אין יעדע דין ודברים איז דא איין זייט וואס האלט אז עס איז נאריש. און מען דארף עס נישט איבערזאגן אפאר מאל. איך האב זייער הנאה צו ליינען מען רעדט זייער נארמאל און מען איז מברר די מציאות הדבר. (נאריש און בעביש איז דא אויף אנדערע וועלטן, איך קען דיר געבן אין אישי 50 לינקס...)
נייעס פון קרית יואל
- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1651
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 3537
Re: נייעס פון קרית יואל
Re: נייעס פון קרית יואל
נישט אמת! שטייט נישט אזוי...שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 10:02 amאויפן צעטל שטייט אויך אז ס'איז נאר אריינגעקומען 1500 שטימען פון עירלי און מעיל אין צוזאמען, לויט דיר איז עס איבער צוויי טויזנט פון אחים לדעה אליין.איש חשוב האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 9:52 am איך האב נישט קיין מינדעסטע השגה וואס די גאנצע טענה'ריי איז דא.
פארוואס קען נישט זיין אז "נאר 1500" שטימען האט מהרי"י געהאט "אין ק"י ווילעדש", און אז דו רעכנסט צו די "איבער 2000" "מעיל-אין-בעלאטס" האלטסטו ביי "3500 בערך", און נאכדעם רעכן צו די ערלי וואוטערס פון מהרי"י, און די וואוטער'ס אינדרויסן פונען קרית יואל ווילעדש, האלטסטו ר-ו-א-י-ג ביי "4500 שטימען"...
עיין היטב אויפן צעטל שרייבן אנ"ש "קלאר" אז די נומבער 1500 איז "נאר" אינעם ווילעדש און אינעם וואל טאג.
ודווק היטב כי נכון הוא!!!
שטייט 1500 נאר אויף ערלי וואוטס, און שטייט קלאר אז נאכנישט אלע זענען געציילט (און זיי ווייסן אויך נישט וויפיל ס'זענען נאכנישט געציילט געווארן).
ימים ידברו!!
- פיילס
-
- Screenshot 2024-11-07 102155.png (322.41 KiB) געזען געווארן 955 מאל
Re: נייעס פון קרית יואל
בכל אופן איז די נומבער פון "בערך 4500" די ריכטיגע נומבער, עיין פאריגע וואויטס, וויאזוי איז עס געוואקסן דאסמאל מיט "טויזענטער" שטימען?!,
און איך האב געזען די "מעיל אין" ליסטעס פון די אחים לדעה קאולערס און די נומערן, און ממש אלע זענען צוריקגעשיקט געווארן ב"ה,
איך האב בסך הכל פראבירט צו מאכן שטימען מיט די אנש צעטל, אבער אז דו טענה'סט אז ס'שטימט נאכאלץ נישט, איז נישט...

- בן תורה
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 598
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
- Location: ביים שטענדער
- x 1106
Re: נייעס פון קרית יואל
די גאנצע שמועס איז זייער ערוואקסן און אינטערסאנט פאר געוויסע דא.
אבער אפשר קען מען עס אפטיילן פון דא און מאכן דערפאר א עקסטערע אשכול?
אבער אפשר קען מען עס אפטיילן פון דא און מאכן דערפאר א עקסטערע אשכול?
Re: נייעס פון קרית יואל
איז דא א סיבה פארוואס מען איז מקפיד צי אנריפן אחים לדעה מיט אן אלטער נאמען וואס באדערט זיי. אדער איז עס פשוט פון נישט וויסן אז זיי האבן געטוישט צו א נייע נאמען?
Re: נייעס פון קרית יואל
''wow היסטארישע 24 שעה יעצט געווען אין קרית יואל''
נישט געווען קיין איין עקסידענט/פייער/נישטא קיין טרעפיק
נישט פארגעקומען קיין שום מעמדים/מסיבות
קיינער נישט געברויכט קיין שום אינפרימאציע אויף קיין שום נושא
בלויז יא אזויפיל שטימען נישט אזויפיל.....................

