 E 8th st ביהמ"ד שבת / מקווה 1645 E Silver Reef Dr
תקנות הקהילה
נאר א יוד
פרישער באניצער
פאוסטס: 41
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 11:19 am
x 70

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך נאר א יוד »

די מוסד איז צעטיילט אויף דריי קלאסן עברי/חומש קלאס (געזען אויף די בילד) משנית און גמרא.
די מנהל שאצט כסדר אפ יעדע קינד באזונדער, און אזוי דעסייט מען ווי צו לייג א קינד
אתרוג
ניי צום טיש
פאוסטס: 1
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 5:38 pm
x 5

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך אתרוג »

שלום וברכה.

שוין זיכענדיג לאנג אינפראמאציע אויף קאסא גראנדע, טראכטענדיג צו פאר מיר איז עס גוט, בין איך פרייליך צו זעהן אז דא קען מען זיך אויסשמועסן,

איז יישר כח פאר אלע וואס האבן געשריבן וועגן דעם מיט א קלארקייט,

וכה לחי
נאר א יוד האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2024 1:32 am

די מוסד איז צעטיילט אויף דריי קלאסן עברי/חומש קלאס (געזען אויף די בילד) משנית און גמרא.
איז די רעדסט פון ת"ת כנסת יהושע. און וואס טוט זיך מיט די ת"ת עץ חיים?

און מיידל שולע איז אויך דא צוויי?

הרב רבי חיים שלמה בערגער שליט"א איז א תושב און קאסא גראנדע?
הרב אברהם ראבינוביץ שליט”א רב ד’קהל חסידים ד’קאסא גראנדע אריזאנע, איז א תושב און קאסא גראנדע?
אלע צוזאמען האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 10, 2024 10:46 pm
לויט ווי מען האלט יעצט וואוינען דא ארום 25 משפחות (עס איז שווער צו זאגן א פונקטליכע נומבער היות עס איז אלעמאל דא די שאלה וועם מ'רעכנט אריין אלץ תושב וכדומה).
איינער וואס האלט נישט אויף א דירה און ניו יארק ווערט גערעכנט אלץ תושב,

לויט דעם וויפיל תושבים איז יעצט דא?
וכן נוהגין האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 04, 2024 6:05 pm
איך זעה אז אונז האמיר דא אויפן פלאץ
• א חשובע מרא דאתרא האדמו"ר מדינוב שליט"א, א איד אויף וועם מיינע קינדער קענען ארויפקוקן און זיך לערנען פון זיין רייכע ערליכע התנהגות.
• א חשובע רב המפורסם הרה"ג רבי חיים שלמה בערגער שליט"א וואס איז ממונה אויף אלע רוחניו'דיגע אנגעלגענהייטן אין שטאט וואו די מקווה, מקווה טהרה , מוסדות, עירוב, כשרות, די דריי בתי מדרשים וואס הרב רובין האט אויפגעשטעלט. אדרבה אויב איינער ווייסט פון נאך עפעס וואס איז נישט אינטער זיין הנהגה אין שטאט זאל ביטע ארויפברענגן. וואס גאר אסאך אידן זענען נהנה ממנו עצה וחכמה.
• א חשובע דיין א תלמוד חכם מופלג הרה"ג רבי יצחק אייזיק בערגער שליט"א.
איז די דריי זענען גאנץ יארעגע תושבים?
איז דא א פערדע בית מדרש חוץ די דריי? מיט נאך א מקוה?
וכן נוהגין האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 04, 2024 6:05 pm • א חשובע קבוצה פון טובי העיר אריינגעוועלט דורך די תושבי המקום סיון תשפ"ב וואס זיי פירן אן די "ועד העיר" און שטייען צו די האנט פאר אלע פאטענציאלע תושבים. און ווי אויך זענען זיי דן אלע עניינים פון אינוועסטאר'ס מיט א אויסנאמע געטריישאפט.
איז דא וואלן יעדע פאר יאר אדער מ'האט בעיקר געדארפט איינמאל כדי צו מאכן די תקנות?
וכן נוהגין האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 04, 2024 6:05 pm • א הערליכע תלמוד תורה מיט ארום 15 יונגעלעך קע"ה איינגעטיילט צווישן 3 חשובע מלמדים.
• א הערליכע מיידל שולע מיט ארום 25 מיידלעך כ"י, איינגעטיילט אין 5 קלאסן. מיט די צוויי מיידלעך פון די עלטצטע קלאס ווערן יעצט פיפצן יאר.
• א הערליכע גראסערי, צו די באקוועמליכקייט פון די תושבים און די פילע געסט. (יא. די פרייזן פאר תושבים זענען בערך די זעלבע ווי די פרייזן פון ניו יארק)
• א מהודר'דיגע בוטשער אינטער די שטרענגע השגחה פון די קהילה
• א געשמאקע טעיקאויט צו באשטעלן שבתים און נאכטמאלס ביי "געשמאק".
• פילע רבנים קומען כסדר אונז באזוכן און זענען אונז מחזק מיט די עבודת הקודש. און שטייען אונז צו די רעכטע האנט.
• טעגליכע שיעורי תורה
אדרבה נאך די ליסט אויב איינער קען פאר מיר א תושב מסביר זיין וואס דא טוט זיך. דארף ער זיין א זשיניעסט.
געוואלדיג!
אויף דערווייל פלאנירן מיר נאך אויס די וואקאציע קיין קאסא גראנדע צו זעהן די פלאץ פונדערנאנט,
מיט האפענונג אז ס'זאל טאקע נושא חן זיין,

ורוח הקודש אומרת כֵּן יִרְבֶּה וְכֵן יִפְרֹץ
אלע צוזאמען
פרישער באניצער
פאוסטס: 90
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
Location: קאסא גראנדע אריזאנע
x 151

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך אלע צוזאמען »

tehillim-01.png
tehillim-01.png (91.08 KiB) געזען געווארן 1155 מאל
הערליכע הייזער צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע, פאר שבתים און פאר דורכאויס די וואך, פאר די בעסטע פרייזן, פארבינדט אייך אין אישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.

פילט פריי מיר צו קאנטאקטן פאר אלעס 'קאסא גראנדע', מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן
וכן נוהגין
פרישער באניצער
פאוסטס: 49
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
x 131

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וכן נוהגין »

אתרוג האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2024 4:22 pm שלום וברכה.

אינטערוויו אין די שריפט, וויאזוי מען האלט די פרייזן פון די הייזער אין געיטסהעד ענגלאנד,
פיילס
PXL_20241213_034514559~2.jpg
PXL_20241213_034514559~2.jpg (417.21 KiB) געזען געווארן 950 מאל
קאסא גראנדע ביהמ"ד / גראסערי 913 E 8th st ביהמ"ד שבת / מקווה 1645 E Silver Reef Dr
תקנות הקהילה
אלע צוזאמען
פרישער באניצער
פאוסטס: 90
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
Location: קאסא גראנדע אריזאנע
x 151

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך אלע צוזאמען »

ליל ששי פארברענג אינאיינעם מיט סעודת בת עין דעם דאנערשטאג פרשת וישלח אין בית המדרש קהל חסידים פון תושבי קאסא גראנדע, אינאיינעם מיטן וועכנטליכן שיעור פונעם רב שליט"א.

