פארמאגט איר א ביקס?

שמועסן ארום דעם טישל אויף א לייכטערן אופן

פארמאגט איר א ביקס?

יא, מיט לייסענס
10
9%
יא, אן לייסענס
4
3%
ניין
98
84%
ניין, איך האב לייסענס צו האבן א גאן אבער איך האב עס נישט געקויפט למעשה
1
1%
איך האלט אינמיטן מאכן לייסענס
4
3%
 
Total votes: 117

אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2225
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2368

Re: פארמאגט איר א ביקס?

פאוסט דורך אנדערער »

בן מלך האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 12:52 am געפערליך איז עס ווייל ס׳איז די מקור הטומאה
הינט איז מקור הטומאה? מער ווי א קאץ?
בן מלך האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 12:52 am איינער וואס שפירט גוט מיט הונטישע ליבשאפט קומט זיך אים טאקע נישט מענטשליכע ליבשאפט.
קומט אים נישט?
בן מלך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 165
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:56 am
x 154

Re: פארמאגט איר א ביקס?

פאוסט דורך בן מלך »

אנדערער האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 12:57 am
בן מלך האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 12:52 am געפערליך איז עס ווייל ס׳איז די מקור הטומאה
הינט איז מקור הטומאה? מער ווי א קאץ?
בן מלך האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 12:52 am איינער וואס שפירט גוט מיט הונטישע ליבשאפט קומט זיך אים טאקע נישט מענטשליכע ליבשאפט.
קומט אים נישט?
אוודאי, די קליפה הידוע איז מלובש אין הונט

מבואר בזוה״ק, אר״י הקדוש און אין חסידישע ספרים
אוועיטער
Spa 42
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 1258
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 12:56 pm
Location: 42Maple Ave Monroe NY 10950
x 4928

Re: פארמאגט איר א ביקס?

פאוסט דורך Spa 42 »

Ask about our shul spacial..........l
57264.png
57264.png (38.44 KiB) געזען געווארן 489 מאל
שמייכלדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 478
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:52 pm
x 649

Re: פארמאגט איר א ביקס?

פאוסט דורך שמייכלדיג »

אזא ביקס וואלט גוט געווען צו האבן....
מערקבאר האט געשריבן: מיטוואך מערץ 06, 2024 9:29 pm אויב איז עכט דא רצון צו אריינשיסן אויף איינמאל 2 טויזענט הייזער אין די מארקעט, איז דא די מעגליכקייט עס צו טון,
וואלף
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 399
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 4:23 pm
x 679

Re: פארמאגט איר א ביקס?

פאוסט דורך וואלף »

א בשמים ביקסל
הר ההר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 262
זיך איינגעשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2023 11:34 am
x 615

Re: פארמאגט איר א ביקס?

פאוסט דורך הר ההר »

וואלף האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 3:06 pm א בשמים ביקסל
אויף דעם דארף מען אויך א לייסענס. זאג נאר א סקאטש טעיפ אין דיין טלית בייטעל האסטו שוין אויך?
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5226
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9573

Re: פארמאגט איר א ביקס?

פאוסט דורך דער תהלים איד »

וואלף האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 3:06 pm א בשמים ביקסל
:lol:

כהאב זיך אלעמאל געוואונדערט פארוואס ביי די משל פון "ער שרייט א וואלף א וואלף" נוצט מען נישט א בער, א לייב, וואס עפעס וואלף?

יעצט כאפ איך אז מ'רעדט פון @וואלף
אוועיטער
שמעי' גרין
ניי צום טיש
פאוסטס: 4
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2024 1:10 pm
x 17

Re: פארמאגט איר א ביקס?

פאוסט דורך שמעי' גרין »

Spa 42 האט געשריבן: מיטוואך מערץ 06, 2024 11:19 pm
Ask about our shul spacial..........l
57264.png
זייער ביליג... וויפיל בעט עטס פאר די 18 שעה קארס?
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2370
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6082

Re: פארמאגט איר א ביקס?

פאוסט דורך פופציגער »

נאך א מזל אויף אידטיש ווערן טענה'רייען געהאלטן צו רואיגע טענער... מיר האבן איבער א מנין אידן מיט געווער דא...
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
שמעי' גרין
ניי צום טיש
פאוסטס: 4
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2024 1:10 pm
x 17

Re: פארמאגט איר א ביקס?

פאוסט דורך שמעי' גרין »

פופציגער האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 5:15 pm נאך א מזל אויף אידטיש ווערן טענה'רייען געהאלטן צו רואיגע טענער... מיר האבן איבער א מנין אידן מיט געווער דא...
אין נאך אפאר מיט אמליגאלע...
חנן
פרישער באניצער
פאוסטס: 53
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 2:11 pm
x 107

Re: פארמאגט איר א ביקס?

פאוסט דורך חנן »

בין איך יעצט אהער געקומען צום אשכול. קוקט אויס אז טראמפ'ס געווינט האט עס ארויפגעברענגט צום אויבערפלאך.