ס'באדערט זיי? איך האב אלטס געמיינט זיי זענען פראוד דערמיט...
ווען פארט די לעצטע באס?
Re: נייעס פון קרית יואל
מ’קען אויפהערן האקן יעדע דריטע תגובה איבער די קינדערישקייט פונעם שמועס?.... ביטע.
ס’דא מענטשן וואס גלייכן נומערן, און אזא שמועס איז פאר זיי אינטערסאנט.
פונקט ווי ביי די פרעזידענטליכע פארמעסטן רעדט מען אסאך איבער נומערן, ווער, וואו, און וויפיל.
ב"ה דער שמועס שטייט ווייט פון היץ און אייוועלטיזם, וזאת תפארתינו.

נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
- בן תורה
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 598
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
- Location: ביים שטענדער
- x 1106
Re: נייעס פון קרית יואל
אבער איך מיין אז א דיסקאשען וואס גייט שוין אן פאר פיר בלעטער מעג ווערן אפגעטיילט אפגעזעהן ווי ערוואקסן סאיז
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 91
- זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:44 pm
- x 76
Re: נייעס פון קרית יואל
ס'איז נישט די נאמען, מען דארף אראפמאלן א נערעטיוו אז די וואוטס איז צוזאמען מיט בני יואל.
ס'גוט ס'פיין
Re: נייעס פון קרית יואל
ווער זאגט אז ס'איז א נערעטיוו און א קפידה? איך און מסתמא חביריי כיוצא בי קענען פשוט די אלטע נאמען, טוישן א איינגעגעסענע נאמען איז א ארבעט פון יארןבלייב געזונט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 12:18 pmס'איז נישט די נאמען, מען דארף אראפמאלן א נערעטיוו אז די וואוטס איז צוזאמען מיט בני יואל.
ס'גוט ס'פיין
Re: נייעס פון קרית יואל
@דער תהלים איד
אויף די אנ''ש צעטל שטייט אז אלעס צוזאמען איז איינגעקומען פון 'ק''י ווילדזיש' א ס''ה פון 8400 שטימען און פונעם וואל טאג אליין איז אריינגעקומען 7712 שטימען
דאס מיינט אז פון ק''י ווילדזיש איז דא נאר 688 עירלי און מעיל אין שטימען פארוואס שטייט אז ס'איז דא 1400 עירלי און מעיל אין ק''י?
אויף די אנ''ש צעטל שטייט אז אלעס צוזאמען איז איינגעקומען פון 'ק''י ווילדזיש' א ס''ה פון 8400 שטימען און פונעם וואל טאג אליין איז אריינגעקומען 7712 שטימען
דאס מיינט אז פון ק''י ווילדזיש איז דא נאר 688 עירלי און מעיל אין שטימען פארוואס שטייט אז ס'איז דא 1400 עירלי און מעיל אין ק''י?
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 91
- זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:44 pm
- x 76
Re: נייעס פון קרית יואל
די נייע צונאמען אויפן ביהמ''ד הגדול איז מען נאך אויך צוגעוואוינט פון סאסמאנס?וואלף האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 1:05 pmווער זאגט אז ס'איז א נערעטיוו און א קפידה? איך און מסתמא חביריי כיוצא בי קענען פשוט די אלטע נאמען, טוישן א איינגעגעסענע נאמען איז א ארבעט פון יארןבלייב געזונט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 12:18 pmס'איז נישט די נאמען, מען דארף אראפמאלן א נערעטיוו אז די וואוטס איז צוזאמען מיט בני יואל.
ס'גוט ס'פיין
Re: נייעס פון קרית יואל
וועלכע נייע צונאמען? ווי ווייט איך ווייס רופט מען עס ווייטער ביהמ"ד הגדול.בלייב געזונט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 1:21 pm
די נייע צונאמען אויפן ביהמ''ד הגדול איז מען נאך אויך צוגעוואוינט פון סאסמאנס?