צווישן אנדערע האט מען געהערט סיפורים ועובדות פונעם הייליגן בת עין פונעם רב שליט"א און פון הרב אלעזר דאנציגער שליט"א, און אזוי אויך ארומגערעדט במשנתו פונעם צדיק.

DSC_8353.JPG
DSC_8353.JPG (262.65 KiB) געזען געווארן 981 מאל
DSC_8360.JPG
DSC_8360.JPG (262.68 KiB) געזען געווארן 981 מאל
DSC_8366.JPG
DSC_8366.JPG (250.48 KiB) געזען געווארן 981 מאל
הערליכע הייזער צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע, פאר שבתים און פאר דורכאויס די וואך, פאר די בעסטע פרייזן, פארבינדט אייך אין אישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.

פילט פריי מיר צו קאנטאקטן פאר אלעס 'קאסא גראנדע', מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן
נאר א יוד
פרישער באניצער
פאוסטס: 41
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 11:19 am
x 70

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך נאר א יוד »

רבי יצחק גרין שמועסט אויס "וואס זענען די נאמבער'ס" וואס איר דארפט וויסן ווען איר קויפט א הויז אין קאסא גראנדע אריזאנע.

totty2024
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 167
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:07 am
Location: new york
x 312

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך totty2024 »

איך האב אין פלאן געהאט זיך אריינצילייגן אינעם ענין דארט צי זעהן למי החתומת וד"ל און אפשר וועל איך אמאל אנקומען דערצי אם יהי' פנאי

אבער פאר אך הייב אן ווייל איך פשוט פארשטיין איין זאך וואס איך קען ממש נישט פארשטיין

ווען סאטמאר רב איז געגאנגען 50 מייל אוועק פון שטאט מאכן א שטעטל וואלט איינעם בייגעפאלן צי מאכן דארט א קלאזענבורגע אדער בעלזא קלויז? און אויב וואלט געווען וואלט איינער מסופק געווען צי עס איז מענטשליך אדער תורהדיג?

איז געקומען א מסירת נפש איד ר' יושע רובין שליט"א און געזוכט א גוט פלאץ פאר כלל ישראל און מיט 10 פינגערס אויפגעשטעלט א ישוב 2500 מייל אוועק פון די היימישע ישוב אין ניו יארק ער האט געהאלפן יעדן מיט די הייזער און מיט דאונפענימענטס פאר מענטשן געהאלפן יעדן איינעם
יעדער פלעגט עסן ביי אים און טייל אפילו שלאפן

איך בין געווען דארט אום טבת תשפ"ב און געזעהן וואו יעדע זאך מקטן ועד גדול האט ר' יושע געצאלט פון טאש פון דירות מוסדות פעיראל ביז די מילך אין שוהל און אלעס מיט די אייגענע הענט געבויעט מיט א חסד און לב טוב וואס מזעהט ממש נישט היינטיגע צייטן
מיין דירה איז געווען ווייט האט ער מיר אריינגענומען ביי זיך אין שטוב אויף שבת וואס א חסד איך האב דארט געזעהן האט דער כדור הארץ נישט געזעהן זינט אברהם אבינו

איז פאר איך גיי אריינגיין אין פרטים וואס מוועט מעגליך נישט קענען שרייבן דא אלעס וויל איך פארשטיין וואסערע עוולה (וואס דאס צי יא עוולה צי נישט העמיר געוואויר ווערן נאכן מברר זיין אבער לו יצויר עס וואלט געווען איזה טענה) אין די וועלט קעגן די תושבים קען בארעכטיגן צי מאכן א ביהמ"ד און מוסדות -נאך מיט יענעמס לעטערהעד- עמי בבית

וואס אין די וועלט האט דען בכלל געברענגט די מענטשן צי דעם קליין שטעטל טויזנטער מייל אוועק, אויב נישט די ארבעט פון ר' יושע רובין?
המבלי אין שטח במצרים?? אין גאנץ אמעריקא איז נישטא ווי צי גיין מאכן אייגענע זאכן, עס מוז זיין דארט וואו יענער האט דיר אלעס צוגעשטעלט? האסט אויסגעסאקט יענעם לטובה, יעצט האלטסטו עס איז נישט פאר דיר? דעמאלס גיי אוועק פון דארט און געענדיגט, וואס פשט פון גיין דיקא יענעם צוברעכן און מצער זיין?? אפילו אויב דו ווילסט בלייבן אין די מדבר קלימאט, אקעי גיי קיין טוסאן אדער אפילו 30 מייל ארויפציר, אבער דאס איז א כפיות טובה פאר א מייסד העיר וואס האט געמאכט א יש מאין.
עס גייט מיר נישט אין קאפ בכלל פארוואס מזאל אזוי טון
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1208
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 3311

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך מסתמא »

totty2024 האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 15, 2024 2:36 am עס גייט מיר נישט אין קאפ בכלל
מיך גייט נישט אין קאפ אריין די איסור זיך צו טיילן. אין הלכה האט יעדע קהילה א דין ווי נאך א שטאט. מאקסימום האסטו דא די טענה אז מנוצט יענעמס לעטטערהעד.

קיינער איז נישט געקומען על הדעת אז די לאקאלע ציבור זאל נישט ראננען די קהילה. נישטא אזאנס אין הלכה א קהילה געפירט דורך א יחיד נישט ערוועלט ביים ציבור. די איינציגסטע עלעקשאנס וואס איז געווען איז געווען פאר הרב ראבינאוויטש. סאו וואס דרייט מען א קאפ? קיינער קויפט נישט קיין שטעט דורכן עפענען דארטן א קהילה די ’ערשטע’... נאופ, נישטא אזא קנין אין מיין תורה. קיינער דארף נישט גיין קיין ערגעץ.
אבער ווען עס קומט צו צו דעם אלעם די טענה אז דא איז נישט דא בכלל קיין רעפרעזענטאנץ פונעם לאקאלן ציבור דאן איז די גאנצע טענות ארום, ווי די רעכט צו האבן נאך א קהילה וכו’, בכלל נישט רעלעוואנט.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
וכן נוהגין
פרישער באניצער
פאוסטס: 49
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
x 131

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וכן נוהגין »

מסתמא האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 15, 2024 9:45 am

עס זענען געווען עלעקשינס פאר טובי העיר (אין תשפ"ב). און קיינמאל נישט פאר הרב ראבינוביץ. אדרבה אויב האסטו א ראיה אז עס איז געווען עלעקשינס פליז ברענג עס,

די עלעקשינס פאר טובי העיר איז שוין געברענגט געווארן עטליכע מאהל, סאו איך וועל נאר ברענגן נאכאמאל לצורך.
קאסא גראנדע ביהמ"ד / גראסערי 913 E 8th st ביהמ"ד שבת / מקווה 1645 E Silver Reef Dr
תקנות הקהילה
אוועיטער
איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 477
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 482

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך איד »

וכן נוהגין האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 15, 2024 10:35 am

אפגעזען צו זיי האבן געטון א ריכטיגע זאך אדער נישט
אבער לעבן אין דינייעל האט נישט קיין פשט

אויב איז דא נאך א קהילה פון אידן אזויווי אונז, אפי' זיי האבן געעפנט זייער קהילה מיט א אומרעכט, זענען זיי למעשה א קהילה!
און ס'האט נישט קיין פשט פון לייקענען

קרית יואל איז אויך אמאל געווען איין קהילה, ס'האט זיך צעטיילט איז דא צוויי, אפי' קען זיין מ'האט זיך אפגעטיילט נישט אויסגעהאלטן

איך האב געזעהן אין דיינע הודעות ווי די ווילסט כאילו איגנארירן די פאקט אז ס'איז דא נאך א קהילה
אבער פון די אנדערע זייט זעהט יא אויס ווי ס'איז דא

לויט ווי ס'קוקט אויס איז דא אפי' צוויי חדרים

סא אפי' קען זיין זיי האבן געטון אן אומרעכט, זענען זיי דא

יעצט אויב דו קענסט ענטפערן
וויפיל משפחות וואוינען דארט?
און וויפיל פאר יעדע קהילה?

