דער גנב דער בעל תפילה

פאעזיע, גראמען, און קונסטווערק
אוועיטער
מיינע פאעזיעס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 440
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 2:13 am
Location: אויפן פאפיר
x 1255

דער גנב דער בעל תפילה

פאוסט דורך מיינע פאעזיעס »

יעקב אבינו זיין שווער לָבָן ער באוואשט
צוואנציג יאר האב איך דיין שאף געפאשעט

די האסט געזעהן און די בהמות הצלחה לייק נעווער ביפאָר
אלעס און די זכות פון מיינע תפילות יאָ קעֱן בִי שָאר

נישט געווען קיין איין טריפה אדער בהמות מיט קראנקייטן
און די ריקסט דיך אהן ווי א מחותן א ברייטן

און מיר אזוי מיאוס בא'גנב'ט די האסט
כ'האב דיך שוין פון אנהייב נישט געטראסט

אויף דעם פרעגן א קשיא איך וויל עס
אויב די הצלחה איז געוועהן דורך יעקב'ס תפילות

דאן פארוואס האט ער נישט אויך מתפלל געווען
אז די גניבה שטיקלעך זאלן נישט געשעהן

הערטס א תירוץ אויף דעם קשיא דעם שווערן
א מורדיגע לימוד קומט עס אונז לאזן הערן

די גמרא זאגט דער באשעפער הערט יעדעמס תפילות
אפילו אויב דער גנב איז מתפלל פאר זיינע פעולות

ממילא אויב ביפאר דעם גניבה ער טוט צוטרעטן
טוט ער צום באשעפער פאר הצלחה אונעם גניבה בעטן

ווערט זיין תפילה אויסגעהערט
אפילו א רשע וואס איז גארנישט ווערט

יעקב אבינו האט נישט מתפלל געוועהן ווייל
ער האט געוויסט פון אט די כלל

(ר' אלימלך בידערמאן בשם ספרים הקדושים)

#ויצא
פאעזיע איז מיין פאך! און עס איז די בעסטע שפראך!!(מפתח)
פופציגער האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 24, 2024 10:44 pm זיך צווינגען צו שרייבן איז ווי אויפוועקן עמיצן פון שלאף, און הייסן זינגען א חזנות שטיקל. ס'ארבעט נישט אזוי.
שרייב פאוסט