יענקי, וואס מאכסטו? בקיצור, האסט געהערט די טראגעדיע.. אונז האמיר א קאמפעין פאר די משפחה מיט 11 יתומים איך האב מיך אונטערגענומען צו שאפן 18,000, ווארף אריין א שיינע סכום אויף מיין פעידזש.
אוי, שוין ווייטער? איך האב שוין געגעבן, 10 מענטשן האבן שוין געבעטן (און כ'האב פאר קיינעם געגעבן...) פארוואס האט ער נישט געהאט לייף אינשורענס?
שלומי, איך רוף דיך, ס'איז דא א קאמפעין פאר מיין זוהן'ס ישיבה, דו ווייסט דאך וואספארא ישועה ס'איז פאר הונדערטער בחורים, געב מיר א שיינע סכום.
וואס האב איך מיט דיין זוהן'ס ישיבה? שוין געגעבן, איך געב נישט פאר ישיבות...
משה ישכר, איך נעם צוזאם פאר די באקאנטע RCCS, בוני עולם, רפואה העלפליין, חברה הצלה. וכו' דו ווייסט דאך ווי קריטיש וויכטיג ס'איז, ממש הצלת נפשות, איך האב גענומען א פעידזש, לייג מיר אריין א סכום.
ווער האט דיר געבעטן צו נעמען א פעידזש? דעי ארגעניזעישאן? דו ווייסט אויף וואספארא וועידזשעס זיי זיצן? הצלה האט מיך נישט אריינגענומען.. IGNORE, וכו' וכו' וכו'
טייערע אינגערמאן, דו ביסט מחוייב צו געבן פאר יעדן וואס האט א פעידזש!!!
ליידער האט פאסירט א טראגעדיע, די משפחה איז צושמעטערט, די שכנים זענען און טאטאלע שאק, די חברים זענען צושוידערט, די שטאט איז פארטרויערט.
גייט אריבער די ימי השבעה, די גאנצע שטאט גייט צוריק צום נארמאל, די בחורים אין ישיבה, טאטעס אין די ארבעט, מאמעס צוריק צו שאפינג, אלעס הייבט אן צוריקצוגיין צום נארמאל.
חוץ די אלמנה מיט די יתומים'לעך, ביי זיי איז דאס א לאך אין הארץ לעולמי עד.
די אלמנה טראכט צו זיך, בין איך דעי צובראכענע ארעמע אלמנה פון די מעשה ביכלעך? גייען מיינע קינדער גיין צוריסן און צושליסן? צו גייען מיר זיין די שטאטס רחמנות לעולם ועד? גייט מען דארפן שנארן פאר אונז יעדע שני וחמישי?.
איז דא אפאר געציילטע משפחה מיטגלידער, שכינים, חבירים, עסקנים וואס זיי גייען נישט צוריק צו די ארבעט, זיי זעהן פאר דעם בראך פון די פריש צובראכענע שטוב, מיר קענען נישט צוקוקען די צער פון די אלמנה, מיר גייען טון כל מה שביכלתנו אז דעי הויז זאל נישט צוגרינד גיין.
והנה, צו קאווערן אזא משפחה פאר די קומענדיגע צוואנציג יאר, דארף מען האבן א מינומום פון 2.5M צו 3M
ווי שאפט מען אזויפיל געלט??
מ'ווארפט זיך אריין און מ'הייבט אן צו ארענדזשירן א קאמפיין, מ'הייבט אן צו רעדן צו דעם אום צו יענעם, נעם א פעידזש, נעם א גאויל, מ'מוז יעצט אראפשטעלן א קרן קימת אז די משפחה זאל קענען אנגיין, גאר אסאך זאגן עס אפ, איך האב קיינמאל נאכנישט גערעיזט, איך האב א פאליסי איך נעם נישט קיין פעידזש.
איז דא יחידי סגולה, וואס טראץ די אומבאקוועמליכקייט, טראץ די שוועריקייט, נעמען זיי עס אן מיט מסירת נפש, בו בזמן וואס 99% מענטשן (אינקלודינג דו..) האבן נישט די קוראזש צו ארבעטן פאר א קאמפעין.
גענומען א גאויל, ער הייבט אן פאוין קאלס, טעקסט, אימעילס, און שוין, אנשטאט באקומען א גוט ווארט פאר די מסירת נפש, פארלירט מען 80% חברים און קרובים פאר די פאר טעג פונעם קאמפיין.
מאנכע ווען טענה'ן אז מ'ווערט אביוזט פון די רעיזערס, קאלסט אינמיטן ארבעט, ביינאכט. האלא! ביים רעיזער איז אויך די ארבעט! ביי אים איז אויך ביינאכט! דו האסט נישט גענומען די מיה און קוראש צו שאפן געלט פאר א קריטישע צוועק ער יא.
האסט שוין געגעבן? געב נאכאמאל, קענסט נישט געבן נאכאמאל? געב א קלענערע נתינה, קענסט דאס אויך נישט? געב אים א גוט ווארט, זאג אים ווי שטארק דו שעצט וואס ער טוט, ער אביוזט דיך? פארשטיי אז ער איז אויסגעמוטשעט פון רופן אזויפיל מענטשן און באקומען א ברכה משולשת..
טייערע אידן, יעדער מיינט נאר גוטס, דער וואס רופט דיך פאר א קאמפעין איז ארויס פון זיין וועג, ער נעמט איין בזיונות אפאר טעג אלעס צו העלפן א צווייטן איד.
דארף איך געבן פאר יעדן וואס האט גענומען א פעידש מיט א גאול?
די תירוץ איז:
יא! דו האסט נישט קיין ברירה! דו דארפסט געבן פאר יעדן וואס האט א פעידש מיט א גאול!! אויב נישט געלט, כאטש א גוט ווארט!!!
(און מאך היינט לייף אינשורענס!!)
דארף איך געבן פאר יעדן וואס האט גענומען א פעידש מיט א גאול? קלאר אז יא!
- אויסגעשארפטע בליי
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 230
- זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 9:41 pm
- Location: ביים שרייב טישל אדער ביים חסידיש ספר
- x 986
Re: דארף איך געבן פאר יעדן וואס האט גענומען א פעידש מיט א גאול? קלאר אז יא!
שטארק.
אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 5:09 pm ווען איר זעהט עפעס אינטערעסאנט, ביטע טיילט דאס מיט מיט די אידטיש איינוואוינער.
Re: דארף איך געבן פאר יעדן וואס האט גענומען א פעידש מיט א גאול? קלאר אז יא!
זייער א וויכטיגע נקודה ארויסגעברענגט, שיין געשריבן.
איך גלייך עטליכע ליינס, און ספעציעל די לעצטע...
ווען דו זאגסט "מחוייב" האלטסטו אז ס'איז א הלכה'דיגע חיוב, אדער אז לויט דיין (גערעכטע) טענה וואלט געוועהן ריכטיג צו געבן פאר יעדן?
איך גלייך עטליכע ליינס, און ספעציעל די לעצטע...
ווען דו זאגסט "מחוייב" האלטסטו אז ס'איז א הלכה'דיגע חיוב, אדער אז לויט דיין (גערעכטע) טענה וואלט געוועהן ריכטיג צו געבן פאר יעדן?
Re: דארף איך געבן פאר יעדן וואס האט גענומען א פעידש מיט א גאול? קלאר אז יא!
אוודאי הלכה'דיג, נישט געבן א גוט ווארט אויך נישט איז דאך זה נהנה וזה לא חסר...