ש'כח
וכן נוהגין
פרישער באניצער
פאוסטס: 49
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
x 131

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וכן נוהגין »

איד האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 15, 2024 10:52 am אפגעזען צו זיי האבן געטון א ריכטיגע זאך אדער נישט
אבער לעבן אין דינייעל האט נישט קיין פשט

אויב איז דא נאך א קהילה פון אידן אזויווי אונז, אפי' זיי האבן געעפנט זייער קהילה מיט א אומרעכט, זענען זיי למעשה א קהילה!
און ס'האט נישט קיין פשט פון לייקענען

קרית יואל איז אויך אמאל געווען איין קהילה, ס'האט זיך צעטיילט איז דא צוויי, אפי' קען זיין מ'האט זיך אפגעטיילט נישט אויסגעהאלטן

איך האב געזעהן אין דיינע הודעות ווי די ווילסט כאילו איגנארירן די פאקט אז ס'איז דא נאך א קהילה
אבער פון די אנדערע זייט זעהט יא אויס ווי ס'איז דא

לויט ווי ס'קוקט אויס איז דא אפי' צוויי חדרים

סא אפי' קען זיין זיי האבן געטון אן אומרעכט, זענען זיי דא

יעצט אויב דו קענסט ענטפערן
וויפיל משפחות וואוינען דארט?
און וויפיל פאר יעדע קהילה?

ש'כח
אזוי גאר? ווען אפאר מענטשן מאכן נעמען זיך צוזאם צו מאכן א שוהל און חיידר. און ניצן די לאגא פון סאטמאר אדער פון בעלזא וכדו' דארף דען די אריגינעלע חסידות פראמאוטען יענעם'ס קהילה אלץ סאטמאר אדער בעלזא און עס אנערקענען ווען אימער מען רעדט פון זייער קהילה? און אויב טוהן זיי נישט מזכיר זיין יענע ניצער'ס ווערן זיי אפגעפרעגט. הישמע כזאת?
קאסא גראנדע ביהמ"ד / גראסערי 913 E 8th st ביהמ"ד שבת / מקווה 1645 E Silver Reef Dr
תקנות הקהילה
אוועיטער
צייטווייליג
חבר המערכת
פאוסטס: 360
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:09 pm
x 736

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך צייטווייליג »

רבותי, אידטיש איז נישט געמאכט פאר פאליטיק! נידערן די טאן בכל מצב!

אידטיש גייט ווייטער מיט'ן שטענדיגן פרינציפ, מיר אנערקענען יעדן, און לאזן יעדן שרייבן און אפילו שטופן זיין אגענדע, כל זמן מען שרייבט אויסגעהאלטן און מען ספינט נישט סתם ארום.

מיר דעפינירן 'פאליטיק' דאס עצם אויסשמועסן די קעגנערישע צדדים פון א היימישע פאליטיק מיט'ן ארויסברענגען יענעמס יא/נישט עוולות וכדו'. עס איז פשוט נישט אויסגעהאלטן. אפילו ווען איר זענט זיכער אז איר פארטרעט דעם גערעכטן צד. סיי וועלכע צד'ס חלק המחלוקת באלאנגט נישט דא!

מכאן והלאה ביטע נאר רעדן פון פאקטן און מציאותן, אינטוויקלונגען און נייעסן.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3359
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4893

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וואוילער »

כ'מיין איך בין קלאר, זיי דארפן זאפארט אויפהערן נוצן די לעדערהעד פון די ערשטע קהילה!
שטעל אויף א עקסטער קהילה, לעב בשלום ובשלוה.

פארשטייט זיך אז אויב ס'איז מעגליך, זאלן זיין אויך ארבעטן מיט די מהלך פון האלטן די פרייזן נידעריג, וכו'.

קאמפעטישן איז גוט! קאמפעטישן מאכט בליען!
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
זאנוויל ראזענבערג
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 7:55 pm
x 30

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך זאנוויל ראזענבערג »

נאך פאר כהאב עספיעט צו האבן א מיינונג מאכט שוין דא שלום דא. סטע געהערט.

אקעי, איך כאפ נישט וויאזוי מ'מאכט א חלוקה דרבנן מדאורייתא אויף 25 משפחות... אבער אזוי זאגטעך קול מבשר, 2 אידן? דריי דיעות!
אוועיטער
איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 477
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 482

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך איד »

וכן נוהגין האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 15, 2024 11:32 am
איד האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 15, 2024 10:52 am אפגעזען צו זיי האבן געטון א ריכטיגע זאך אדער נישט
אבער לעבן אין דינייעל האט נישט קיין פשט

אויב איז דא נאך א קהילה פון אידן אזויווי אונז, אפי' זיי האבן געעפנט זייער קהילה מיט א אומרעכט, זענען זיי למעשה א קהילה!
און ס'האט נישט קיין פשט פון לייקענען

קרית יואל איז אויך אמאל געווען איין קהילה, ס'האט זיך צעטיילט איז דא צוויי, אפי' קען זיין מ'האט זיך אפגעטיילט נישט אויסגעהאלטן

איך האב געזעהן אין דיינע הודעות ווי די ווילסט כאילו איגנארירן די פאקט אז ס'איז דא נאך א קהילה
אבער פון די אנדערע זייט זעהט יא אויס ווי ס'איז דא

לויט ווי ס'קוקט אויס איז דא אפי' צוויי חדרים

סא אפי' קען זיין זיי האבן געטון אן אומרעכט, זענען זיי דא

יעצט אויב דו קענסט ענטפערן
וויפיל משפחות וואוינען דארט?
און וויפיל פאר יעדע קהילה?

ש'כח
אזוי גאר? ווען אפאר מענטשן מאכן נעמען זיך צוזאם צו מאכן א שוהל און חיידר. און ניצן די לאגא פון סאטמאר אדער פון בעלזא וכדו' דארף דען די אריגינעלע חסידות פראמאוטען יענעם'ס קהילה אלץ סאטמאר אדער בעלזא און עס אנערקענען ווען אימער מען רעדט פון זייער קהילה? און אויב טוהן זיי נישט מזכיר זיין יענע ניצער'ס ווערן זיי אפגעפרעגט. הישמע כזאת?
ניין! די ארגינעלע קהילה דארף בכלל נישט אנערקענען אין זיי!

אבער דו, ווען דו קומסט דא אויף א אלטוועלטליכע פלאטפארמע יא!
באמת מוזטו אויך נישט,
אבער שרייבן דא כאילו זיי עקזעסטירן נישט, מיינט אז דו לעבסט אין דינייעל
אזויווי איינער פון קהילות מהר''א זאל דא ארויף קומען לייקענען אז ס'איז דא א מהרי''י קהילה אין קרית יואל...

