כינוס סאטמאר (מהרי"י) — יובל השמונים, כ"א כסלו תשפ"ה אין בארקלעיס
-
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 4
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 3:29 pm
- Location: new york
- x 14
Re: כינוס סאטמאר (מהרי"י) — יובל השמונים, כ"א כסלו תשפ"ה אין בארקלעיס
"-עס ווערט פארעפנטליך די נייעס אז אין די טעג ווערט ענדגילטיג באשטעטיגט, אז צום בעפארשטייענדן מעמד האדיר כ"א כסלו אין די גיגאנטישן בארקלעיס צענטער וועט קומען צו פארן פון ארץ ישראל דער וועלט בארימטער היימישן בעל מנגן הרה"ח ר' יואל קליין וואו ער וועט מהנה זיין דעם ציבור מיט הערליכע חסידי'שע נגינה, און איר אויפהייבן טפחיים מעל הקרקע מיט זיין זעלטענע כח, צו דאנקען דעם באשעפער אויף די פילע חסדים ביז אהער-".
דאס קומט נאך וואס דעם פארגאנגענעם ל"ג בעומר איז ער צום ערשטן מאל אין לאנגע יארן געקומען צופליען ספעציעל צום שולחן הטהור מיט די בחורים, און דאס האט איבערגעלאזט א געוואלדיגע אפקלאנג ביים היימישן ציבור, ווען מ'האט נאכאנאנד צוריקגעהערט געוואלדיגע פידבעק איבער זיין אויסערגעווענדליכע חסידי'שע נגינה סטייל פון וואס די ציבור איז מורא'דיג נתפעל געווארן. דעריבער האבן די עסקנים אריינגעלייגט שווערע כוחות שוין עטליכע חדשים אים צו קענען אריבערברענגען אויף כ"א כסלו, און ב"ה אז עלתה בידם ווען אין די איצטיגע טעג ווערט אויסגעארבעט די לעצטערע דעטאלן איבער דעם היסטארישן מעמד וואס וועט באגלייט ווערן מיט די קלאנגען פון ר' יואל קליין אז ס'זאל אלעס קלאפן מיט א געניטן עקספערטיז על צד היותר טוב.

ווייסט איינער צו די פלאר גייט אויך זיין אין באנוץ, מיט טישן אין בענקלעך? אדער ליידיג, אזויווי ביים כינוס הרבבות
Re: כינוס סאטמאר (מהרי"י) — יובל השמונים, כ"א כסלו תשפ"ה אין בארקלעיס
מען האט עס אויס געשטעלט אויף די פלענס אבער געזאגט האט מען אז איז נאך א ספק
עס ווענד זיך אין מאמענטים פונעם עולם לויט וויפל טיקעטס מען פארקויפט
Re: כינוס סאטמאר (מהרי"י) — יובל השמונים, כ"א כסלו תשפ"ה אין בארקלעיס
Re: כינוס סאטמאר (מהרי"י) — יובל השמונים, כ"א כסלו תשפ"ה אין בארקלעיס
א טאטע דארף אויך קויפן טיקעטס פאר די קינדער אדער זיי גייען מיט די חדר?
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
נפשי חולת אהבתך....
Re: כינוס סאטמאר (מהרי"י) — יובל השמונים, כ"א כסלו תשפ"ה אין בארקלעיס
...
- פיילס
-
- klk.jpeg (153.55 KiB) געזען געווארן 2749 מאל
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
נפשי חולת אהבתך....
Re: כינוס סאטמאר (מהרי"י) — יובל השמונים, כ"א כסלו תשפ"ה אין בארקלעיס
טְהוֹרִים יִירָשׁוּהָ וִיקַדְּשׁוּהָ! יוֹם קָדוֹשׁ הוּא מִבּוֹאוֹ וְעַד צֵאתוֹ!
מיט ענטוזיאַסטישע פייערליכע התרגשות ווערט געבראכן די בשורה, איבער די היסטאָרישע "מסע חינוך הטהור", פון די הונדערטער מוסרי הגוף והנפש, מנהלי המוסדות על טהרת הקודש ברחבי ארה"ק, וועלכע וועלן אי"ה אַרויסקומען צום הייליגער עצרת כבוד שמים "כינוס חסידי סאַטמאַר" במקהלות רבבות ביום כ"א כסלו אין גיגאַנטישער בארקלעיס סענטער, ווען מ'טוט אָפּצייכענען 80 יאָר פון יום הצלת רביה"ק זי"ע.