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5273
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9756
Re: נייעס פון קרית יואל
ניין, די 7712 נעמט אויך אריין די צוריסענע שטימען... משא"כ די (בערך) 8400 איז נאר פון די וואס האט געשטימט געהעריג ווי מען בעט.שבת קודש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 1:18 pm @דער תהלים איד
אויף די אנ''ש צעטל שטייט אז אלעס צוזאמען איז איינגעקומען פון 'ק''י ווילדזיש' א ס''ה פון 8400 שטימען און פונעם וואל טאג אליין איז אריינגעקומען 7712 שטימען
דאס מיינט אז פון ק''י ווילדזיש איז דא נאר 688 עירלי און מעיל אין שטימען פארוואס שטייט אז ס'איז דא 1400 עירלי און מעיל אין ק''י?
Re: נייעס פון קרית יואל
דאס מיינט אז ס''ה איז געווען אריבער 9000 שטימען פון ק''י ווילדזישדער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 1:38 pmניין, די 7712 נעמט אויך אריין די צוריסענע שטימען... משא"כ די (בערך) 8400 איז נאר פון די וואס האט געשטימט געהעריג ווי מען בעט.שבת קודש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 1:18 pm @דער תהלים איד
אויף די אנ''ש צעטל שטייט אז אלעס צוזאמען איז איינגעקומען פון 'ק''י ווילדזיש' א ס''ה פון 8400 שטימען און פונעם וואל טאג אליין איז אריינגעקומען 7712 שטימען
דאס מיינט אז פון ק''י ווילדזיש איז דא נאר 688 עירלי און מעיל אין שטימען פארוואס שטייט אז ס'איז דא 1400 עירלי און מעיל אין ק''י?
אגב פון די עירלי און מעיל איז לכאורה אויך דא אסאך צוריסענע שטימען
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5273
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9756
Re: נייעס פון קרית יואל
אפיציעלע פיינעל נומערן פון די קאונטי בארד אף עלעקשאנס, פאר טאון אף פאלם טרי (ווילעדזש אף קרית יואל)
טראמפ 8,186
העריס 128
דזשיליבראנד 6,468
סאפרעיקאון 972
רייען 7,884
עספאזיטא 662
סקופיס 7,313
האול 1,018
עיקוס 7,595
לאפאללא 881
NO 7,410
YES 157
די רעזולטאטן נעמען אריין: 1) עירלי וואטס, 2) מעיל-אין בעלאטס אריין ביז מאנטאג, 2) אלע דינסטאג מאשין-שטימען
וואס איך ווארט נאך היינט צו באקומען איז: 1) די טאטעל צאל וויילער, 2) די טאטעל צאל ריקוועסטעד מעיל בעלאטס (אי"ה שפעטער)
(אנאליזירן די נומערן, אויפריכטיג אי"ה, וועל איך אין א באזונדערע תגובה)
טראמפ 8,186
העריס 128
דזשיליבראנד 6,468
סאפרעיקאון 972
רייען 7,884
עספאזיטא 662
סקופיס 7,313
האול 1,018
עיקוס 7,595
לאפאללא 881
NO 7,410
YES 157
די רעזולטאטן נעמען אריין: 1) עירלי וואטס, 2) מעיל-אין בעלאטס אריין ביז מאנטאג, 2) אלע דינסטאג מאשין-שטימען
וואס איך ווארט נאך היינט צו באקומען איז: 1) די טאטעל צאל וויילער, 2) די טאטעל צאל ריקוועסטעד מעיל בעלאטס (אי"ה שפעטער)
(אנאליזירן די נומערן, אויפריכטיג אי"ה, וועל איך אין א באזונדערע תגובה)
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5273
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9756
Re: נייעס פון קרית יואל
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 1:59 pm די רעזולטאטן נעמען אריין: 1) עירלי וואטס, 2) מעיל-אין בעלאטס אריין ביז מאנטאג, 2) אלע דינסטאג מאשין-שטימען
אנ"ש שטימען:
6,468 אידן האבן געשטימט פאר די אנ"ש בעלאט, אויך פאר דזשיליבראנד ווי אנ"ש האט געהייסן.
