פארשידענע נושאים.
דעבאטעס זענען וועלקאם, אבער צום נושא.
העלמיר עס פראבירען.
@פשוט און גראד קוקווינקל
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1601
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 2615

Re: פשוט און גראד קוק ווינקעל
1.
אוי די הארץ בליטיג
חבל על דאבדין
מיט די העריס פארליסט איז ליידער געגאנגען לטמיון אזויפיל אידישע געלטער (child credit, new home buyer, etc.), די ראדיקאלע רעכטע פארטייען פונעם מדינת השמד הייבן ליידער ווידעראמאל די קעפ און אנצוזייען שנאת ישראל היל”ת.
והעולה על כולנה...
אז א מענטש מיט אזויפיל גארבעדש און א פערפעקט רעסעפי פון א דיקטאטור אזויווי טראמפ זאל קענען געווינען בלויז צוליב זיין פאפוליסטישקייט איז א סכנה נוראה פאר אידן אין אמעריקע!
”פערצופאליג” איז טראמפ אן אוהב ישראל ב”ה אבער ווער ווייסט וויאזוי די נעקסטע פאפוליסט גייט אויסקוקן? טראמפ האט אראפגעשטעלט א פרעצעדענט! ס’נישט קיין נפק”מ וואס מיין אידעאלאגיע איז! ס’נישט קיין נפק”מ וויפיל ראסיסטישע סטעיטמענטס איך זאג! קען איך נאכאלס געווינען!
מיר אלע גלייכן נישט ”סיסטעם” אדער ווי אנדערע רופן עס ”אסטעבלישמענט” אבער די מציאות איז אז דאס איז וואס האלט אן די דעמאקראטיע אין אמעריקע און איינמאל ס’הייבט זיך אן וואקלען איז צרות צרורות.
וויאזוי האט היטלר איבערגענומען די ליבעראלע וויימאר רעפאבליק? ווייל דער עולם האט געוואלט ארויסשטויסן די עסטעבלישד ”סיסטעם” (צוליב די גרויסע דעפרעסיע וואס האט דאן געהערשט) און גרייט געווען צו פארקוקן אלעס אנדערש... אבי א שעיקאפ....
און ניין איך פארגלייך נישט טראמפ צו היטלער, ב”ה דער באשעפער האט געפירט אז אונזער פאפוליסט איז נישט קיין אנטיסעמיט, אבער.... טייערע אידן אין אמעריקע! זייט וויסן אז טראמפ וואלט געווינען אפי’ ער האט ווען די זעלבע שנאת ישראל ווי היטלער!
לאמיר אלע כאפן די מעסעדש וואס הקב”ה שיקט אונז און תשובה טוהן און די גאולה זאל שוין קומען בב”א
ידיד נפש אב הרחמן
שטאטישע טאטעס
---‐-------
נישט אריין צוגיין אינעם עקטשעל טראמפ נושא, אבער אנצורירען דיין נקודה, א יעדע זאך האט מעלות אין חסרונות.
די הלך ילך פון עליטע אראפ קוקענדיג פון אויבען אויף אראפ די פשוטע מענטש, אין טוהן כל מה שבליבם חפץ, דעיס איז אויך נישט א מהלך. אין די וועג דעיס צו אדרעסן איז תשובה, נישט דורך אפצולאכען, רודפן, ארעסטירען, וכו’
אין טאקע מיט דעים איז די צוויי לאגערען לוחם
פשוט אין גראד

שטארקע דיבורים..
איך האב געשריבן מיין מיינונג איבער די דעמאקראטישע פארלוסט דא viewtopic.php?p=5541830#p5541830 ווער עס קען מיך ווייסט אז איך בין א דעמאקראט און איך בין נישט דא צו טרייבן שפאס, אמת @סטאוו יא פיטא?
with that being said וויל איך אויך אויסברייטערן מיין אנטריסונג פון איין נקודה וואס איך האב דארט אביסל בארירט, די דעמאקראטישע פארטיי איז סטאק אין גלייבן אין subject matter experts, מען גלייבט מידיע, מען גלייבט אנאליסטן, מען גלייבט העלט פראפעשאנעלס וכו', און באמת מען דארף טאקע אויסהערן עקספערטן, אבער מען מוז אויך אנערקענען אז אדער האב מיר אלץ געלעבט אין א באבל, אדער האבן זיך זאכן געטוישט צו שלעכטן די לעצטע יארן מיט די פראפעסיאנאלן.
