זיין שווער איז א זוהן פון הרה"צ מעדעלין און איידעם פון הגאון רבי סענדר גראס שליט"א
יהא בואו לברכה.
זיין שווער איז א זוהן פון הרה"צ מעדעלין און איידעם פון הגאון רבי סענדר גראס שליט"א
דארף יעצט ארבייטן
יאפ, עס איז א געוואלדיגע שמחה אז א פרישע אינגערמאן האט גענומען די קוראדזש זיך אויפצוהייבן מיט זיין געזינדל און זיך אריבערצוען וואוינען אינעם אויפבליענדן ישוב.
# מיסאינפארמאציע אלערט:אלע צוזאמען האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 08, 2024 7:48 pmיאפ, עס איז א געוואלדיגע שמחה אז א פרישע אינגערמאן האט גענומען די קוראדזש זיך אויפצוהייבן מיט זיין געזינדל און זיך אריבערצוען וואוינען אינעם אויפבליענדן ישוב.
נאך מער איז די התפעלות און וויכטיג ארויסצוברענגן אז עס איז נאך מעגליך היינט פאר א אינגערמאן צו קויפן א שיינע גרויסע הויז (עטוואס העכער 3K סק"פ) פאר א נארמאלע פרייז און נאך מיט שפאט ביליגע טעקסעס, אן דארפן אפילו זיך שלאגן און אראפהאנדלן די פרייז, דער אינגערמאן האט געקויפט דעם הויז פאר די געהעריגע פרייז וואס דער הויז איז ארויסגעלייגט געווארן וואס איז געווען 399K דאלער, וואס באדייט אז עס קען זיין אז ער האט נאר געדארפט אראפלייגן ביז אזוי ווייניג ווי $15,000.
פאלגענד איז א זילאו לינק צו דעם הויז וואס דער אינגערמאן האט זיך איינגעהאנדלט, ווי איר קענט זעהן די פרייז פונעם הויז און די פרטים.
https://www.zillow.com/homedetails/1885 ... 6705_zpid/
און יא, איר קענט אויך האבן די מעגליכקייט צו קויפן דא א הויז פאר אזא סארט פרייז, דאס איז די געהעריגע מארקעט פרייז ווי די פרייזן לויפן פאר די לעצטע צוויי יאר (זינט די רעיטס זענען אזוי הויעך), א קלענערע הויז איז ארום 350K אדער אביסעלע ווייניגער, א גרעסערע הויז גייט ארום 400K און מיט א פול (שווימבאסיין) קען עס אנקומען צו ארום 450K.
די מארקעט איז זייער הייס דא אינעם געגנט, א שטייגער ווי דער הויז וואס איז געווען אויף דער מארקעט פאר אונטער צוויי טאג (די קלאוזינג שטייט האט גענומען צוויי חדשים, אבער דער עקטשול הויז איז געווען אויפן מארקעט פאר בלויז צוויי טאג), רובא דרובא הייזער גייט זייער שנעל אינעם געגנט היות קאסא גראנדע איז זייער א בליענדע שטאט נישט דווקא ביי די אידישע באפעלקערונג.
צו הערן מער איבער די מארקעט אין קאסא גראנדע (און אין אריזאנע אין אלגעמיין), און זיך איינצוהאנדלען אייער אייגן הייזקע ווי איר וועט קענען קובע דירה זיין אי"ה, פארבינדט אייך מיט די היימישע אגענט אין קאסא גראנדע.
ר' נחמן לעפקאוויטש הי"ו
היימישער ריעל עסטעיט אגענט אין אריזאנע
845-422-2782
Nlefkowitzhomes@gmail.com
(ווי אלעמאל קענט איר מיר קאנטאקטן דיירעקטלי אין טישי אויב איז דאס גרינגער און באקוועמער און מיר וועלן פרובירן אייך צו ארויסהעלפן).
קאסא גראנדע אריזאנע. דאס קומענדיגע בליענדע שטעטל פאר חסידישע אידן!מסתמא האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 08, 2024 11:34 pm בקיצור, האמיר דא א מחלוקת צווישן צוויי קאסא גראנדא איינוואוינער איבער די סטאטוס פון די הייזער, צו סאיז אין היי דימענד אדער אין לאו דימענד.