אלייענס שטימען:
1,416 אידן האבן געוואוט פון פעט רייען און אראפ, און אויסגעלאזט נאר דזשיליבראנד, גענוי ווי די אלייענס בעלאט.
310 אידן האבן נישט געשטימט אלגעמיין רעפובליקען אבער יא געשטימט קעגן דזשיליבראנד, וואס הייסט נאך אויך געשטימט לויט אלייענס.
ס"ה 1,726
רעפובליקאנע שטימען (הנקרא צוריסענע שטימען):
צווישן 662 (אספאזיטא) און 881 (לאפאללא) האבן געשטימט לויט זייער אייגענע פאליטישע נייגונג, און זייער שטימע איז געגאנגען קיין ערגעץ. צוריסן בלע"ז.
אנטי סקופיס שטימען:
צווישן 137 און 356 האבן געשטימט דוקא פאר האולל קעגן סקופיס (כלומר, נישט אלל רעפובליקען, נאר קעגן סקופיס), און בערך 300 וויילער האבן אויסגעלאזט סקופיס/האולל בכלל.
ס"ה ארום 500 אנטי סקופיס
און יעצט א שטיקל אנאליז פון מיין אייגענע קוק ווינקל:
אנ"ש / קרית יואל בלאק וואוט:
די גאר הויכע צאל אנ"ש וויילער בליעה"ר, האט זיך אנגעזען ב"ה במשך די טאג, און עס קומט נאך א גאר ערנסטע אפערעישן סיי מיט אריינברענגען כמעט 2,000 פרישע רעגיסטראציעס, סיי מיט א מאסיווע עירלי-שטימען קאמפיין אנגעהויבן מוצאי יו"ט, מיט באסעס יעדע האלבע שעה במשך איבער א וואך צייט, און סיי מיט א שטארקע ווארימקייט ביים ציבור נאכ'ן מיטהאלטן וויאזוי דער רבי שליט"א (מהר"א) אליינס איז אזויפיל עוסק צו אויסנוצן די יעצטיגע וואלן לטובת החינוך, א זאך וואס האט געברענגט אז אפילו אזעלכע מענטשן וועלכע האבן בעבר געמיינט אז שטימען איז עפעס א פאליטישע זאך, האבן באקומען א שטארקע ווארימקייט צו טון דעם גרויסן חסד, וואס מיט די פאר מינוט טוט מען אויף במשך די יאר א געוואלד.
אלייענס / קרית יואל וואל כח:
עס מעג באגריסט ווערן די געוואלדיגע שעפערישקייט און געניטע ארבעט וואס איז געווארן אריינגעלייגט מצד די עסקני מהרי"י, נאך מערערע יארן וואס דער בלאק וואוט איז געווארן אויס ווערד, מען האט כמעט נישט אינדארסירט געהעריג און דער ציבור האט כמעט נישט געשטימט מער, האט מען יעצט אויסגענוצט די פרישקייט נאכ'ן בויען א נייעם הערליכן ביהמ"ד אא"וו, און צוריק אוועקגעשטעלט א געהעריגע באזע צו באגלייטן די רעגיסטראציעס און ליסטעס, און ארויסברענגען דעם עולם שטימען. ולא עוד, נאר די אינדארסירונגען זענען נישט געגאנגען 'אבי פארקערט' נאר עס האט געהאט א נארמאלע צוגאנג פון שטימען פאר ווער עס קען סערווירן דעם ציבור און די שטאט.