די היסטאָרישע *"מסע חינוך הטהור"* קומט צושטאַנד ע"פ פקודת הקודש פון שומר גחלת האש שלא תכוה עטרת ראשינו כ"ק מרן רבינו שליט"א מגן חינוך הטהור, וועלכער האָט איבערגעגעבן דעת קדשו הברורה, *אַז אין אַזאַ זמן ווען רבוא רבבות תלמידיו ותלמידי תלמידיו קומען זיך צונויף לחזור ולשנן ירושת רביה"ק זי"ע, איז דער זמן גרמא, צו איבער'חזר'ן און איבערגעבן פאַר די פרישע דורות אשר לא ידע את יוסף, דאָס וואָס איז געשטאַנען אויפ'ן שפּיץ פון דעם רבינ'ס לויטערע האַרץ כל ימיו!*
אין אַזאַ צייט ווען תלמידי רביה"ק זי"ע וועלן אָפּגעבן אַ שבח והודי' אויף הצלת רביה"ק זי"ע, *וועט מען בהאי שעתא אַרויסברענגען די אמת'דיגע תקפו של נס*, ווען דער רבוש"ע האָט איבערגעלאָזט דעם צדיק הדורות אָפּצוראַטעווען אונזער דור, *און מיר וועלן איבער'חזר'ן דאָס וואָס איז געגאַנגען בנפשו ולבבו פונעם רבי'ן!*
מיר וועלן צו דעם צוועק *אַרויסברענגען די בעלי מסירות נפש וואָס פירן אָן מיט די מוסדות הקדושים אין ארה"ק*, מיט בלוט און שווייס לקיים את הילד הזה!
*גאַנץ סאַטמאַר וועט מיטלעבן זייער אומבאַגרייפליכע מסירות נפש!*
מ'וועט איבער'חזר'ן און אַריינבאַקן אין זיך דאָס וואָס איז געשטאַנען ביים שפּיץ פון די 93 יעריגע ימי חייו פונעם צדיק הדורות!
וּבְכֵן וּלְךָ תַעֲלֶה קְדֻשָּׁה כִּי אַתָּה אֱלֹקֵינוּ מֶלֶךְ!
*ביום כ"א כסלו תשפ"ה וועט זיך איבערשפּילן דאָס וואָס די עלטערע דור האָבן מיטגעלעבט ביים היסטאָרישן התייסדות פון "קרן הצלה"!* עס וועט פּאַסירן אַ שטוינענדע מהפּיכה בקרב אנשי שלומינו!
צו פאַרשטיין *וואָס עס מיינט "סאַטמאַר"!* באַגרייפן וואָס עס באַדייט אַז דאָס איז געשטאַנען אויפ'ן שפּיץ פון רבינ'ס הייליגע לעבנסטעג! *צו אַנערקענען די אומגלויבליכע מסירות נפש וואָס די מקדשי השם גייען אַריבער טאָג טעגליך!*
דאָס וועט בעז"ה אויפלאַמען אויף אויפשטורעמען גאַנץ סאַטמאַר! צו גיין אויף די ריכטיגע וועגן וואָס מיר האָבן מקבל געווען פון רבי'ן! צו מחזק זיין די מוסרי הנפש בגוף ובממון! *דערלאַנגען די מאַכטפולסטע חיזוק ועידוד אין זייער הייליגן קאַמף אָפּצוראַטעווען די דורות אין ארה"ק!* צו מרומם זיין קרן חינוך הטהור לרום מעלה! להוקיר פעלם ביתר שאת ועוז למען קיום היהדות בארה"ק!
*קַדֵּשׁ אֶת שִׁמְךָ עַל מַקְדִּישֵׁי שְׁמֶךָ!*
די מנהלי המוסדות וועלן בעז"ה אָנקומען אין די טעג בעפאָר כ"א כסלו; לכבודם הרמה וועט ווערן אָפּגעראָכטן *פייערליכע מעמדי קבלת פנים אין אלע צענטראַלע שטעט, וואו רבבות פון די בני יהדות החרדית וועלן אַרויסקומען לחוצות העיר אָפּצוגעבן חיזוק למקדשי השם*. מ'וועט הערן פייערדיגע דרשות און עדות נאמנה דורך די מקדשי השם, צו מיטלעבן די אומבאַגרייפליכע מסירות נפש וואָס זיי גייען אַריבער, און אַריינבאַקן אין אונזערע הערצער דאָס וואָס ס'איז געשטאַנען על לוח לבו הטהור פון רביה"ק זי"ע.
ולאורם נסע ונלך! מיט דעם מהפיכת קודש וועלן מיר בעז"ה מקרב זיין די גאולה השלימה, און *ווען משיח וועט קומען וועט ער צייגן מיט'ן פינגער אויף אנשי שלומינו היקרים*, תחת דגלו ונשיאתו פון עמוד האש ההולך לפני מחנה ישראל כבוד קדושת מרן רבינו שליט"א, אַז מיר האָבן געהאַט די זכי' צו מקרב זיין ביאת משיח צדקינו, כלשונו הקדוש וואָס רביה"ק האָט זיך אויסגעדרוקט ביים מעמד התייסדות פון קרן הצלה.
*יהדות סאַטמאַר איינגעהילט אין דראַמאַטישע פייערליכע התרגשות!*
הבו גודל למקדשי השם! במסירות נפש נעמוד לימינכם ביתר שאת!
הנה יומה הגדול של היהדות החרדית בא!