דאס רעדן פון נאר נוצן איינס פון די קהילות צענטראלע מעקלעריי איז לענ”ד שלא מן הענין. איין קהילה שטייט דערויף בשעת די צווייטע קהילה האלט דייקא יא פון א פרייע מארקעט. דאס האט נישט מיט די ’היי דימענד’ ’לאו דימענד’ דיספיוט.
אן ענטפער לענ”ד שלא מן הענין.וכן נוהגין האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 09, 2024 12:25 amקאסא גראנדע אריזאנע. דאס קומענדיגע בליענדע שטעטל פאר חסידישע אידן!מסתמא האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 08, 2024 11:34 pm בקיצור, האמיר דא א מחלוקת צווישן צוויי קאסא גראנדא איינוואוינער איבער די סטאטוס פון די הייזער, צו סאיז אין היי דימענד אדער אין לאו דימענד.
דאס רעדן פון נאר נוצן איינס פון די קהילות צענטראלע מעקלעריי איז לענ”ד שלא מן הענין. איין קהילה שטייט דערויף בשעת די צווייטע קהילה האלט דייקא יא פון א פרייע מארקעט. דאס האט נישט מיט די ’היי דימענד’ ’לאו דימענד’ דיספיוט.
יא זיי האבן אהערגעשטעלט תקנות מיט א שטארקע סטראקטור פאר א ערליכע וואוקס פון די שטעיטל. ווער עס גלייכט עס נישט, אדער אויב האט איינער יא געמופט און נישט געוואוסט פון די תקנות, דארף נעבעך איינזעהן אז ער האט געמאכט א טעות און ער מעג אוועקמופן צו א פלאץ וואס עס שמעקט אים. אדער איז ער וועלקאם צו בויען א ישוב אין א צווייטע שטעיטל מיט די תקנות און סטראקטור וואס ער גלייכט! צו שטערן יענעם'ס פראיעקט איז קיינמאל נישט קיין שיינע זאך!
א קהילה מיט גרויסע בתי מדרשים, הערליכע מקוואות, אהערגעשטעלטע מוסדות, צוגעשטעלטע כשר'ע גראסערי, א חשוב'ע רבי האדמו"ר מדינוב שליט"א, א דיין וועלעכע וואוינט אויפן פלאץ א גאנץ יאר, שיעורי תורה, ועד העירוב, בית השחיטה אלץ אינטער א חשוב'ע רב הרב רבי חיים שלמה בערגער שליט"א.
צו שטערן יענעם'ס פראיעקט איז קיינמאל נישט קיין שיינע זאך!
אט אזוי. אזוי שיין און איידל צו רעדן פון א הייקעלע נושא. א שטאלץ.פנים חדשות האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 09, 2024 11:57 am @מסתמא, ער האט געברענגט די תקנות ווייל איינער אנדערש האט געברענגט א נומער פון א בראוקער, איז דערפאר האט ער געשריבען אז לויט די תקנות פון זיין קהילה טאר מען נישט רופען סיי וועלכע בראוקער, און טאמער מען טוט אזוי קען מען זיך טרעפן אומוויסענדיגערהייט אויסגעשלאסען פון נוצען די סערוויסעס פון זיין קהילה, וואס דאס איז אודאי א גרויסע חיסרון פאר יעדער איינער, אויך איינער וואס זוכט נישט צו זיין עפילירט דווקא מיט יענע קהילה, וממילא קומט שטארק אריין זיין תגובה.
נאר דאס יא, אז ער וואלט געמעגט אנערקענען אז ס'דא א אנדערע קהילה, וואס איינער וואס קויפט שלא לפי התקנות קען זיך דארט טרעפן א פלאץ, אבער מען קען נישט ערווארטען פון איינער וואס געהער צו א קהילה, צו אפיציעל אנערקענען, און שרייבען וועגן, א קאנקורירענדע קהילה (וואס לפי די טענות פון זיין קהילה, טוט יענע קהילה שאדען מאכען פאר די וואוקס פון קאסא גראנדע און פאר אלע צוקונפטדיגער תושבים און פאטענציאלע קונים).