די מציאות איז (ליידער) אז ס'איז דא נאך א קהילה דארט. פינטל.
דו עולם דא וויל וויסן די מציאות
ש'כח
אלע צוזאמען
פרישער באניצער
פאוסטס: 90
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
Location: קאסא גראנדע אריזאנע
x 151

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך אלע צוזאמען »

אבות ובנים דער וואך מוצאי שבת פרשת וישלח אין ביהמ"ד קהל חסידים פון תושבי קאסא גראנדע אריזאנע.

20241214_190524.jpg
20241214_190524.jpg (237.17 KiB) געזען געווארן 565 מאל
20241214_190522.jpg
20241214_190522.jpg (228.16 KiB) געזען געווארן 565 מאל
הערליכע הייזער צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע, פאר שבתים און פאר דורכאויס די וואך, פאר די בעסטע פרייזן, פארבינדט אייך אין אישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.

פילט פריי מיר צו קאנטאקטן פאר אלעס 'קאסא גראנדע', מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן
totty2024
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 167
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:07 am
Location: new york
x 312

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך totty2024 »

איד האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 15, 2024 2:59 pm
וכן נוהגין האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 15, 2024 11:32 am
איד האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 15, 2024 10:52 am אפגעזען צו זיי האבן געטון א ריכטיגע זאך אדער נישט
אבער לעבן אין דינייעל האט נישט קיין פשט

אויב איז דא נאך א קהילה פון אידן אזויווי אונז, אפי' זיי האבן געעפנט זייער קהילה מיט א אומרעכט, זענען זיי למעשה א קהילה!
און ס'האט נישט קיין פשט פון לייקענען

קרית יואל איז אויך אמאל געווען איין קהילה, ס'האט זיך צעטיילט איז דא צוויי, אפי' קען זיין מ'האט זיך אפגעטיילט נישט אויסגעהאלטן

איך האב געזעהן אין דיינע הודעות ווי די ווילסט כאילו איגנארירן די פאקט אז ס'איז דא נאך א קהילה
אבער פון די אנדערע זייט זעהט יא אויס ווי ס'איז דא

לויט ווי ס'קוקט אויס איז דא אפי' צוויי חדרים

סא אפי' קען זיין זיי האבן געטון אן אומרעכט, זענען זיי דא

יעצט אויב דו קענסט ענטפערן
וויפיל משפחות וואוינען דארט?
און וויפיל פאר יעדע קהילה?

ש'כח
אזוי גאר? ווען אפאר מענטשן מאכן נעמען זיך צוזאם צו מאכן א שוהל און חיידר. און ניצן די לאגא פון סאטמאר אדער פון בעלזא וכדו' דארף דען די אריגינעלע חסידות פראמאוטען יענעם'ס קהילה אלץ סאטמאר אדער בעלזא און עס אנערקענען ווען אימער מען רעדט פון זייער קהילה? און אויב טוהן זיי נישט מזכיר זיין יענע ניצער'ס ווערן זיי אפגעפרעגט. הישמע כזאת?
ניין! די ארגינעלע קהילה דארף בכלל נישט אנערקענען אין זיי!

אבער דו, ווען דו קומסט דא אויף א אלטוועלטליכע פלאטפארמע יא!
באמת מוזטו אויך נישט,
אבער שרייבן דא כאילו זיי עקזעסטירן נישט, מיינט אז דו לעבסט אין דינייעל
אזויווי איינער פון קהילות מהר''א זאל דא ארויף קומען לייקענען אז ס'איז דא א מהרי''י קהילה אין קרית יואל...

די מציאות איז (ליידער) אז ס'איז דא נאך א קהילה דארט. פינטל.
דו עולם דא וויל וויסן די מציאות
ש'כח
עס איז אביסל אנדערש ווי קרית יואל היינט ווייל עס איז מער דומה ווי בחייו פון רבין ז"ל זאל איינער מאכן א אנדערע קהילה
פאקטיש האט דאך דער גרינדער עס געבויעט און זיין פאטער איז ווי דער מרא דאתרא
איז ווען עס ואלט געווען 20 יאר שפעטער א מחלוקה פון 2 קינדער פון זיי מילא
אבער מרעדט דאך דא פון עטליכע יאר נאך וואס דער בונה האט עס געבויעט און לעבט נאך ב"ה איז עס זייער ארג צו נעמען זיין שטאט און עס מאכן קעגן אים

יעצט צי זיי דארפן אנערקענען אז אנדערע עקזיסטן אוודאי יא אבער זיי מקיים דעם ואהבת לרעך כמוך און פארשטיי דעם שפיר וויאזוי עס שפירט זיך ווען מעפענט א פלאץ מיט 10 פינגער און מגיסט אריין מיליאנען און ארום 5 ביז 10 משפחות פון צווישן די 24 (בעיקר אנגעפירט דורך 2 אידן וואס וואוינען בכלל נישט דארט רוב יאר) זענען אומצופרידן און וכו'

און אז דו רעדסט אז דער גרינדער זאל מסכים זיין אז זיי זאלן גיין עקסטער הער איך אז הרב רובין איז מסכים בחפץ לב און ער וויל אדרבה אז ווי מער קהילות זאלן עפענען בתי מדרשים און ווען עס וועט זיין גענונג גרויס קען א צווייטער עפענען מוסדות (סך הכל נישט אויף אן אופן עס זאל זיין געשטעלט אויף ציברעכן די הויפט מוסד)
ער וויל בעיקר איין זאך אז די דירות פרייזן זאל זיין אינטער די וועד העיר כדי די פרייזן זאלן בלייבן נידריג (און אפשר אויך די עירוב און נאך עניני העיר זאל זיין א וועד פון יעדן אינעאיינעם)

אבער אז דו רעדסט פון קרית יואל וועל איך דיר פארציילן א מעשה
מיט 17 יאר צוריק האט מיין שוואגער אין קרית יואל געמאכט א ברית אין א שול וואס איז געווען פארמישט אין א מחלוקה מיטן מרא דאתרא האב איך געפרעגט מיין רב צי איך זאל אהינגיין צי די שמחה
איך האב געפרעגט א רב מער א געפילישער וואס וועט זיכער זאגן יא ..

אבער צי מיין ערשטוינונג האט ער מיר פארציילט א מעשה ווי פאלגענד:
געווען איז עס אין די תר"צ יארן ווען דער מהרי"צ דושינסקי איז ארויף קיין ארץ ישראל און ער האט פארלאזט די שטאט חוסט האט חוסט באקומען א צווייטן רב
די דושינסקי תלמידים האבן מיט די צייט געפענט א אייגענע קלויז און כסדר געמוטשעט רב דושנסקי צי קומען אויף שבת צי זיי
למעשה האבן זיי ענדליך געפועלט און דער רב איז געקומען אויף שבת אבער צי זייער ערשטוינונג איז ער געגאנגען נאר אינעם גרויסן שוהל דאווענען און נישט געוואלט גיין צום קלויז
נאך גרויסע הפצרות ער זאל כאטש קומען צי שחרית האט ער מסכים געווען צי קומען נאר נאך שחרית צי קידוש
ביי קידוש איז ער אהין און זיך נישט געוואלט אראפזעצן און האט אנגעהויבן א דרשה און ער האט געזגאט אז א ביהמ"ד וואס איז קעגן די מרא דאתרא איז אסור צי האלטן אפן און די וויין איז יין נסך און מטאר זיך נישט אראפזעצן דא און מהאט טאקע נאך שבת פארמאכט דעם שוהל ע"כ המעשה