- IMG_0957.jpeg (74.33 KiB) געזען געווארן 2620 מאל
Re: כינוס סאטמאר (מהרי"י) — יובל השמונים, כ"א כסלו תשפ"ה אין בארקלעיס
א שיינע אינטערוויא אויף מערכת סאטמאר 1-1-3 מיט איינע פון די מנהלים אין ארה''ק בנוגע די מסע חינוך הטהור
Re: כינוס סאטמאר (מהרי"י) — יובל השמונים, כ"א כסלו תשפ"ה אין בארקלעיס
איש האשכולות ורב תבונות, חן וחסד בשפתותיו, הרב ר׳ שלמה אליעזר מייזעלס הי״ו, וועלכער האָט אָנגעפירט ערשטן ״כינוס הרבבות״ אין באַרקלעיס באַשטימט אַלס ״יושב ראש״ הכינוס
ווי אויך איז רעקרוטירט געוואָרן דער גאָר טאַלאַנטפולער מייסטער פון פּראָגראַם, הר״ר שלמה שטיינמעטץ הי״ו, פון דער ״פּיוואט״ גרופּע, וועלכער האָט באַקומען צוגעטיילט די אויפגאַבע פון אָנפירן די פּראָגראַם-אָרדענונג לענגאויס די נאַכט
ווי אויך איז רעקרוטירט געוואָרן דער גאָר טאַלאַנטפולער מייסטער פון פּראָגראַם, הר״ר שלמה שטיינמעטץ הי״ו, פון דער ״פּיוואט״ גרופּע, וועלכער האָט באַקומען צוגעטיילט די אויפגאַבע פון אָנפירן די פּראָגראַם-אָרדענונג לענגאויס די נאַכט
Re: כינוס סאטמאר (מהרי"י) — יובל השמונים, כ"א כסלו תשפ"ה אין בארקלעיס
''טיקעט'ס אויספארקויף שוין אריין אין פולסט'ן קראפט נעכטן און היינט, אין אלע שטעט''
זעט זיך אן א געוואלדיגע ווארעמקייט און אינטערעסע ביים גאנצען ציבור צו זיין א חלק פונעם היסטארישען כינוס לש''ש, ווען יונג און אלט האנדל'ן זיך איין א טיקעט שוין אין די ערשטע 24 שעה,

- אסמכתא בעלמא
- מנהל המערכת
- פאוסטס: 807
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
- x 927
Re: כינוס סאטמאר (מהרי"י) — יובל השמונים, כ"א כסלו תשפ"ה אין בארקלעיס
דערמאנונג פאר פרישע מעמבער:
שרייבן א "ספין" אויף אידטיש, באדייט א זאפארטע וועג ארויס. פארטייאישע ספינס קען מען ווייטער שרייבן אויף וואטסעפפ (בחורים אפשר אויף גרופ מי... אא"וו), אדער אויף אנדערע סייטס.
(וכך הוה מעשה, נישט צופיל מינוט צוריק... עמיצער האט אונז דא דערמאנט אונזער פאלאסי בפועל)
און א יישר כח נאכאמאל פאר אלע איינשטענדיגע און געשמאקע חברים, און אויך א שכוח פאר די וואס באריכטן נויטיגע פאוסטס.

חכם עתיק האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 09, 2024 1:59 pm ''טיקעט'ס אויספארקויף שוין אריין אין פולסט'ן קראפט נעכטן און היינט, אין אלע שטעט''
זעט זיך אן א געוואלדיגע ווארעמקייט און אינטערעסע ביים גאנצען ציבור צו זיין א חלק פונעם היסטארישען כינוס לש''ש, ווען יונג און אלט האנדל'ן זיך איין א טיקעט שוין אין די ערשטע 24 שעה,
-
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 7
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 5:47 pm
- Location: USA
- x 55
Re: כינוס סאטמאר (מהרי"י) — יובל השמונים, כ"א כסלו תשפ"ה אין בארקלעיס
איינע ווייסט ווער סגייט רעדן ביים די גרויסע מעמד?
Re: כינוס סאטמאר (מהרי"י) — יובל השמונים, כ"א כסלו תשפ"ה אין בארקלעיס
וואס מווייסט אויף דערווייל איז ווי פאלגענד:משה שפילמאן האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 4:32 pm איינע ווייסט ווער סגייט רעדן ביים די גרויסע מעמד?
רבינו שליט״א
חיים יצחק מאנדעל
משה דוד נידערמאן
מער וועלן נאכפאלגען אין די קומענדיגע 2 וואכען…
Re: כינוס סאטמאר (מהרי"י) — יובל השמונים, כ"א כסלו תשפ"ה אין בארקלעיס
און שלמה אליעזר מייזעלסYankel האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 5:26 pmוואס מווייסט אויף דערווייל איז ווי פאלגענד:משה שפילמאן האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 4:32 pm איינע ווייסט ווער סגייט רעדן ביים די גרויסע מעמד?