געזונטערהייט, אבער פארוואס זיך קריגן אין פאקטן?פנים חדשות האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 09, 2024 11:57 am @מסתמא, ער האט געברענגט די תקנות ווייל איינער אנדערש האט געברענגט א נומער פון א בראוקער, איז דערפאר האט ער געשריבען אז לויט די תקנות פון זיין קהילה טאר מען נישט רופען סיי וועלכע בראוקער, און טאמער מען טוט אזוי קען מען זיך טרעפן אומוויסענדיגערהייט אויסגעשלאסען פון נוצען די סערוויסעס פון זיין קהילה, וואס דאס איז אודאי א גרויסע חיסרון פאר יעדער איינער, אויך איינער וואס זוכט נישט צו זיין עפילירט דווקא מיט יענע קהילה, וממילא קומט שטארק אריין זיין תגובה.
נאר דאס יא, אז ער וואלט געמעגט אנערקענען אז ס'דא א אנדערע קהילה, וואס איינער וואס קויפט שלא לפי התקנות קען זיך דארט טרעפן א פלאץ, אבער מען קען נישט ערווארטען פון איינער וואס געהער צו א קהילה, צו אפיציעל אנערקענען, און שרייבען וועגן, א קאנקורירענדע קהילה (וואס לפי די טענות פון זיין קהילה, טוט יענע קהילה שאדען מאכען פאר די וואוקס פון קאסא גראנדע און פאר אלע צוקונפטדיגער תושבים און פאטענציאלע קונים).
נאכן הערן פון א כלי ראשון פון די אנדערע קהילה געוויסע פרטים, האב איך חרטה פארן שרייבען די צוויי שורות (נישט אז איך בין איבערצייגט אז ס'איז נישט ריכטיג, אבער איך זעה שוין צוויי צדדים, וואס איך פלאן נישט צו זיין די בי"ד וואס וועט פסקנ'ען ווער איז די דובר אמת... איז ממילא וואלט איך נישט געדארפט שרייבען די שורות).פנים חדשות האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 09, 2024 11:57 am(וואס לפי די טענות פון זיין קהילה, טוט יענע קהילה שאדען מאכען פאר די וואוקס פון קאסא גראנדע און פאר אלע צוקונפטדיגער תושבים און פאטענציאלע קונים).
באקומען פון איינעם אין פריוואט (ארויסגענומען די אומאקטועלע חלקים):וואוילער האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 09, 2024 11:57 pm @וכן נוהגין אויב האב איך (בעסער געזאגט, איך האב) געהאט מחשבות פון איין טאג אהין מופן, מאכסטו מיר פארגיין די אפעטיט...
גראדע האב איך אלעמאל געוואוסט פון די תקנות, און ביי די מיינונג אז ס'איז א גוטע זאך,
אבער יעצט ווען ס'דא א קבוצה וואס איז דארט, און שטעלט זיך נישט צו, און פון די אנדערע זייט ארבעט צו צושטעלן אלע סערוויסעס, ווערט די מצב אזוי הייס, אז ס'קוקט אויס ווי אויב קום איך אהין לייג איך מיך אריין אין קאפ וויי, יעדע טריט וועט מיר זיין געמאסטן, אזויווי ליידער אין די צייטן ווען אין געוויסע קהילות האט מען נאכגעקוקט צו וועם דו רעדסט און אין וועלכע שול דו טרעטסט אריין.
איך האב גארנישט מיט די ישוב אבער איך מיין אז דאס איז אביסל איבערגעטריבן. א בארא פארקער וואס זוכט א נייע דירה בדרך כלל גייט קיין לינדען אדער מאנסי, א וויליאמסבורגער סאטמארער גייט קיין קרית יואל והגלילות. ניין און ניינציג פראצענט מענטשן וואס זוכן דירות איז די אויסוואל לאקאל און נישט אין אריזאנע. איך מיין נישט אראפצורייסן פשוט די מציאות.וכן נוהגין האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 09, 2024 12:25 am
קאסא גראנדע אריזאנע. דאס קומענדיגע בליענדע שטעטל פאר חסידישע אידן!
לויט ווי מען האלט יעצט וואוינען דא ארום 25 משפחות (עס איז שווער צו זאגן א פונקטליכע נומבער היות עס איז אלעמאל דא די שאלה וועם מ'רעכנט אריין אלץ תושב וכדומה).
א בילד פון די כיתה א' בליעה"ר, תלמוד תורה כנסת יהושע ד'קהל חסידים