כאטש מען קען נישט ערווארטן אז יעדע מאן און פרוי זאל שפירן גענוג אז די נאוועמבער וואלן זאל ברענגען עפעס ריזיגע זאכן, און עס זענען זיכער נישט געווען די פולע נומערן וואס מען קען ארויסברענגען, מען האט שוין בעבר געזען אז ווען עס איז עכט א גורל צווישן די חסידות'ן קענען די "נישט-מהר"א וואוטס" אנקומען ביז ארום 40 פראצענט, וואס איז נישט געווען דא די קעיס. פארט אבער איז געווען גענוג וואס האבן פארשטאנען אז דאס גיט א כח פאר די עסקנים וועלן זיי ווילן שטיפן זאכן פאראויס, צו מיט סטעיט פערמיטס פאר בנינים ווען עס מאכט זיך, צו מיט די בניני המוסדות אין די ארומיגע ווילעדזשעס וואו מען קען נוצן סטעיט פרעשור צו פארשנעלערן פראצעדורן.
צי עס איז דא ליסטעס פון 4,500 וויילער אין גאנץ קרית יואל ווייס איך נישט, אבער אויב יא מיינט עס אז כמעט 3,000 דערפון וואוינען אין די ארומיגע ווילעדזשעס. עס קוקט אויס אביסל איבערגעטריבן, אבער יכול להיות.
אנטי סקופיס:
דאס איז לכאורה געווען דער סורפרייז פון די נאכט אין קרית יואל.
ס'איז נישט קיין סוד אז סקופיס איז נישט באליבט ביי קהלת מהרי"י אין די לעצטערע יארן ווען דער וואכנשריפט האט אים אראפגעמאלן אלס דער שונא ישראל נומער איינס ביי פרשת סעווען ספרינגס (א פרשה וואס איז אגב נאך קיינמאל נישט געווארן גענוע נארמאל פרעזענטירט וואס דער מציאות דארט איז געווען, לדעתי).
ס'איז אויך נישט קיין סוד, אז ס'איז ליידער געווען א מאסיווע העצערישע מאנסי-סטייל אנטי סקופיס קאמפיין דא אין קרית יואל, אנגעפירט דורך א אינגערמאן פון דזשעפערסאן מקהלת מהר"א, און פינאנצירט דורך עטליכע נגידים מקהלת מהרי"י.
דער קאמפיין האט אריינגענומען - על הסדר: אקטיווע העצערייען מיט בלאפערייען אין די שולן און מקוואות; א העצערישע מעילינג מיט א נערעטיוו אז כאילו שטילערהייט זענען די עסקנים און דער רבי מהר"א מסכים דערצו וכו'; א 2-חדשים לאנגע אידישע פרא-האולל וואטסעפפ גרופ; א מעכטיגע סאשעל מידיע העצעריי אנגעפירט דורך הנ"ל מיט זיינע סטעטוסעס; 3 באמבעדיגע קליפס קעגן סקופיס מיט באצאלטע פלעיסינג דערפאר אלל אויווער די היימישע מידיע; ביז אפיציעלע גויים מיט אייגענע סעמפל בעלאט'ס ביי אלע פאולינג פלעצער! - און אויך... ערנסטע אייוועלט העצע מיט גרויסע אנקעטעס פראצענטן.
ואחרי ככלות הכל, ווען די העצע האט אפילו געהאט בעקינג איןיעדנס מח פונעם אמאל ביי מהר"א און פון לעצטנס ביי מהרי"י, ועוד ועוד ואכמ"ל עכטע קלעבעדיגע העצע, און? קוים אפשר 300 שטימען פאר האולל און 200 ליידיגע?!
סורפרייז, סורפרייז, סורפרייז, און הילכיגער פראסק פאר יעדן וואס טראכט אז אין קרית יואל איז דא פלאץ פאר צוריסענע אקטיוויסטן און א"ג עסקנים וואס פארשטייען וויאזוי צו לויפן צו פאליטישע ראליס און מאכן סעלפיס מיט קאנדידאטן און שפענדן אפאר הונדערט אלפים פאר א קאמפיין.