דאס איז די דעת תורה פון פארצייטישע גדולי עולם מייסדי ארץ און זאת התורה לא תהא מוחלפת וואס כאטש היינט קוקט מען אלעס אן מיט ליבעראלע גלעזער איז עס לדעתי א ענין מער פון בין אדם לחבירו ווי די ענין פון הנהגה דעריבער איז כאטש דא איז טאקע ר' יושע מסכים אויף נאך קהילות (מוסדות איז ער אויך מסכים ווען עס וועט זיין גענונג גרויס בכדי חלוקה)

אבער צי מאכן א קהילה מיטן זעלבן לעטערהעד און מיט אלע תחבולות פון "קעגן" אים אים אויסציטרינקען דאס בלוט דאס איז כמה וכמה לאוין דאורייתא פון לא תונו איש עת עמיתו און לא תעמוד על דם ריעך ועוד ועוד נישט סתם א ענין פון מרא דאתרא

ווער רעדט נאך פון דעם אז די אייציגע תקנה דערווייל וואס ר' יושע האט איינגעפירט איז בלויז די דירת תקנה לטובת הציבור אקאראט ווי סאטמאר רבי האט געטוהן יעצט אין קרית יואל מיט די דירות פשוט אז אידן זאל קענען ווייטער וואוינען דארט מיט א עתיד פון נארמאלע פרייזן האט מען זיך צאמגעשטעלט מיט די אלע וואס האבן געקויפט דארט פאר אינוועסמענטס וואס בעיקר שלאגן זיך מיט ר' יושע די אינוועסטארס וואס האבן געקויפט דירות פאר טייערער ווי ערלויבט דאס איז דאך גאר א הארבע זאך פון מייקרי השער וואס די פוסקים זענען זייער שארף אויף דעם

און טאקע צי די אינוועסטארס איז די קשיא וואס כהאב געפרעגט נעכטן נאך שטערקער
totty2024 האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 15, 2024 2:36 am וואס אין די וועלט האט דען בכלל געברענגט די מענטשן צי דעם קליין שטעטל טויזנטער מייל אוועק, אויב נישט די ארבעט פון ר' יושע רובין?
המבלי אין שטח במצרים?? אין גאנץ אמעריקא איז נישטא ווי צי גיין מאכן אייגענע זאכן, עס מוז זיין דארט וואו יענער האט דיר אלעס צוגעשטעלט? האסט אויסגעסאקט יענעם לטובה, יעצט האלטסטו עס איז נישט פאר דיר? דעמאלס גיי אוועק פון דארט און געענדיגט, וואס פשט פון גיין דיקא יענעם צוברעכן און מצער זיין?? אפילו אויב דו ווילסט בלייבן אין די מדבר קלימאט, אקעי גיי קיין טוסאן אדער אפילו 30 מייל ארויפציר, אבער דאס איז א כפיות טובה פאר א מייסד העיר וואס האט געמאכט א יש מאין.
עס גייט מיר נישט אין קאפ בכלל פארוואס מזאל אזוי טון
מילא דער וואס וואוינט דארט איז שוין דארט און ער האט נאך א פראבלעם אז ער וויל נישט אוועקגיין (נישט אז ער איז גערעכט מיט וואוינען אין א פלאץ אנציזייען מחלוקת אבער ער האט כאטש א לימוד זכות אויף די עוולה) אבער א אינוועסטאר וואס קויפט דירות פאר רענטעלס וואס אין די וועלט האט דיר געברענגט צי קויפן דארט א אינוועסמענט 2500 טויזנט מייל אוועק פון ניו יארק דייקא דארט און נישט אין קענארסי אדער הנעלאלא דאס איז דאך נאר ווייל ר' יושע האט אויפגבויעט א שטאט פאר אידן נו פארוואס זאל מען מעגן זיין אזא כפוי טובה און גיין קעגן אים
ווילסט מאכן געלט פון א אינוועסטמענט הארצן גערן אבער גיי מיט די וועד העיר דורך ר' יושע ווייל אז נישט האקט עס אינטער א נייע ישוב וואס האלט ביים אנהייב פונעם בליען און וועט אי"ה זיין א גרויסע עיר ואם בישראל אויב איר וועט עס נישט חרוב מאכן

זאל השי"ת אריינזיינען א רוח טהרה ממרום אין יעדן איד אז די געפילן פון מענטשהייט זאל זאך עפענען
מענטשן זאל אנהייבן טראכטן אויך פון יענעם נישט נאר פון זיך און דאס וועט ברענגען אז אפילו מהאט חילוקי דיעות זאל מען זאך אלס האבן אהבה ואחוה ושלום וריעות און נישט חלילה זוכן איינעם אינטערציברענגען אדער שאדן מאכן נאר אדרבה אינאיינעם ווען בויען דירות לשם ולתורתו דאהי אין קרית יואל און אין אלע גענטער איבער די וועלט ביז משיח וועט אונז אויסלייזן פון דעם גלות וקבצינו "יחד" מארבה כנפות הארץ.
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1208
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 3311

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך מסתמא »

totty2024 האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 16, 2024 6:08 am אבער צי מיין ערשטוינונג האט ער מיר פארציילט א מעשה ווי פאלגענד:
געווען איז עס אין די תר"צ יארן ווען דער מהרי"צ דושינסקי איז ארויף קיין ארץ ישראל און ער האט פארלאזט די שטאט חוסט האט חוסט באקומען א צווייטן רב
די דושינסקי תלמידים האבן מיט די צייט געפענט א אייגענע קלויז און כסדר געמוטשעט רב דושנסקי צי קומען אויף שבת צי זיי
למעשה האבן זיי ענדליך געפועלט און דער רב איז געקומען אויף שבת אבער צי זייער ערשטוינונג איז ער געגאנגען נאר אינעם גרויסן שוהל דאווענען און נישט געוואלט גיין צום קלויז
נאך גרויסע הפצרות ער זאל כאטש קומען צי שחרית האט ער מסכים געווען צי קומען נאר נאך שחרית צי קידוש
ביי קידוש איז ער אהין און זיך נישט געוואלט אראפזעצן און האט אנגעהויבן א דרשה און ער האט געזגאט אז א ביהמ"ד וואס איז קעגן די מרא דאתרא איז אסור צי האלטן אפן און די וויין איז יין נסך און מטאר זיך נישט אראפזעצן דא און מהאט טאקע נאך שבת פארמאכט דעם שוהל ע"כ המעשה

דאס איז די דעת תורה פון פארצייטישע גדולי עולם מייסדי ארץ און זאת התורה לא תהא מוחלפת
אקעי... ביזן מהרי"ץ. מיין עלטער זיידע ע"ה איז געוועזן זיין פערזענליכע משמש און געוואוינט ביי אים אינדערהיים אין אר”י. איז געווען דעמאלטס ווען אין אונגארן האט מען נאך געלעבט על מי מנוחות און די פאליטיק האט געבוזשעוועט אין יעדע שטאט, איש על מחנהו ואיש על דגלו, און מהאט געעפנט פרישע קהילות לרוב. סערדעהעל האט געהאט 3. גאלאנטע 2. פאפא 2. זענטא 2 (וואס??? דער ברך משה האט געעפנט א פרישע קהילה??!) וכו’ וכו’ דאס איז געווען דער סטאנדארט. און כרעד דא פון אלע רעכט ארטאדאקסישע קהילות. איז מען געקומען דעמאלטס צום מהרי”ץ אלץ ירושלימער רב זיך מתדיין זיין מיט טענות איינער אויפן צווייטן, האט מהרי”ץ זיך אויסגעדרייט צו מיין עלטער זיידע איינמאל און האט זיך אנגערופן צו אים: עס שטייט א מסורה ויחדלו את הקולות ויחדלו לבנות, זאג איך דיר, כל זמן מהעט זיך טיילן וועט אידישקייט וואקסן און בליען.