למשל עקאנאמיע, הערט'ס אויף דמיונ'ען אז עכט איז די עקאנאמיע גיט, און עס איז נאר די העצעריי פון טראמפ, די עקאנאמיע איז אין דער ערד, נישט נאר קאנסטראקשען, מארגידשעס, לייף אינשורענס, וכו', נאר אויך ריטעיל איז טיף אין דער ערד, איך בין אין די איקאם טעכנאלאגיע ליין, הונדערטער קליינע קאמפעניס האבן זיך געשלאסן, נישטא מער, אין דער ערד, אבער די אנאליסטן זאגן קלאר אז די אקאנעמי בומט, און די דשאבס מארקעט וואקסט לייק נעווער ביפאר, סא אדער זענען די נאמבער'ס בלאף אדער זענען די ריפארטס דיסקאננעקטעד פון ריעליטי, סימפל. באמת איז די פראבלעם אז די עקספערט דארף זיך לערנען קודם די מציאות וואס טיט זיך אויף די גראונד, און דערנאך זיך לערנען צו פארשטיין אויף ווייטער, און זיין פריער פון דעם המון עם צו פארשטיין דעם עתיד, און אזוי פריווענטן א פראבלעם, האט זיך אויסגעשטעלט אז זיי שטעלן ארויס גלאנציגע נאמבערס, און די דעמאקראטישע פירער גייען זיי נאך בלינדערהייט, און זאגן איבער מיט א פעסטקייט ווי גיט די עקאנאמי שטייט, ווען אין פאקט איז די טאש ליידיג, און די עקספערטן חלומ'ן בהקיץ. (און מען רעדט שוין נישט פון די חורבן וואס מען האט זיך אליינס אנגעמאכט מיט לאזן ארויפציען אינטרעסט רעיטס און מאכן א דיפרעשן, און וויאזוי האט מען פינקטליך געמיינט עס גייט ברענגען גיטע פריינט?)
די זעלבע מיט די מעדיקל וועלט ביי קאוויד, מען האט געזעהן למעשה אז רובם ככולם האבן געשאסן לאטקעס מיט א פעסטקייט, מעדיקל עקספערט, וואקסין ספעציעליסטן, מען האט עקספערימענטירט אויף די בירגער לאקדאונס מיט וואקסינען, מען האט אפגעפסלט אנדערע מעדיצינישע מיטלן, און אלעס גערעדט מיט א פעסטקייט כאילו עס איז פארזיכערט, און געפייניגט יעדן וואס האט געטשעלענדשט אדער געפרעגט א ווארט, אפילו נאך דעם וואס זיי האבן געזעהן אז די פאלקט ברעכט דערפון זענען זיי אנגעגאנגען מיט די פערדעריי פון נאכבאמבלען די עקספערטן, ווען אין פאקט וואלט עס געדארפט זיין פארקערט, ערשט זאלן די פאציענטן און די דאקטוירים אויף די גראונד האבן א ווארט, און ערשט דערנאך זאלן די עקספערטן נעמען די אינפארמאציע נעקסט לעוועל.
די זעלבע גייט פאר אין די מידיע יעדן טאג, די מומחים אין די מידיע סעטן די טאון, אז מען טאר נישט אטאקירן די געמיינדע, און מען מוז ווייזן שטיצע פאר יענע געמיינדע, און בתוך כדי דיבור מעג מען יאר טשעפענען אנדערע געמיינדעס..., און די דעמאקראטן דערלערנען זיך נישט, און גייען ווייטער נאך ווי בלינדע נארנים, אין פאקט זענען די מוסלמענער געגאנגן פאר טראמפ, די היספאנישע זענען אויך געגאנגן פאר טראמפ, און די מידיע האט יעדעס מאל אויפגעשפילט כאילו יעצט האט טראמפ אנגרירט די טורד-רעיל, און גארנישט ער האט גאר געוואונען די אלע, איך גיי נישט זיין סורפרייזט אויב די פיינעל נאמבערס וועט צייגן אז טראמפ האט געוואונען מיט די הילף פון די העיטיען און פאטריקאנער געמיינדעס! זיי עסן די בעלי חיים רייט, סא מיינע דעמאקראטישע קאלעגעס וועקטס ענק אויף, די קאלידש קעמפוס פראטעסטן האט מען געדארפט דערשטיקן די ערשטע טאג, יעדעס מאל מען ווייזט שוואכקייט פארלירט מען טאקע יענע געמיינדע וואס מען מיינט אז מען גייט כאפן, די אלע מומחים מידיע אנאליסטן זענען ווערד לצור עפ"י צלוחיתו.
