מעג מען געבן א שלעכטע 'ריוויו' פאר א איד?

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 618
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 1147

מעג מען געבן א שלעכטע 'ריוויו' פאר א איד?

פאוסט דורך בן תורה »

איך האב געהאט לעצטנס א שלעכטע עקספיריענס מיט א אידישע קאמפעני. איך האב שוין געוואלט לייגן א איין סטאר ריוויו, אבער איך האב אנגעהויבן צו טראכטן ווער זאגט אז ע"פ תורה מעג איך עס טוהן? איך מעג מפרסם זיין ברבים אז יענער האט מיך נישט גוט געסערווד? סאיז נישט קיין לשון הרע? געלט שאדן פאר יענעם?

פון די אנדערע זייט, איך בין בכלל נישט מפרסם גארנישט. גוגל איז געמאכט פארדעם, און אז ער שטעלט צופרידן זיינע קאסטומערס ברעגט אים עס ביזנעס און אז נישט איז דאס די פרייז ער צאלט.

פאר מיר פעזענליך בין איך געבליבן אז סאיז לכאורה א פראבלעם, איך בין נייגעריג וויאזוי אנדערע קוקן עס אן.
ישיבה קטנה
ניי צום טיש
פאוסטס: 12
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 3:25 pm
x 14

Re: מעג מען געבן א שלעכטע ריוויו פאר א איד?

פאוסט דורך ישיבה קטנה »

ניין
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1654
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4031

Re: מעג מען געבן א שלעכטע ריוויו פאר א איד?

פאוסט דורך נקודות טובות »

בן תורה האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 01, 2024 2:44 pm איך האב געהאט לעצטנס א שלעכטע עקספיריענס מיט א אידישע קאמפעני. איך האב שוין געוואלט לייגן א איין סטאר ריוויו, אבער איך האב אנגעהויבן צו טראכטן ווער זאגט אז ע"פ תורה מעג איך עס טוהן? איך מעג מפרסם זיין ברבים אז יענער האט מיך נישט גוט געסערווד? סאיז נישט קיין לשון הרע? געלט שאדן פאר יענעם?

פון די אנדערע זייט, איך בין בכלל נישט מפרסם גארנישט. גוגל איז געמאכט פארדעם, און אז ער שטעלט צופרידן זיינע קאסטומערס ברעגט אים עס ביזנעס און אז נישט איז דאס די פרייז ער צאלט.

פאר מיר פעזענליך בין איך געבליבן אז סאיז לכאורה א פראבלעם, איך בין נייגעריג וויאזוי אנדערע קוקן עס אן.
וויפיל מאל מאכט זיך ווען מען שאפט לאקעל און עס מאכט זיך א פראבלעם מיטן פראדוקט וואס מען קויפט, און דערנאך ווען מען גייט צום מוכר זאגט ער דיר מיט א בלעכענעם פנים אז דו ביסט דער ערשטער וואס האט אזא פראבלעם (בו בזמן וואס דו ווייסט קלאר אז דיין חבר האט פאריגע וואך געהאט די זעלבע פראבלעם, און פאר אים האט ער אויך געזאגט די זעלבע...). אמת עס זענען דא ערליכע בעלי בתים וואס זענען נושא ונותן באמונה, אבער ליידער אסאך האבן נישט קיין שום פראבלעם צו זאגן ליגנט. יעדער איינער האט שוין געהאט צומאל גאר שלעכטע עקספיריענס מיטן קויפן לאקעל. צו וויבאלד די פראדוקט איז א פיעס אף דזשאנק, אדער צוליב סיי וואס. ווען א לוקח זאל ווען קענען וויסן בעפאר ער קויפט וואס ער קויפט, וואלט אסאך עגמת נפש פארשפארט געווארן.

