בני ברק - דער אידישער אמבאסאדאר פון אמעריקע קיין מדינת ישראל דזשעק לו האט באזוכט דער שטאט בני ברק און איז אנגעקומען צום שטוב פון הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקע צו איבערשמועסן ענינים העומדים על הפרק און דער ראש ישיבה האט אים דערנאך אנגעוואונטשן מיט א ברכת שנה טובה. דער אמבאסאדאר האט געברענגט פארן ראש ישיבה א ספעציעלע דאנק פונעם אמעריקאנער פרעזידענט דזשאו ביידען פאר זיינע קלארע ווערטער די פארלאפענע וואכן קעגן דאס ארויפגיין אויף די הר הבית דערנאך וואס עטליכע עקסטרעמע מיניסטארן פון די רעכטע עוצמה יהודית פארטיי זענען ארויפגעגאנגען. ער האט זיך אויך באדאנקט פארן ארויסשטעלן די קלארע השקפה פון אידן שומרי תורה ומצוות בנוגע דאס ארויפגיין אויף די הר הבית אויף די אראבישע שפראך אין די ליטווישע 'יתד נאמן' צייטונג, וואס האט טיילווייז בארואיגט די געמיטער פון די איבעריגע מוסולמענער וועלט.
קרית צאנז - הגאון רבי יצחק דוד גראסמאן שליט"א, דער רב פון מגדל העמק וואס האלט זיך אויף אין די טעג אויף אפרוה אין די דערנעבענדע מלון גלי צאנז האט באזוכט ביי כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א און צווישן אנדערע פארציילט פארן רבי׳ן א וואונדערליכע געשיכטע איבער א נאצי קאמאנדיר וואס האט צושניטן א ספר תורה ביים קריג און וואונדערליך איז דאס געווען ביי די פסוקים פון די תוכחה.
דער געשיכטע גייט צוריק מיט עטליכע יאר צוריק ווען די קאונסיל פארזיצער פון דער גליל התחתון אומגענט האט אפגערייזט קיין דייטשלאנד מיט א דעלעגאציע פון מעיארן אויף א צערעמאניע צו אפצייכענען 25 יאר פון צוזאמענארבעט צווישן די שטעט אין מדינת ישראל און דייטשלאנד.
זייענדיג ביים צערעמאניע איז צוגעקומען צו אים איינער פון די פארלאמענט מיטגלידער און אים איבערגעגעבן א קאנווערט פון זיין פאטער, ווען ער האט עס געעפנט איז ער דערשיטערט געווארן צו געפונען דערין א שטיקל קלף פון א ספר תורה וואס אינעווייניג איז געלעגן א אידענטיפיקאציע ביכל פון א נאצי קאמאנדיר.
ווי דער פארלאמענט מיטגליד האט פארציילט האט זיין פאטער געדינט אלס נאצי קאמאנדיר אין די עס. עס. דורכאויס די צווייטע וועלטס מלחמה אבער האט דאס געהאלטן פאר א געהיימניס א גאנץ לעבן, אויף זיין קראנקע בעט האט ער אים צוגערופן און איבערגעגעבן דעם שטיקל קלף און פארציילט די געשיכטע אונטער דעם. עס איז געווען ביים ענדע פון קריג ווען זיי זענען אנגעקומען צו איינע פון די שטעטלעך אין ליטא, אזויווי איבעראל זענען זיי צו ערשט צוגעגאנגען צום שוהל און דאס אונטערגעצינדן, וויבאלד עס האט שטארק גערעגנט און ער האט מורא געהאט אז זיינע פאפירן וועלן נאס ווערן איז ער אריין אינעם שוהל זוכן עפעס וואס קען עס באשיצן פון די וואסער. ער האט געטראפן דארט א ספר תורה און אויסגעשניטן א שטיקל דערפון רח"ל וואס ער מיט דעם איינגעוויקלט זיינע פאפירן, די פסוקים וואס ער האט אויסגעשניטן זענען וואונדערליך געווען די פסוקים פון די תוכחה אין פרשת כי תבא, זיין פאטער האט אים דאן געבעטן עס צו אפשיקן קיין ארץ ישראל, נאכן ענדיגן פארציילן די געשיכטע האט הרב גראסמאן דערביי איבערגעגעבן א קאפיע פון די קלף פאר רבי'ן.
בארא פארק - די הנהלה פון די בית החסידים דחסידי גור אויף די 18׳טע עוועניו האט ארויסגעשטעלט א מעלדונג אז עס וועט ווערן געגעבן די אסטראנאמישע סומע פון $23,000 פאר ווער עס וועט אויספירן א שידוך פאר איינע פון די בחורים אדער מיידלעך העכער 22 יאר, וואס זייערע עלטערן דאווענען אין שטיבל.
שבת קודש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2024 3:31 pm
קול בחצרות מעלדט אז ס'איז פארגעקומען א מעמד קבלת פנים פאר וויזניצער רבי שליט''א פון מרכז אין סאטמערער ת''ת אין לעקוואוויד
איז עס אמת? סיבה?
דאכט זיך מיר אז ס'איז אויך געמאלדן געווארן אפאר יאר צוריק אז די גור'ע חתונה וועט פארקומען אין ביהמ''ד הגדול קר''י... איינער געדענקט?
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
שבת קודש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2024 3:31 pm
קול בחצרות מעלדט אז ס'איז פארגעקומען א מעמד קבלת פנים פאר וויזניצער רבי שליט''א פון מרכז אין סאטמערער ת''ת אין לעקוואוויד
איז עס אמת? סיבה?
קען זיין און די אלטע סאטמאר'ע ת"ת וואס איז היינט א פריוואטע ליטווישע חדר
שבת קודש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2024 3:31 pm
קול בחצרות מעלדט אז ס'איז פארגעקומען א מעמד קבלת פנים פאר וויזניצער רבי שליט''א פון מרכז אין סאטמערער ת''ת אין לעקוואוויד
איז עס אמת? סיבה?
קען זיין און די אלטע סאטמאר'ע ת"ת וואס איז היינט א פריוואטע ליטווישע חדר
נישט פרייוואט, עס איז אונטער רב פון סאטמאר לעיקוואד הרה"ג ר' מרדכי בצלאל קליין שליט"א, אבער באשטייט בעיקר פון ליטווישע משפחות