אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
רוסלאנד ווארענט אז די לאנד איז גרייט אוועק צו שטעלן מיסעלס אין אזיע אין פאל אמעריקא טוט אהין ברענגן מיסל סיסטעמס
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
די סירישע רעבעלן האבן געעפנט א אפענסיווע אויף די אומשטעט פון אלעפא קעגן די אסאד טרופן.
זיי האבן פארכאפט איין מיליטערישע באזע און אראפגעשאסן א העליקאפטער.
דאס איז די גרעסטע אויף פלאקערונג אין די לעצטע פיר יאר אין די ארטיגע ציווילע קריג.
זיי האבן פארכאפט איין מיליטערישע באזע און אראפגעשאסן א העליקאפטער.
דאס איז די גרעסטע אויף פלאקערונג אין די לעצטע פיר יאר אין די ארטיגע ציווילע קריג.
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
אויסטראליע'ס פארלאמענט האט באשטעטיגט א סאושל מידיא פארבאט קעגן קינדער אונטער 16 יאר אלט.
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
כ'מיין מ'קען עפענען אן עקסטערן טעמע.
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
וואס גייט פאר אין דרום קארעא?
איך כאפ נישט וואס טוט זיך דארט.
איך כאפ נישט וואס טוט זיך דארט.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
- אויך מיר א מבין
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 4
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 2:43 am
- x 22
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
דער פרעזידענט פון דרום קארעא האט מורא געהאט אז די אפעזיציע פון די רעגירונג וועט דורכפירן א פוטש אויף אים, ממילא האט ער גערופן דאס לאנד צו נישט שטיצן די געזעצגעבער וואס ווילן פירן דאס לאנד צוזאמען מיט די קאמעניסטישע צפון קארעא און באשולדיגט די אפעזיציע מיט די שריט וואס ער ’מוז’ נעמען. און דער פרעזידענט האט גערופן די מארשאל לאו, אז די מיליטער זאל אכטונג געבן אויף די גאסן וואוסענדיג וואס עס קומט.
אזאנס האט שוין נישט פאסירט אין לאנד זינט 1979 למס’, אז דער פרעזידענט זאל גיין קעגן געזעץ. און דער פאלק וויל למעשה א אנדערע סארט פירערשאפט, האט זיך אנגעהויבן ריזיגע פראטעסטן אויף די דרום קארעא גאסן. און די געזעצגעבער האבן געוואלט אריינקומען אין פארלאמענט דורכפירן א געזעץ, האבן די פאליציי זיי פארשיקט פון דארט. און פארנט פון די פארלעמענט האבן זיך פארזאמלט טויזענטער פראטעסטירער צו צייגן שטיצע פאר די אפעזיציע.

- קליין געלט
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 5
- זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 24, 2024 3:26 am
- x 14
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
איינער מיט מער פרטים?אויך מיר א מבין האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 12:21 pm דער פרעזידענט פון דרום קארעא האט מורא געהאט אז די אפעזיציע פון די רעגירונג וועט דורכפירן א פוטש אויף אים, ממילא האט ער גערופן דאס לאנד צו נישט שטיצן די געזעצגעבער וואס ווילן פירן דאס לאנד צוזאמען מיט די קאמעניסטישע צפון קארעא און באשולדיגט די אפעזיציע מיט די שריט וואס ער ’מוז’ נעמען. און דער פרעזידענט האט גערופן די מארשאל לאו, אז די מיליטער זאל אכטונג געבן אויף די גאסן וואוסענדיג וואס עס קומט.
אזאנס האט שוין נישט פאסירט אין לאנד זינט 1979 למס’, אז דער פרעזידענט זאל גיין קעגן געזעץ. און דער פאלק וויל למעשה א אנדערע סארט פירערשאפט, האט זיך אנגעהויבן ריזיגע פראטעסטן אויף די דרום קארעא גאסן. און די געזעצגעבער האבן געוואלט אריינקומען אין פארלאמענט דורכפירן א געזעץ, האבן די פאליציי זיי פארשיקט פון דארט. און פארנט פון די פארלעמענט האבן זיך פארזאמלט טויזענטער פראטעסטירער צו צייגן שטיצע פאר די אפעזיציע.