דער חפץ חיים שטעלט קלאר עטליכע מאל אז לשון הרע פאר א תועלת איז מותר ווען עס קומט נאך די פאר תנאים. ווען דו שרייבסט א רעוויו אויף א פראדוקט און דו שרייבסט די גאנצע אמת לאמיתו אן איבערטרייבן, וואס זאל זיין די איסור? אז דו קויפסט א פראדוקט אדער דו ניצט א סערוויס, און ווען איינער פרעגט דיר דערוועגן פריוואט וואלסטו אים געזאגט שטיי ווייט די פראדוקט איז גארבידזש, אדער די קאמפעני האט א שלעכטע קאסטעמער סירוועס און איינמאל דו באצאלסט אים איז ער נישט צום געפונען, פארוואס זאל שרייבן ברבים זיין אנדערש? וואס איז עס אנדערש ווי פרעגן אינפארמאציע פאר א שידוך? דו זוכסט נישט יענעם צו בארעדן, דו מיינסט עס דאך נאר פאר די טובה פונעם נעקסטען קליענט. אודאי אויב האסטו אינזין בלויז לנקמה איז אנדערש, אבער לתועלת איז דאך תיקון העולם. כך נראה לעניית דעתי.
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 618
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 1147

Re: מעג מען געבן א שלעכטע 'ריוויו' פאר א איד?

פאוסט דורך בן תורה »

אויב דו ווייסט איינער האלט ביים טוהן א שידוך, און מען האט דיך נישט געפרעגט קיין אינפארמעישן, מעגסטו גיין קאלן די מחותן זאגן 'די אמת' אז דער בחור האלט ביי גארנישט?
און וואס טוט זיך מיטן אויסרופן ביי א צוזאמקום פון עלטערן פון ערוואקסענע מיידלעך, אז מען זאל וויסן אז גרשון שלאמאוויטש'ס בחור לערנט נישט קיין אות אחת?

איך מיין אים נישט צו בארעדן, איך וויל פשוט נישט אז איינער פון מיין קהילה זאל אריינפאלן.
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1710
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3689

Re: מעג מען געבן א שלעכטע 'ריוויו' פאר א איד?

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

בן תורה האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 02, 2024 12:50 pm אויב דו ווייסט איינער האלט ביים טוהן א שידוך, און מען האט דיך נישט געפרעגט קיין אינפארמעישן, מעגסטו גיין קאלן די מחותן זאגן 'די אמת' אז דער בחור האלט ביי גארנישט?
איך ווייס נישט די הלכה, אבער אין פראקטיק איז דאס זיכער נישט אויסגעהאלטן. ווייל ווער עס באטראכט די מענטשהייט ווייסט אז עס קען רואיג זיין אז דער בחור גייט וואקסן אסאך א בעסערע אינגערמאן ווי דער אנדערער בחור וואס ער וואלט גענומען אנשטאט צוליב יענעמס אויסערליך זייער גוטע אויפפירונג.
תינוק הבורח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 404
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 298

Re: מעג מען געבן א שלעכטע 'ריוויו' פאר א איד?

פאוסט דורך תינוק הבורח »

בן תורה האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 02, 2024 12:50 pm אויב דו ווייסט איינער האלט ביים טוהן א שידוך, און מען האט דיך נישט געפרעגט קיין אינפארמעישן, מעגסטו גיין קאלן די מחותן זאגן 'די אמת' אז דער בחור האלט ביי גארנישט?
און וואס טוט זיך מיטן אויסרופן ביי א צוזאמקום פון עלטערן פון ערוואקסענע מיידלעך, אז מען זאל וויסן אז גרשון שלאמאוויטש'ס בחור לערנט נישט קיין אות אחת?

איך מיין אים נישט צו בארעדן, איך וויל פשוט נישט אז איינער פון מיין קהילה זאל אריינפאלן.
אויב וואלט דער מחותן אנגענומען ביי דיפאלט אז יענער איז א גוטער בחור, וואלט מען אוודאי געדארפט אויסרופן.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2276
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2451

Re: מעג מען געבן א שלעכטע ריוויו פאר א איד?

