זאכן האבן זיך אסאך פארבעסערט פאר ריפאבליקענס אין קאנגרעס עס זעט אויס ווי ריפאבליקענס וועלן בלייבן מיט א רוב אין קאנגרעסדער מוכר האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 5:55 am אין דערצייט וואס די ריפאבליקענס האבן געהאט הצלחה אין די פרעזידענט פארמעסט און אין די סענעט פארמעסט מיטשען זיי זיך גאר שטארק צו אנהאלטן די קאנגרעס עס איז דא שטארקע טשאנס אז די דעמעקראטן נעמען עס איבער אדער די ריפאבלעקנס וועלן האבן 1-2 זיצן מער ווי דע דעמעקראטס
פאלגענד זענען עטליכע קאנגרעס ריפאבליקאנע זיצן וואס זענען אויף גרויס צרות
קאנגרעספרוי דרעמער פון ארגאען 5 איז 2.5% אונטער איר דעמעקראטישע קעגענער (מיט 73% שטימען געציילט)
קאנגרעסמאן מייקעל סטיל פון קאליפארניע 45 איז 3.6% אונטער זיין דעמעקראטישע קעגענער (מיט 51% שטימען געציילט)
קאנגרעסמאן קען קאלווערט פון קאליפארניע 41 איז 2% אונטער זיין דעמעקראטישע קעגענער (מיט 57% שטימען געציילט)
קאנגרעסמאן מילער מיקס פון אייוע 1 איז 0.02% אונטער זיין דעמעקראטישע קעגענער (מיט 95% שטימען געציילט)
קאנגרעסמאן קיסמאני פון אריזאנע 1 איז 1.5% אונטער זיין דעמעקראטישע קעגענער (מיט 66% שטימען געציילט)
חוץ פון דעם איז לאוזיאנע 6 און אלאבאמע 2 גאווערן דעמעקראטישע דיסדריקט ביי די עלעקשאן נאך רידיסריקט און די ריפאלעקאנס האבן פארלוירן כאטש 3 ניו יארקע זיצן (אבער פון די אנדערע זייט האבן זיי אביסל פארדינט אין נארט קאלעריינע - פעסעוועלעניע - מישיגען און אפשר אויך אלאסקא)
ימים ידברו
קאליפארניע 47 ווי דעמעקראטישע קאנגרעספרוי פארטער האט נישט געלאפן פאר ווידערווילונג כדי צולויפן פארן סענעט (צום סוף האט זי פארלוירן אין די פריימערי), איז יעצט דא שטארקע טשאנסאס אז דאס גייט זיין א ריפאבליקען פליפ מיט 73% שטימען געציילט שטייט די ריפאבליקען מיט 3000 שטימען פאראויס
קאנגרעסמאן מייקעל סטיל פון קאליפארניע 45 איז יעצט 5% העכער זיין דעמעקראטישע קעגענער (מיט 68% שטימען געציילט)
קאנגרעסמאן קען קאלווערט פון קאליפארניע 41 איז יעצט 1% העכער זיין דעמעקראטישע קעגענער (מיט 63% שטימען געציילט)
קאנגרעסמאן מילער מיקס פון אייוע 1 איז יעצט 0.02% העכער זיין דעמעקראטישע קעגענער (מיט 95% שטימען געציילט)