קעיס קלאוזד, א רחמנות אז אויף אזא לאנגע וועג.
Re: נייעס פון קרית יואל
שכח @דער תהלים איד זייער שיינע אנאליז
1. דאס מיינט אז ס'איז געווען ארום 1400 פארלוירענע צוריסענע.. שטימען?
לויט דיין אנאליז וויפיל פון די פארלוירענע שטימען זענען פון מהר''א וויפיל פון מהר''יי?
2. וויפיל איז די שטערקסטע בלאק וואווט וואס אנ''ש האט שוין אמאל ארויסגעברענגט?
3. איז דא איינער וואס האט געוואוונען נאר א דאנק ק''י?
4. וויפיל שטים בארעכטיגעטע איז דא אין ק''י ווילדיזש?

כ'מיין אז די ברענד פון אידטיש איז אז די הנהלה וועט ענדערש זיכער מאכן אז די מעמבערס דא זענען פון דעם סארט וואס מען קען געטרויען, ווי איידער דארפן כסדר אינטערווענירן אין די דיסקוסיעס.
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
Re: נייעס פון קרית יואל
זייער שיינע אנאליז @דער תהלים איד, מאכט סענס וואס דו שרייבסט.
איין זאך נאר וויל איך פארשטיין, אויב ביסטו גרייט צו געבן 310 אנטי דשילעברענד שטימען פאר אלייענס, פארוואס נישט כאטש די זעלבע צאל דשילעברענד שטימען? אויף וואס בויסטו דיין הנחה אז א חסיד מהרי"י קען נישט וואוטן פאר דשילעברענד?
צו בלויז ווייל זיי האבן איר נישט אינדארסירט, דאן פארוואס מאכסטו נישט די זעלבע חשבון מיט די טראמפ/העריס שטימען? למעשה האבן אפאר קהילות אינדארסירט טראמפ און דשילעברענד, איך זעה נישט פארוואס א חסיד מהרי"י זאל האבן א פראבלעם צו שטימען פאר איר.
איין זאך נאר וויל איך פארשטיין, אויב ביסטו גרייט צו געבן 310 אנטי דשילעברענד שטימען פאר אלייענס, פארוואס נישט כאטש די זעלבע צאל דשילעברענד שטימען? אויף וואס בויסטו דיין הנחה אז א חסיד מהרי"י קען נישט וואוטן פאר דשילעברענד?
צו בלויז ווייל זיי האבן איר נישט אינדארסירט, דאן פארוואס מאכסטו נישט די זעלבע חשבון מיט די טראמפ/העריס שטימען? למעשה האבן אפאר קהילות אינדארסירט טראמפ און דשילעברענד, איך זעה נישט פארוואס א חסיד מהרי"י זאל האבן א פראבלעם צו שטימען פאר איר.
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5273
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9756
Re: נייעס פון קרית יואל
@יאנטשי טראמפ האט קאמפיינט אין קרית יואל... דזשיליבראנד נישט... עכ"פ טראמפ האט שטיצער, ס'איז א נושא ביי יעדן, קיין פראגע אז מענטשן האבן געשטימט פאר אים אן קיינעמס אינדארסמענט.
אבער צוריק ארויפגיין צו די דעמאקראטישע שורה און שטימען פאר דזשיליבראנד, קען איך נישט זען פארוואס איינער זאל דאס טון, אויב נישט ווייל ער וויל שטימען מיט אנ"ש.
איך קען באמת נישט זען פארוואס א חסיד מהרי"י זאל טראכטן צו שטימען פאר איר אויב זי איז:
- נישט קיין רעפובליקען
- נישט קיין נאמען וואס איינער ווייסט צו האבן נהנה געווען
- נישט אינדארסירט געווארן
(+ יא געווארן אויסגעלאזט כדי צו זען א חילוק אין די בעלאטס)

@דער תהלים איד וויפיל מעיל-אין בעלעטס איז געוועהן און קרית יואל?