פאוסט דורך אנדערער »

► Show Spoiler
פון גליון הליכות החיים
Screenshot_20241204_101247.jpg
Screenshot_20241204_101247.jpg (597.77 KiB) געזען געווארן 193 מאל
Screenshot_20241204_101326.jpg
Screenshot_20241204_101326.jpg (526.94 KiB) געזען געווארן 193 מאל
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1654
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4031

Re: מעג מען געבן א שלעכטע ריוויו פאר א איד?

פאוסט דורך נקודות טובות »

אנדערער האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 04, 2024 11:34 am
► Show Spoiler
הער אויס, די פשטות הלשון פונעם חפץ חיים איז כמדומה נישט אזוי, און להוציא הדברים מפשוטן דארף אן ערקלערונג.

רבינו יונה שרייבט אין שערי תשובה שער שלשי רכ"א וז"ל. וְדַע כִּי בִּדְבָרִים שֶׁבֵּין אָדָם לַחֲבֵרוֹ כְּמוֹ גָּזֵל וְעֹשֶׁק וְנֶזֶק וְצַעַר וּבֹשֶׁת וְאוֹנָאַת דְּבָרִים יָכוֹל לְסַפֵּר הַדְּבָרִים לִבְנֵי אָדָם. גַּם הַיָּחִיד אֲשֶׁר יִרְאֶה יַגִּיד כְּדֵי לַעֲזֹר לַאֲשֶׁר אָשַׁם לוֹ וּלְקַנֵּא לָאֱמֶת. וְהִנֵּה אָמְרָה הַתּוֹרָה שֶׁיָּעִיד עֵד אֶחָד בְּבֵית דִּין עַל תְּבִיעַת מָמוֹן לְחַיֵּב אֶת הַנִּתְבָּע שְׁבוּעָה. אָמְנָם יֵשׁ עָלָיו לְהוֹכִיחַ אֶת הָאִישׁ תְּחִלָּה. די לשון רבינו יונה איז זייער קלאר. כדי אפצוהאלטן א שאדן פון א צווייטן "יָכוֹל לְסַפֵּר הַדְּבָרִים לִבְנֵי אָדָם" מעג מען פארציילן פאר אנדערע, און עס איז נישטא ביי דעם קיין לשון הרע.

דער חפץ חיים אין הלכות לשון הרע כלל י' ברענגט אראפ די רבינו יונה להלכה למעשה. און אזוי אויך אין הלכות רכילות כלל ט' שרייבט אז ווען מען זעהט איינעם אריינגיין אין א געשעפט קויפן, מעג מען און מען דארף פארציילן פאר דעם לוקח אז דער מוכר איז נישט אמת'דיג.

דער חפץ חיים האט זיך אליינס געקענט, און ער האט געוויסט אז ער איז א גרויסער מחמיר בעניני לשון הרע און ער האט פארשטאנען אז מענטשען וועלן זיך וואונדערן אויף זיין ברייטע פסק. דעריבער פארענטפערט ער זיך אויפן פלאץ אין באר מים חיים וז"ל. וכדי שלא יהא הדבר לפלא בעיני הקורא על שאני מקיל כל כך ומצריך לילך ולהגיד, אני מוכרח להאריך קצת בענין זה. און ער גייט דארט אריין אין אן אריכות הדברים פון וואו ער נעמט עס, און אזוי אויך בפרטי הדין.

קיינער זאל אודאי נישט פסק'ענען פון מיין פאוסט, דער ספר חפץ חיים געפונט זיך ביי יעדעם אינדערהיים, נעמט ארויס דעם ספר און טוט דורך די הלכות. איך וועל נאר דא דערמאנען בקיצור די זיבן תנאים וואס דער חפץ חיים פארלאנגט וואס איך האב דערמאנט אין מיין פריערדיגע פאוסט.

א) דער מספר מוז האבן די אינפערמאציע ערשט האנטיג, נישט סתם פארציילן וואס ער האט געהערט איש מפי איש.