אלזא ביטע שניידן סיי וואס בשם מהרי”ץ פשוט ווייל כזעה מיך אלץ כלי ראשון שני שלישי מער ווי סיי וועם אנדערש. יעצט די מעשה אין חוסט ווייסעך נישט, אבער עפעס מער איז מסתמא דארטן פארגעגאנגען.

און הרב @totty2024 איר ווייסט אז מהר”א אייער רבי שטיצט די ויצב אברהם קהילה אין מעלבורן אוסטראליע טראצדעם וואס איז אין קאמפעטישאן מיט די ארגינעלע עדת קהילה?
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1208
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 3311

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך מסתמא »

כהאב געשיקט צו א תושב, וועמען איך קען, אז ער זאל ארויפקומען דא מאכן א ניק און ענטפערן

דאס האט ער מיר געענטפערט
איך גיי נישט ענטפערן איבער די גאנצע ענין אין פאבליק צוליב פארשידענע סיבות (בעיקר היות אונזער רב שליט"א וויל נישט אז מיר זאלן צוריק ענטפערן אדער זיך ארומ'טענה'ן איבער דעם ענין אין פאבליק, פריוואט ענטפער איך פאר סיי ווער עס פרעגט אן. יאפ, דערויף איז געווען די גאנצע סומאטוכע אז אונז וויל מיר פאלגן א דעת תורה).

איך מוז דיר אבער קלארמאכן פשוט איין זאך, דארפסט דאס נישט ארויסלייגן.

מען האט דא פאבריצירט פאקטן און דערויף מאכט מען מסקנות. ווי למשל, דער 'לאגא' און 'לעטערהעד' איז געמאכט געווארן פריוואט דורך אן איינוואוינער וואס האט פרובירט צו מאכן דער קהילה מער עטאבלירט, די לעטערהעד איז געמאכט געווארן פאר א קהילה ווי אלע תושבים לעבן אינאיינעם, הרב רובין האט קיינמאל נישט באצאלט אדער געבעטן פאר דעם לאגא/לעטערהעד, און אויב קענסטו אביסל דיזיין איז זייער גרינג צוזעהן אז ער האט נישט די ארגינעלע פיילס פון דעם לאגא אדער לעטערהעד נאר ער האט דאונלאודעד די פיילס פון פלעצער ווי דער וואס האט דאס געמאכט האט דאס ארויסגעלייגט. במילא, עס קען זיין אז מען דארף ווען גיין אין בי"ד איבער דעם לאגא/לעטערהעד, אבער אויב איז דא איינער וואס דארף דאס אויפהערן נוצן איז דאס הרב רובין און נישט דער אינגערמאן וואס האט אלץ געמאכט די צעטלעך און מאכט נאך ווייטער פאר די זעלבע פאבליק קהילה.

און ווי איך האב דיר שוין אמאל געזאגט - דאכט זיך - מיר (די איינוואוינער) האבן זיך נישט אפגעטיילט, מיר האבן עלעקטעד א נייע רב פאר קהל חסידים צו ערזעצן הרב שטיינמענץ שליט"א ווען ער האט אפגעטרעטן, און אויב עס איז דא איין מענטש וועם עס געפעלט נישט (און רוב וואס שטייען מיט אים זענען דירעקט באצאלט ביי אים), ווערן מיר נישט צוליב דעם א 'נייע' קהילה, און ער בלייבט נישט די 'ארגינעלע' קהילה, וואטעווער. 80 פראצענט קהילה האט געוועלט פאר הרב ראבינאוויטש ואין בזה חולק.

די איינציגסטע זאך וואס כולי עלמא מודי איז, אז מען קען נישט נוצן הרב רובין'ס פראפערטי'ס פאר א פאבליק קהילה אויב וויל ער נישט, נו נו, דערפאר האט מען געדארפט אריבערגיין צו א צווייטע פלאץ און מיר נוצן טאקע אויך נישט זיין גראסערי אדער פיניקס בוטשער (אה, אויך ווייל זענען נישט באקוועם מיט די הכשר).

איך האב עס דיר געשריבן זייער שנעל, איך האף אז עס איז נישט שארף אדער קוקט אויס ווי איך האב ח"ו טענות וכדומה.
totty2024 האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 16, 2024 6:08 am 1 פאקטיש האט דאך ר' יושע עס געבויעט און זיין פאטער איז ווי דער מרא דאתרא.

2 עס איז אביסל אנדערש ווי קרית יואל היינט ווייל עס איז מער דומה ווי בחייו פון רבין ז"ל זאל איינער מאכן א אנדערע קהילה

1 מרא דאתרא??? ביי וועם? ווען האט מען אים ערוועלט? און בכלל, חוץ א רב ודיין איז דען עקסטער דא אזא זאך ווי מרא דאתרא? א רב איז דער מרא דאתרא! אויב טייטשסטו מרא דאתרא באסס, דאן איז הרב רובין מרא דאתרא אין זיין קהילה.

2 ואחזור עוד פעם, א בונה פון א קהילה האט זעראו בעלות אויפן שטאט. נישטא אזא קנין. אין הלכה האט יעדע קהילה א דין ווי נאך א שטאט.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5374
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 10139

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך דער תהלים איד »

א גוט יאר.

ווער עס קען מיך ווייסט, אז איך בין אמאל שטורמיש פרא סיסטעם און צומאל שטורמיש דערקעגן.

ווען איך נעם זיך אן פאר'ן סיסטעם וועט מען מיר זאגן אז איך בין בלינד פאר א סיסטעם און איך גלייב אין קארופציע, און ווען איך גיי קעגן וועל איך ליידן סטראשונקעס פונעם סיסטעם פאר'ן זאגן דעם אמת וואס איך האלט. איך האב ב"ה פון ביידע זייטן.

אבער דאס איז מיין נאטור אז ווען איך האלט עפעס פאר ריכטיג זאג איך עס ארויס שטארק, אפגעזען צו עס געפעלט פאר דעם אדער יענעם, סיסטעם אדער אנטי סיסטעם.

מצד שני אבער זענען דא מענטשן וואס וועלן אלעמאל זיין אנטי סיסטעם. ווען מען וועט נאר הערן א קאנספיראציע אדער א עכטע לשה"ר אויף א סיסטעם, וועט מען עס אננעמען אלס א פאקט. ווען מען וועט נאר הערן אז איינער האט גוט צוגעפיקסט א סיסטעם, וועט מען אים האלטן פאר א היראו. ווען מען וועט נאר הערן אז די סיסטעם האט איינעם צוגעפיקסט, וועט מען אים האלטן פאר א שוידערליכע נרדף, אפגעזען וואס די אמת'ע פאקטן דערונטער זענען. דאס איז א נאטור. איך מאך נישט אוועק דעם נאטור... אבער עס איז נישט קיין אמת'ע וועג, און איך גלייך דאס נישט.

