עס איז גראדע אמת אז שוין יארן גייען עטליכע אינגעלייט פון בני יואל (א פאלקאוויטש מיט נאך, פרעג ר' שלמה לייב גרובער, ער באגעגנט זיי כסדר, אבער האט נישט קיין שייכות מיט זיי בכלל, הגם ער קריגט זיך אויך נישט מיט זיי, פארוואס דען יא) קוקן די עירוב יעדע וואך. (פון קהילת מהרי"י קען זיין אויך, ווייס איך נישט)געצל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 4:38 pmגראדע איז דארטן דא א השגחה פון די אנדערע קהלות אויךפשוטער איד האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 30, 2023 2:08 pm דרך אגב די וואס טענהן אז ווייל עס איז נישטדא קיין רב אין וומסב"ג צו געבן א השגחה, טאר מען נישט טראגן מיטן עירוב, די זעלבע מענטשן אין קר"י ווי דער מרא דאתרא שליט"א האט געמאכט און איז משגיח דערויף, ווערט נישט אנערקענט אלס מרא דאתרא, פארוואס טראגן זיי דארט מיטן עירוב?
אבער איך מיין אז די עיקר סיבה פארוואס קהילת מהרי"י אין קרית יואל טראגט, איז פשוט וויבאלד ווען עס האט זיך אנגעהויבן די עירוב איז דאס געווען בהשגחת הדומ"ץ ר' געציל שליט"א, (נאך פון פאר מהר"א איז בכלל געוווען אין קרית יואל), און דעמאלס האבן זיי זיך אויך פארלאזט אויף אים צו טראגן, איז דאס שוין געבליבן אזוי אז מען טראגט ווייטער, זיך אויך פארלאזנדיג למעשה אויף אים אומדירעקט אדער דירעקט.