ב) דער מספר טאר נישט תיכף אפמאכן אז יענער האט געטוהן אן אומרעכט, ער דארף גוט מברר זיין אויב יענער איז טאקע אומגערעכט.

ג) דער מספר דארף קודם מוסר זאגן פאר דעם מוכר בעפאר ער פארשפרייט אויף אים שלעכטס, און נאר טאמער הערט ער אים נישט צו דאן קען ער פארציילן.

ד) ווען מען פארציילט דאס פאר א צווייטן טאר מען נישט איבערטרייבן, נאר פארציילן כמו שהוא.

ה) די ציהל פארוואס ער דערציילט טאר נישט זיין משום נקמה אדער שנאה, די גאנצע כוונה מוז זיין אך ורק לתועלת להסיר מכשול.

ו) אויב איז דא אן אנדערן אופן ווי אזוי ער קען אפהאלטן דעם לוקח פון קויפן ביי דעם מוכר, איז ער מחויב דאס צו טוהן נישט צו דארפן באשמוצען דעם מוכר.

ז) די היזק טאר נישט זיין גרעסער ווי די היזק וואס דער מוכר וואלט געהאט אויב בי"ד באשטראפט אים.


פון די טריקענע הלכה זעה איך נישט פארוואס א פאבליק רעוויו איז אנדערש. דאס איז די וועלט היינט, און דאס איז די אופן ווי אזוי מען באקומט אינפערמאציע איבער וואס און פון וועמען מען קויפט. ווען מען קויפט א חפץ אויף עמעזאן וואס האט 1,000 רעוויוס מיט 4.8 סטארס קויפט מען דאס רואיג. משא"כ א חפץ וואס האט 20 רעוויוס און 3.5 סטארס שטייט מען לכתחילה אוועק דערפון. וכן נמי מיטן באשטעלן א צימער אין אן האטעל וכדו'. קיינער קלאפט נישט אויס אין ביהמ"ד פלניא גזלנא, ער לייגט בסך הכל א רעוויו אז ווער עס אינטערעסירט זיך אין דעם פראדוקט אדער האטעל וכדו', זאל וויסן זיין עקספיריענס.

ואשר ע"כ לעניית דעתי אויב איינער קויפט א פראדוקט אויף עמעזאן וכדו' וואס מאלפאנקשענט, און דער מוכר וויל אים נישט געבן א ריפאנד אדער ריפלעיסמענט איז א מצוה צו לייגן א רעוויו און פארציילן פאר אנדערע זיי זאלן וויסן צו שטיין ווייט פון די סעלער אפילו אויב ער איז א איד. פארשטייט זיך אז עס מוז נאכקומען די תנאים וואס דער חפץ חיים שטעלט אוועק. וכן נמי אויב איז די פראדוקט נישט אזוי ווי עס איז עדווערטייזט דארף מען פארציילן פאר אנדערע אז דאס איז פאלטשע אינפארמאציע. די זעלבע וועט זיין מיט איינער וואס טוט א געוויסע סירוועס, און ער איז נישט עומד בדברו איז א מצוה צו פארציילן כדי אנדערע זאלן וויסן דערפון.

ולסיום הפאוסט ברענג איך אייך א שארפע שטיקל פתחי תשובה אורח חיים סימן קנ"ו. עיין שם. עס איז גארנישט אזוי פשוט אז מען מעג זיך בכלל אפהאלטן מיטן פרומען תירוץ אז עס איז לשון הרע. מען דארף באמת שוקל זיין, ועל זה נאמר ויראת מאלקך.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2276
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2451

Re: מעג מען געבן א שלעכטע ריוויו פאר א איד?

פאוסט דורך אנדערער »

► Show Spoiler
רוף אן דעם דיין וואס האט געשריבן דעם פסק און פרעג אים. ער וועט מעגליך ארויסקומען אויסקלארן אין דעם גליון
שרייב פאוסט