צום נושא פון די אפגעטיילטע קהילה אין קאסא גראנדע, האב איך נישט קיין מיינונג, ווייל איך ווייס באמת נישט. איך האב שוין געהערט וואויס נאוטס און געליינט שרייבערייען סי לכאן און סיי לכאן, און איך קען זאגן קלאר אז איך קען נישט זאגן קלאר ווער עס זאגט דעם אמת...

אבער, דא זע איך זייער שטארק די אנטי-סיסטעם שמעק אז אלעס וואס די ערשטע קהלה זאגט גייט אויטאמאטיש זיין אפגעפרעגט. ממילא גיי איך דערויף רעאגירן.

מסתמא האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 16, 2024 9:17 am דער 'לאגא' און 'לעטערהעד' איז געמאכט געווארן פריוואט דורך אן איינוואוינער וואס האט פרובירט צו מאכן דער קהילה מער עטאבלירט, די לעטערהעד איז געמאכט געווארן פאר א קהילה ווי אלע תושבים לעבן אינאיינעם, הרב רובין האט קיינמאל נישט באצאלט אדער געבעטן פאר דעם לאגא/לעטערהעד, און אויב קענסטו אביסל דיזיין איז זייער גרינג צוזעהן אז ער האט נישט די ארגינעלע פיילס פון דעם לאגא אדער לעטערהעד נאר ער האט דאונלאודעד די פיילס פון פלעצער ווי דער וואס האט דאס געמאכט האט דאס ארויסגעלייגט
דאס איז נישט קיין תשובה.

אויב איך וואלט זיך אנגעטראגן צו מאכן א לעדערהעט פאר קהל יטב לב, מיינט עס נישט אז ווען איך באשליס אז דער ראה"ק איז אומגערעכט מעג איך נעמען דעם לעדערהעט און עס געבן פאר א צווייטן וואס וויל פארמאכן דעם ערשטן קהל. ער ענטפער קלעקט נישט.

איך פארשטיי באמת נישט פארוואס די נייע קהלה נוצט די אלטע נאמען. ס'שמעקט נישט פון קיין נארמאלקייט און גוטסקייט.

מסתמא האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 16, 2024 9:17 am און ווי איך האב דיר שוין אמאל געזאגט - דאכט זיך - מיר (די איינוואוינער) האבן זיך נישט אפגעטיילט, מיר האבן עלעקטעד א נייע רב פאר קהל חסידים צו ערזעצן הרב שטיינמענץ שליט"א ווען ער האט אפגעטרעטן, און אויב עס איז דא איין מענטש וועם עס געפעלט נישט (און רוב וואס שטייען מיט אים זענען דירעקט באצאלט ביי אים), ווערן מיר נישט צוליב דעם א 'נייע' קהילה, און ער בלייבט נישט די 'ארגינעלע' קהילה, וואטעווער. 80 פראצענט קהילה האט געוועלט פאר הרב ראבינאוויטש ואין בזה חולק.
אקעי, "דאס" איז די שאלה דא. נישט ווער עס האט געמאכט די לעדערהעט, נאר ווער האט זיך אפגעטיילט פון וועמען.

הרב רובין האט געויבט די געגנט מיט זיין געלט, מיט זיין ארבעט, מיט זיינע נדבות. זאגסטו אז די איינוואוינער ווערן בעה"ב איבער אים? קען זיין, אבער איך מיין אז לפי דבריו זענען רוב איינוואוינער מיט אים, אויב מען רעכנט נאר עכטע איינוואוינער.

זאגסטו אז ס'איז נאר ווייל ער האלט זיי אויס, נו, האלט דו זיי אויס... דאס אז ער האלט זיי אויס דאס איז טאקע די סיבה פארוואס דאס פלאץ איז מער ווייניגער זיינס.

מסתמא האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 16, 2024 9:17 am ואחזור עוד פעם, א בונה פון א קהילה האט זעראו בעלות אויפן שטאט. נישטא אזא קנין. אין הלכה האט יעדע קהילה א דין ווי נאך א שטאט.
הלכה איז נוגע ביי דין תורה. דא רעדט מען ענדרעש פון מענטשהייט.

ער פרעגט זייער א גוטע קושיא. א מענטש בויט א געגנט בשתי ידים טויזנטער מייל אוועק פונעם ישוב, און קוים עס איז דא 25 משפחות וויל מען אים ארויסזען? עס מאכט נישט קיין סענס.
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1208
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 3311

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך מסתמא »

דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 16, 2024 10:06 am 1 אקעי, "דאס" איז די שאלה דא. נישט ווער עס האט געמאכט די לעדערהעט, נאר ווער האט זיך אפגעטיילט פון וועמען.

2 הרב רובין האט געויבט די געגנט מיט זיין געלט, מיט זיין ארבעט, מיט זיינע נדבות. זאגסטו אז די איינוואוינער ווערן בעה"ב איבער אים? קען זיין, א מענטש בויט א געגנט בשתי ידים טויזנטער מייל אוועק פונעם ישוב, און קוים עס איז דא 25 משפחות וויל מען אים ארויסזען? עס מאכט נישט קיין סענס.

3 אבער איך מיין אז לפי דבריו זענען רוב איינוואוינער מיט אים, אויב מען רעכנט נאר עכטע איינוואוינער.
1 סימפל. דאס רוב ארגינעלע איינוואוינער ווילן נישט די פירערשאפט פון די גרינדער. און די סיבה פון זיך טיילן איז ווייל די ביהמ”ד איז אויף א פריוואטע נאמען, טראץ דאס נעמען נדבות וכו’. זיי זעהען זיך ווי די ארגינעלע קהילה וועלכע איז פארטריבן געווארן.

2 די געגנט איז קיינמאל נישט געמארקעט געווארן, און מארקעט זיך ווייטער נישט, אז דא איז דא א יחיד וואס איז בעה”ב. מהאט אהינגעשלעפט מענטשן וואוינען. אויפגעבן זייער האב און גוטס. צו געוואור ווערן אז זיי קומען צו א רשות היחיד???? ניין! זיי זאגן אז זיי ווילן א געהעריגע לעגיטימע קהילה געפירט דורכן ציבור. דאס אז איינער האט עס געבויט מאכט עס נישט רעכט צו זאגן פארן ציבור אז עטס האטס זעראו רעכטן אליינס צו פירן די ווערטשאפט דא. ובפרט ווען אדעתה דהכי לא התישבתי כאן.

3 אבסאלוטלי נישט וואר. די אנדערע קהילה מעמבערס וואוינען אלע איבערן יאר אין קאסא גראנדע, סאיז שקר וכזב. דער רב קומט און גייט אבער פלאנט זיך בעזה”ש ענדגילטיג צו באזעצן דארטן.

לסיכום, אין מיינע אויגן איז דא עכט נישט דא אויף וואס דן צו זיין חוץ אויף א לעטטערהעד. אנדערשווייז זאל זיך יעדער גיין זיין וועג. מצידי קענען די נעקסטע מנין אידן אוועקשטעלן א דריטע קהילה.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5374
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 10139

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך דער תהלים איד »

מסתמא האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 16, 2024 10:47 am 1 סימפל. דאס רוב ארגינעלע איינוואוינער ווילן נישט די פירערשאפט פון די גרינדער. און די סיבה פון זיך טיילן איז ווייל די ביהמ”ד איז אויף א פריוואטע נאמען, טראץ דאס נעמען נדבות וכו’. זיי זעהען זיך ווי די ארגינעלע קהילה וועלכע איז פארטריבן געווארן.
די אישו איז פשוט אז די שול איז אויף א פריוואטע נאמען? דאס איז געווען א סורפרייז?