דאס איז אויסער וואס עס איז קלאר אז א גרויסע טייל עקספערטן זענען אינטערגעקויפט, אדער אנגעזאלצן מיט נגיעות, אדער עקסטרעמיסטיש אין שיטות, אבער אינטער א שלייער פון פראפעשאנעליזם טוהן זיי שטיפן אגענדעס וואס זיי מאכן אויסזעהן מעינסטרים, ווען אין פאקט איז לא נגע ולא פגע.
איך מיין אז מען דארף שאפן א טעסק-פארס פון מאדערעט דעמקאראטן, און מאכן טאונ-האל מיטינגס און גאנץ אמעריקא, און האבן א אפענע אויער צו בקשות פון די בירגער, און צוזאמשטעלן פונדאסניי א גאנצע פלאטפארם, מיט א קלארע אדשענדע און קלארע מעסעדשעס.
קרעדיט כפרה א.וו

גייטס אריין אינעם העריס הויפטקווארטיר, דער עולם זיצט אויף נידריגע בענקלעך, ממש א תשעה באב.
איין טרייסט האבן זיי, א טרייסט פון חלשות.
העריס אקצעפטירט די רעזולטאטן! אונזער קאנדידאט איז נישט ווי טראמפ.
דעמאקראטיע!
פשיהא, וואו, ממש א גדלות.
די דעמאקראטן גרייט זיך מיט ציין און נעגל, צוויי פרישע ראשע האוקס מיט פיר אימפיטשמענטס באקן זיך שוין אינעם אויוון, לעטישע דזשעימס זאגט קלאר אז די לעכערליכע ניו יארק קעיס גייט ווייטער אקעגן א פרעזידענט וואס האט נעכטן באקומען א מאנדאט פון רוב פאלק, אבער...זי האט אקצעפטירט די רעזולטאטן...ממש דעמאקראטיע...
דזשאסט וואו! דעמאקרעסי עט איטס בעסט! יחי הדעמאקראטיע לעולם ועד!
דעיס איז די היפאקרעסי פון די דעמאקראטן, אויבנאויף פירן זיי זיך מיט די רולס, אבער פון אונטער די קוליסן האבן זיי פונקט אזוי נישט אקצעפטירט די רעזולטאטן ווי טראמפ פיר יאר צוריק, זיי גרייטן זיך שוין יעצט אים אונטערצוהאקן די פיס מיט יעדע טול מעגליך.
דעמאקראטיע מיינט אז מען אנערקענט אז רוב פאלק האט געשטימט פאר דעם קאנדידאט און מ'דארף אים לאזן פירן דאס לאנד, נישט זיך פירן מיט די פראטאקאלן, שמייכלען אויף קאמערע, און אונטער די קוליסן קיינמאל נישט אנערקענען זיין געווינס.

עצה טובה פאר טראמפ:
נעם אלע ריינאו סענאטארן און קאנגרעסלייט, גיב זיי נארישע פאזיציעס ווי, סגן האד סעקרעטאר, הויפט טוט פעיסט סעקרעטאר, שואל ומשיב סעקרעטאר, מנהל כללי וכו' און פלאד קאנגרעס מיט פרישע מאגא חברה.
אלס אויפן שלייער פון יונעטי!
און פארשטיין זיך זיי ארויס טראסקענען נאך אפאר וואך'ן!
אוי וועט זיין פיין
וואס האלטסטו?