Re: נייעס פון קרית יואל
כהער.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 3:40 pm
איך קען באמת נישט זען פארוואס א חסיד מהרי"י זאל טראכטן צו שטימען פאר איר אויב זי איז:
- נישט קיין רעפובליקען
- נישט קיין נאמען וואס איינער ווייסט צו האבן נהנה געווען
- נישט אינדארסירט געווארן
(+ יא געווארן אויסגעלאזט כדי צו זען א חילוק אין די בעלאטס)
דאן פארוואס רעכענסטו נישט אריין די 128 העריס שטימען אין די אלייענס בלאק וואוט? פאר אנ"ש באלאנגט דאך עס זיכער נישט, און ווארשיינליך האבן זיי נישט געשטימט פאר איינער פון די אנדערע רעפאבליקאנע קאנדידאטן אז אנ"ש זאל עס רופן 'צוריסענע' שטימען, מאכט סענס?
(בד"וו, איך פארשטיי נישט וואס איז די קינדערישקייט פון היימשטאט צו שרייבן אויפן דעקל אז אלייענס האט אונטער 20% ק"י שטימען ווען יעדער בר דעת ווייסט אז עס איז פראפעגאנדע, אין בעסטן פאל (פאר אנ"ש) איז עס לויט דיינע נומערן פון אביסל העכער ווי 20% )
Re: נייעס פון קרית יואל
פרעזידענטליכע שטימען האט נישט מיט קיין פארטיי וכדו' ווייל רוב כלל ישראל איז געגאנגען פאר טראמפ, ממילא איז מסתבר אז די העריס וואויטס זענען מענטשן וואס באופן כללי זענען זיי קעגן טראמפ.יאנטשי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 4:12 pmכהער.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 3:40 pm
איך קען באמת נישט זען פארוואס א חסיד מהרי"י זאל טראכטן צו שטימען פאר איר אויב זי איז:
- נישט קיין רעפובליקען
- נישט קיין נאמען וואס איינער ווייסט צו האבן נהנה געווען
- נישט אינדארסירט געווארן
(+ יא געווארן אויסגעלאזט כדי צו זען א חילוק אין די בעלאטס)
דאן פארוואס רעכענסטו נישט אריין די 128 העריס שטימען אין די אלייענס בלאק וואוט? פאר אנ"ש באלאנגט דאך עס זיכער נישט, און ווארשיינליך האבן זיי נישט געשטימט פאר איינער פון די אנדערע רעפאבליקאנע קאנדידאטן אז אנ"ש זאל עס רופן 'צוריסענע' שטימען, מאכט סענס?
(בד"וו, איך פארשטיי נישט וואס איז די קינדערישקייט פון היימשטאט צו שרייבן אויפן דעקל אז אלייענס האט אונטער 20% ק"י שטימען ווען יעדער בר דעת ווייסט אז עס איז פראפעגאנדע, אין בעסטן פאל (פאר אנ"ש) איז עס לויט דיינע נומערן פון אביסל העכער ווי 20% )
בד"וו די ציל פון די אנ"ש צעטל איז נישט אויף צו ווייזן וויפיל מעמבערס מהר"א האט, נאר צו ווייזן וויפיל יעדע בלאק וואוט קען ארויס ברענגען, אפילו עס איז קלאר פאר יעדע בר דעת אז מהר"יי האט מער ווי %20, ווייזט זיך אבער ארויס אז אין קרית יואל האבן זיי נישט געקענט ארויס ברענגען מער ווי %20, און ארויס ברענגען א בלאק וואויט מיינט ארויס ברענגען מענטשן וואס וואויטן לויט דיין סעמפל בעלאט