א שיינע פאר בלעטער אנגעפולט מיט טענה'רייען אהין און צוריק, יא אידישלעך, נישט אידישלעך, יא הינטל, נישט הינטל. ואענה אני אמת חלקי בע"ה.

טראגן געווער מיט זיך לשם סעיפטי, טרעפט מען אסאך אין אידישע היסטאריע אז ס'איז געווען אן אנגענומענע זאך. אנגעהויבן ביי די שרעקליכע פאגראמען צייטן, וואס מען טרעפט אז געוויסע שטעט האבן זיך פארפעסטיגט אינעם שול אדער לאקאלע פעסטונג און צוריק געקעמפט בחרב ובחנית, און געענדיגט ביי די ערשטע תקופה פון מאה שערים, וואס איז געבויט געווארן אלס א קליין קעסטעלע אינדרויסן פון אלט שטאט, און איז אויסגעשטאנען געפארן פון רויבער וכדו', האט מען דארט אויפגעשטעלט א חברה שמירה - באוואפנטע יונגעלייט וואס האבן פאטראלירט דעם שטעטעלע פון רויבער.

(געליינט אמאל איבער א געשעעניש דארט וועט א גרופע רויבער האבן געוואלט באפאלן דעם שטעטעלע און די שומרים האבן זיך העפטיג געאמפערט מיט זיי, דאכצעך אז איינער פון די יונגעלייט איז דעמאלטס פאטאל פארוואונדעט געווארן אינעם קאמף, און נעבעך שפעטער אוועק פון די וואונדן.)

דאס זעלבע טרעפט מען אז מען האט געהאט הינט פאר שמירה. א הינטל פאר א פּעט, איז אויסער פון דעם וואס עטליכע חברים האבן שוין אראפגעברענגט אז הינט האבן א גרויסע טומאה, און בכלל האדעווען טמא'נע בעלי חיים שטייט אין ספה"ק אז ס'איז זייער נישט מסוגל, איז אבער דער מושג פון פארוואנדלען א בעל חי אלס טייל פונעם פאמיליע, שפילן פארברענגען און באקומען ליבשאפט פונעם הינטל [דאס איז, אגב, דער הויפט סיבה פארוואס גוים האדעווען הינט, ווייל זיי געבן דעם מענטש ליבליכע געפילן, אנדעם וואס מען זאל דארפן צוריקגעבן...], איז א געפערליך נידריגע זאך.

טראגן געווער אויפן הויזן צו שפירן סעיף, אינדערצייט וואס ס'פעלט נישט ממש אויס, נאר מער פאר די הרגשה אז 'לאמיר זען איינער זאל מיך וואגן עפעס צו טון..', גייט שוין אריין אין דקות'דיגע שאלות פון חסרון אמונה ובטחון. [אויב לייגסטו אריין מער סעיפטי פיעטשערס אין דיין הויז ווי דער נארמע; א שטייגער ווי סענסאָרס, אן איבערפלוס פון קאַמעראַס, ספעציעל געשיצטע טירן וכדו', שפירסטו אויך אז ס'איז נישט אידישלעך און א חסרון אין אמונה? הכל לפי המבייש והמתבייש..].

ווידער פארמאגן געווער כדי ארויסצוגיין פון צייט צו צייט שפילן אויפן פעלד, נו שוין. ס'איז א שפיל. אויב שפירסטו אז דו דארפסט שפילן, און אזוי זיך אויסטשוכענען, וואס איז עס ווייניגער אידישלעך ווי דער וואס זעצט זיך שפילן הצלה-גאָ אדער מאכן א פאָזל?... און ווי עמיצער האט שוין נאכגעברענגט, טוט זיך א דיון אין די פוסקים אויב מעג מען ארויסגיין אויף יאגד, הלכה'דיג און השקפה'דיג. אבער פון סתם שיסן אויף הילצערנע צילן, אזעלכע ביי וועמען צער בעלי חיים און מעשי רציחה גילט נישט, זעט מען נישט אז ס'זאל זיין א פראבלעם דערמיט.

דאס וואס די מאמעס האבן אויסגעלערנט אז א ביקס איז א גוי'אישע זאך, דאכצעך איז די רעדע פונעם תאוות הרציחה וואס קומט דערמיט. נישט דער עצם ביקס. [יא, אסאך גוים האבן אן ערנסטע תאוות הרציחה. פרעג נאר דיין גוי'אישן שכן.. א סאלדאט האט מיר אמאל געזאגט אז ס'איז אן ערנסטע תאווה, און דערווייל האט ער עס נאך "ליידער" נישט ערפולט...]

שוין, כ'האף אז איינער איז נאך אינטערעסירט אים דעם טעמע...
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2370
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6082

Re: פארמאגט איר א ביקס?

פאוסט דורך פופציגער »

הוהא!

זייער קלאר @חנן !
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
שמעי' גרין
ניי צום טיש
פאוסטס: 4
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2024 1:10 pm
x 17

Re: פארמאגט איר א ביקס?