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
ער האט געמאכט מארשאל לאו אינמיטן די נאכט און געפלאנט צו ארעסטירן די אפזיציע און אפשטעלן די פארלאמענט סעסיעס. מיט ניסים זענען זיי זיך שנעל צאמגעקומען און געוואוט 190 קעגן 0 אפצושטעלן די מארשאל לאו. ווען עס גייט ווען אריבער אפילו עטליכע מינוטן איז שוין האלב פארלאמענט ארעסטירט און די מארשאל לאו בלייבט לעולם דוד און סאיז אויס מיט די פרייע קארעא... סאיז געווען דא ניסים לויט מיין פארשטאנד.
דער פרעזידענט איז א רעכטער און די פארלאמענט מאיאריטעט איז לינק.
יעצט וויל די מאיאריטעט פירער אים מאכן אויס פרעזידענט פאר זיינע שריט. די מיליטער און פאליציי זענען זיך צוגאנגען אבער עס הויערן מיליטערישע העליקאפטער העכער די פארלאמענט.
סאיז נאכנישט אווער די דראמא

קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
דרום קארעא'ס פרעזידענט יון סאָק יעאָל האט צוריק געדרייט פון די 'אויסנאמס צושטאנד' דעקלעראציע וואס ער האט איינגעשטעלט
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4057
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 11241
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
פראטעסטירער שלאגן זיך מיט די מיליטער, בלאקירנדיג א טרעקל.
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4057
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 11241
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געזעצגעבער אין דרום קארעא האבן אנגעהויבן אימפיטשמענט פראצעדורן קעגן דער ארטיגער פרעזידענט נאכפאלגנדיג זיין מארשאל לאו דעקלעראציע נעכטן וואס האט געפירט צו כאאטישע פראטעסטן און צוזאמשטויסן מיט די מיליטער.
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1654
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4031
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
ממש אזוי? זיין פלאן איז געווען צו פארכאפן דאס לאנד ביז זיין טויט? ווי אזוי ארבעט מארשעל לאו, דאס עקספייערט נישט? יעדע פרעזידענט קען ווערן א דיקטאטור יעדע מינוט? נו פארוואס האט דאס ביידן (נאך) נישט געטוהן? ער קען פארארדענען מארשעל לאו און העריס בלייבט פרעזידענט די נעקסטע פופציג יאר.מסתמא האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 12:45 pm ער האט געמאכט מארשאל לאו אינמיטן די נאכט און געפלאנט צו ארעסטירן די אפזיציע און אפשטעלן די פארלאמענט סעסיעס. מיט ניסים זענען זיי זיך שנעל צאמגעקומען און געוואוט 190 קעגן 0 אפצושטעלן די מארשאל לאו. ווען עס גייט ווען אריבער אפילו עטליכע מינוטן איז שוין האלב פארלאמענט ארעסטירט און די מארשאל לאו בלייבט לעולם דוד און סאיז אויס מיט די פרייע קארעא... סאיז געווען דא ניסים לויט מיין פארשטאנד.
דער פרעזידענט איז א רעכטער און די פארלאמענט מאיאריטעט איז לינק.
יעצט וויל די מאיאריטעט פירער אים מאכן אויס פרעזידענט פאר זיינע שריט. די מיליטער און פאליציי זענען זיך צוגאנגען אבער עס הויערן מיליטערישע העליקאפטער העכער די פארלאמענט.
סאיז נאכנישט אווער די דראמא
- קליין געלט
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 5
- זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 24, 2024 3:26 am
- x 14
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
גראדע, האלט איך אז טראמפ וועט עס טון ווען עס וועט קומען די סוף פון זיין טערמין אין 2028, ער וועט נישט אזוי שנעל אויפגעבען אויף זיין ווייסע האזקע (איים סארי, גארנישט געזאגט).נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 04, 2024 11:30 amממש אזוי? זיין פלאן איז געווען צו פארכאפן דאס לאנד ביז זיין טויט? ווי אזוי ארבעט מארשעל לאו, דאס עקספייערט נישט? יעדע פרעזידענט קען ווערן א דיקטאטור יעדע ליאדע מינוט? נו פארוואס האט דאס ביידן (נאך) נישט געטוהן? ער קען פארארדענען מארשעל לאו און העריס בלייבט פרעזידענט די נעקסטע פופציג יאר.מסתמא האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 12:45 pm ער האט געמאכט מארשאל לאו אינמיטן די נאכט און געפלאנט צו ארעסטירן די אפזיציע און אפשטעלן די פארלאמענט סעסיעס. מיט ניסים זענען זיי זיך שנעל צאמגעקומען און געוואוט 190 קעגן 0 אפצושטעלן די מארשאל לאו. ווען עס גייט ווען אריבער אפילו עטליכע מינוטן איז שוין האלב פארלאמענט ארעסטירט און די מארשאל לאו בלייבט לעולם דוד און סאיז אויס מיט די פרייע קארעא... סאיז געווען דא ניסים לויט מיין פארשטאנד.