מסתמא האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 16, 2024 10:47 am 2 די געגנט איז קיינמאל נישט געמארקעט געווארן, און מארקעט זיך ווייטער נישט, אז דא איז דא א יחיד וואס איז בעה”ב. מהאט אהינגעשלעפט מענטשן וואוינען. אויפגעבן זייער האב און גוטס. צו געוואור ווערן אז זיי קומען צו א רשות היחיד???? ניין! זיי זאגן אז זיי ווילן א געהעריגע לעגיטימע קהילה געפירט דורכן ציבור. דאס אז איינער האט עס געבויט מאכט עס נישט רעכט צו זאגן פארן ציבור אז עטס האטס זעראו רעכטן אליינס צו פירן די ווערטשאפט דא. ובפרט ווען אדעתה דהכי לא התישבתי כאן.
רשות היחיד לגבי וואס?

לפי דברי די גרינדער, איז עס געמאכט אלס רשה"י כדי צו קאנטראלירן ווער עס באקומט די סערוויסעס, כד צו האלטן קאנטראל אויף די פרייזן. איך פארשטיי אז מ'קען מחולק זיין דערמיט, אבער נישט רשות היחיד איז די נושא, נישט די נאמען אינעם דיד איז די נושא.

מסתמא האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 16, 2024 10:47 am 3 אבסאלוטלי נישט וואר. די אנדערע קהילה מעמבערס וואוינען אלע איבערן יאר אין קאסא גראנדע, סאיז שקר וכזב. דער רב קומט און גייט אבער פלאנט זיך בעזה”ש ענדגילטיג צו באזעצן דארטן.
האסט נישט פארשטאנען. מיין שאלה איז ווער עס האט רוב שטימען צוויש די גאנץ יאריגע איינוואוינער, אויב זאל מען מאכן שטימען.

מסתמא האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 16, 2024 10:47 am לסיכום, אין מיינע אויגן איז דא עכט נישט דא אויף וואס דן צו זיין חוץ אויף א לעטטערהעד. אנדערשווייז זאל זיך יעדער גיין זיין וועג. מצידי קענען די נעקסטע מנין אידן אוועקשטעלן א דריטע קהילה.
איך האלט אויך אזוי.

כאטש וואס ס'איז זייער אנפארשענעט אז א נייע געגנט מיט 25 מענטשן דארף זיך שוין אפטיילן. אבער אויב פארשטייט מען זיך נישט, איז דאס די וועג. ביי דיר איז עס יא א לכתחילה, ווייל דו ביסט לכאורה זייער אנטי סיסטעם, בלינדערהייט... און עס קען זיין אז דו מאכסט א שטארקע טעות (איך וייס נישט דעם אמת דא, כאמור).
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1208
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 3311

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך מסתמא »

דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 16, 2024 11:11 am
מסתמא האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 16, 2024 10:47 am 1 סימפל. דאס רוב ארגינעלע איינוואוינער ווילן נישט די פירערשאפט פון די גרינדער. און די סיבה פון זיך טיילן איז ווייל די ביהמ”ד איז אויף א פריוואטע נאמען, טראץ דאס נעמען נדבות וכו’. זיי זעהען זיך ווי די ארגינעלע קהילה וועלכע איז פארטריבן געווארן.
1 די אישו איז פשוט אז די שול איז אויף א פריוואטע נאמען? דאס איז געווען א סורפרייז?

מסתמא האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 16, 2024 10:47 am 2 די געגנט איז קיינמאל נישט געמארקעט געווארן, און מארקעט זיך ווייטער נישט, אז דא איז דא א יחיד וואס איז בעה”ב. מהאט אהינגעשלעפט מענטשן וואוינען. אויפגעבן זייער האב און גוטס. צו געוואור ווערן אז זיי קומען צו א רשות היחיד???? ניין! זיי זאגן אז זיי ווילן א געהעריגע לעגיטימע קהילה געפירט דורכן ציבור. דאס אז איינער האט עס געבויט מאכט עס נישט רעכט צו זאגן פארן ציבור אז עטס האטס זעראו רעכטן אליינס צו פירן די ווערטשאפט דא. ובפרט ווען אדעתה דהכי לא התישבתי כאן.
2 רשות היחיד לגבי וואס?

לפי דברי די גרינדער, איז עס געמאכט אלס רשה"י כדי צו קאנטראלירן ווער עס באקומט די סערוויסעס, כד צו האלטן קאנטראל אויף די פרייזן. איך פארשטיי אז מ'קען מחולק זיין דערמיט, אבער נישט רשות היחיד איז די נושא, נישט די נאמען אינעם דיד איז די נושא.

מסתמא האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 16, 2024 10:47 am 3 אבסאלוטלי נישט וואר. די אנדערע קהילה מעמבערס וואוינען אלע איבערן יאר אין קאסא גראנדע, סאיז שקר וכזב. דער רב קומט און גייט אבער פלאנט זיך בעזה”ש ענדגילטיג צו באזעצן דארטן.
3 האסט נישט פארשטאנען. מיין שאלה איז ווער עס האט רוב שטימען צוויש די גאנץ יאריגע איינוואוינער, אויב זאל מען מאכן שטימען.

מסתמא האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 16, 2024 10:47 am לסיכום, אין מיינע אויגן איז דא עכט נישט דא אויף וואס דן צו זיין חוץ אויף א לעטטערהעד. אנדערשווייז זאל זיך יעדער גיין זיין וועג. מצידי קענען די נעקסטע מנין אידן אוועקשטעלן א דריטע קהילה.
4 איך האלט אויך אזוי.

כאטש וואס ס'איז זייער אנפארשענעט אז א נייע געגנט מיט 25 מענטשן דארף זיך שוין אפטיילן. אבער אויב פארשטייט מען זיך נישט, איז דאס די וועג. ביי דיר איז עס יא א לכתחילה, ווייל דו ביסט לכאורה זייער אנטי סיסטעם, בלינדערהייט... און עס קען זיין אז דו מאכסט א שטארקע טעות (איך וייס נישט דעם אמת דא, כאמור).
1 יא. עס איז ערווארטעט אז ווען משטעלט אוועק א קהילה אז דער ציבור אליינס זאל עס פירן.

2 אז אלע בנינים און סערוויסעס ליגט אויף א פריוואטע נאמען פונעם מייסד און דער ציבור איז אינטער אים בע”כ. דאס איז נישט געווען ערווארטעט.
וכן די תקנות איז שפעטער צוגעקומען שוין נאכן האבן א ציבור וואוינען דארטן. עגעין, אן אריינגיין אין די ריכטיגקייט שבו.

3 עס איז האלב אויף האלב. אויב עפעס האבן די אפגעטיילטע מער. עגעין, גאנציעריגע איינוואוינער. ספעציפיש ביי די וואלן פאר הרב ראבינאוויטש האבן 80 פראצענט איינוואוינער געשטימט פאר אים.

4 טעות. איך בין פראו ווי מער סיסטעם’ס. חס ושלום אנטי סיסטעם. נאך א קהילה און נאך א קהילה. ווי מער אידישע רוחניות אינסטיטוציעס און סערוויסעס.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
שרייב פאוסט