פאוסט דורך שמעי' גרין »

חנן האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 7:10 pm בין איך יעצט אהער געקומען צום אשכול. קוקט אויס אז טראמפ'ס געווינט האט עס ארויפגעברענגט צום אויבערפלאך.

א שיינע פאר בלעטער אנגעפולט מיט טענה'רייען אהין און צוריק, יא אידישלעך, נישט אידישלעך, יא הינטל, נישט הינטל. ואענה אני אמת חלקי בע"ה.

טראגן געווער מיט זיך לשם סעיפטי, טרעפט מען אסאך אין אידישע היסטאריע אז ס'איז געווען אן אנגענומענע זאך. אנגעהויבן ביי די שרעקליכע פאגראמען צייטן, וואס מען טרעפט אז געוויסע שטעט האבן זיך פארפעסטיגט אינעם שול אדער לאקאלע פעסטונג און צוריק געקעמפט בחרב ובחנית, און געענדיגט ביי די ערשטע תקופה פון מאה שערים, וואס איז געבויט געווארן אלס א קליין קעסטעלע אינדרויסן פון אלט שטאט, און איז אויסגעשטאנען געפארן פון רויבער וכדו', האט מען דארט אויפגעשטעלט א חברה שמירה - באוואפנטע יונגעלייט וואס האבן פאטראלירט דעם שטעטעלע פון רויבער.

(געליינט אמאל איבער א געשעעניש דארט וועט א גרופע רויבער האבן געוואלט באפאלן דעם שטעטעלע און די שומרים האבן זיך העפטיג געאמפערט מיט זיי, דאכצעך אז איינער פון די יונגעלייט איז דעמאלטס פאטאל פארוואונדעט געווארן אינעם קאמף, און נעבעך שפעטער אוועק פון די וואונדן.)

דאס זעלבע טרעפט מען אז מען האט געהאט הינט פאר שמירה. א הינטל פאר א פּעט, איז אויסער פון דעם וואס עטליכע חברים האבן שוין אראפגעברענגט אז הינט האבן א גרויסע טומאה, און בכלל האדעווען טמא'נע בעלי חיים שטייט אין ספה"ק אז ס'איז זייער נישט מסוגל, איז אבער דער מושג פון פארוואנדלען א בעל חי אלס טייל פונעם פאמיליע, שפילן פארברענגען און באקומען ליבשאפט פונעם הינטל [דאס איז, אגב, דער הויפט סיבה פארוואס גוים האדעווען הינט, ווייל זיי געבן דעם מענטש ליבליכע געפילן, אנדעם וואס מען זאל דארפן צוריקגעבן...], איז א געפערליך נידריגע זאך.

טראגן געווער אויפן הויזן צו שפירן סעיף, אינדערצייט וואס ס'פעלט נישט ממש אויס, נאר מער פאר די הרגשה אז 'לאמיר זען איינער זאל מיך וואגן עפעס צו טון..', גייט שוין אריין אין דקות'דיגע שאלות פון חסרון אמונה ובטחון. [אויב לייגסטו אריין מער סעיפטי פיעטשערס אין דיין הויז ווי דער נארמע; א שטייגער ווי סענסאָרס, אן איבערפלוס פון קאַמעראַס, ספעציעל געשיצטע טירן וכדו', שפירסטו אויך אז ס'איז נישט אידישלעך און א חסרון אין אמונה? הכל לפי המבייש והמתבייש..].

ווידער פארמאגן געווער כדי ארויסצוגיין פון צייט צו צייט שפילן אויפן פעלד, נו שוין. ס'איז א שפיל. אויב שפירסטו אז דו דארפסט שפילן, און אזוי זיך אויסטשוכענען, וואס איז עס ווייניגער אידישלעך ווי דער וואס זעצט זיך שפילן הצלה-גאָ אדער מאכן א פאָזל?... און ווי עמיצער האט שוין נאכגעברענגט, טוט זיך א דיון אין די פוסקים אויב מעג מען ארויסגיין אויף יאגד, הלכה'דיג און השקפה'דיג. אבער פון סתם שיסן אויף הילצערנע צילן, אזעלכע ביי וועמען צער בעלי חיים און מעשי רציחה גילט נישט, זעט מען נישט אז ס'זאל זיין א פראבלעם דערמיט.

דאס וואס די מאמעס האבן אויסגעלערנט אז א ביקס איז א גוי'אישע זאך, דאכצעך איז די רעדע פונעם תאוות הרציחה וואס קומט דערמיט. נישט דער עצם ביקס. [יא, אסאך גוים האבן אן ערנסטע תאוות הרציחה. פרעג נאר דיין גוי'אישן שכן.. א סאלדאט האט מיר אמאל געזאגט אז ס'איז אן ערנסטע תאווה, און דערווייל האט ער עס נאך "ליידער" נישט ערפולט...]

שוין, כ'האף אז איינער איז נאך אינטערעסירט אים דעם טעמע...
זייער זייער שיין צונעמן די זאך מיט א גוטע שפראך...!!
שרייב פאוסט