דער פרעזידענט איז א רעכטער און די פארלאמענט מאיאריטעט איז לינק.
יעצט וויל די מאיאריטעט פירער אים מאכן אויס פרעזידענט פאר זיינע שריט. די מיליטער און פאליציי זענען זיך צוגאנגען אבער עס הויערן מיליטערישע העליקאפטער העכער די פארלאמענט.
סאיז נאכנישט אווער די דראמא
תכלית, וואס איז געווען די פלאן פונם דרום פירער?!
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
אינטערעסאנט פארוואס ער האט עס נישט געניצט 2020 ווען מען האט עם עס גע'גנב'ט לשטתו?! (איים סארי, גארנישט געזאגט).קליין געלט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2024 2:26 amגראדע, האלט איך אז טראמפ וועט עס טון ווען עס וועט קומען די סוף פון זיין טערמין אין 2028, ער וועט נישט אזוי שנעל אויפגעבען אויף זיין ווייסע האזקע (איים סארי, גארנישט געזאגט).► Show Spoiler
תכלית, וואס איז געווען די פלאן פונם דרום פירער?!
תכלית, וואס איז געווען די פלאן פונם דרום פירער?!
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
סירישע רעבעלן האבן אפגעהאלטן א פרישע באדייטענדע זיג, ווען זיי האבן ארויס געשטויסן פרא-רעגירונג קרעפטן פון די שטאט חאַמאַ
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4057
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 11241
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
די פירנדע פארטיי אין לאנד האט געמאלדן זייער שטיצע צו אימפיטשן דער פרעזידענט פון זייער אייגענע פארטיי.שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 04, 2024 10:58 am געזעצגעבער אין דרום קארעא האבן אנגעהויבן אימפיטשמענט פראצעדורן קעגן דער ארטיגער פרעזידענט נאכפאלגנדיג זיין מארשאל לאו דעקלעראציע נעכטן וואס האט געפירט צו כאאטישע פראטעסטן און צוזאמשטויסן מיט די מיליטער.AA1vcIgj.img.jpg
- קליין געלט
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 5
- זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 24, 2024 3:26 am
- x 14
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
עס איז דא פארדאכטן, איבער א מעגליכע צווייטער מארשאל-לאו ארדער אין דרום קארעא, טאקע בלויז פארדאכטן, דערווייל אבער נויטיגע מאסנאמען זענען גענומען געווארן.
דעמאקראטישע פארטיי זאגט אז אלע אירע מיטגלידער זענען אנגעזאגט געווארן דערוועגן. זיי וועלן אפהאלטן אן עמוירדזשענסי זיצונג גלייך אינדערפרי
דעמאקראטישע פארטיי זאגט אז אלע אירע מיטגלידער זענען אנגעזאגט געווארן דערוועגן. זיי וועלן אפהאלטן אן עמוירדזשענסי זיצונג גלייך אינדערפרי
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
אין א פרישן פראסק פאר די טרודאו ליבעראלן, האט די פארטיי נעכטן פארלוירן א זיץ אין פארלאמענט אין דעם בריטיש-קאלאמביע פראווינץ, וואס טוט אפצייכענען די ליבעראלן'ס דריטע פארלוסט צו די קאנסערוואטיוון דעם יאר.
דאס קומט אין א צייט ווען די דרוק אויף טרודאו צו רעזיגנירן פון אמט און פאררופן אן עלעקשאן, איז שטארקע געוואקסן נעכטן נאך וואס זיין דעפיוטי פריים מיניסטער פרוי פרילענד האט רעזיגנירט פון זיין קאבינעט צוליב מיינונגס פארשידנהייטן מיט'ן פריים מיניסטער איבער די טראמפ טאריפס און די רעגירונג בודזשעט.

בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה