אנדערער האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 03, 2024 11:23 am
באחדות האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 03, 2024 10:48 am
פארוואס נישט? א ישיבה איז נישט געמאכט נאר פאר גוטע בחורים מען דארף קענען אנעמען יעדעם איינעם מען דארף זיין @באחדות
א ישיבה איז געמאכט פאר בחורים צו שטייגן. אין א ישיבה מיט צו ווייניג מצוינים שטייגן נישט די בחורים
א ישיבה איז געשטעלט צו אויסלערנען דעם בחור ווי אזוי צו זיין א איד. וויסן אז פון אן עבירה דארף מען אנטלויפן, און אז א מצוה דארף מען נאכלויפן. מען דארף וויסן וואס איז א מצוה, און וואס איז אן עבירה. דהיינו, סיי ארבעטן מיט'ן בחור אויף די חלק היראת שמים. און סיי לערנען מיט אים את דבר ד' זו הלכה לדעת את המעשה אשר יעשה.
די ארבעט פון א ישיבה איז צו אויסלערנען דעם בחור פאר ער האט חתונה און שטעלט אוועק א שטוב, אז מען דארף היטן תורה ומצוות בכל דקדוקיה ופרטיה. מען דארף דאווענען יעדן טאג דריי מאל, און מען דארף קענען די הלכות פון דאווענען. מען דארף לייגן תפילין און קענען די הלכות פון לייגן תפילין. מען דארף היטן שבת, און וויסן אויף למעשה וואס מיינט שומר שבת און וואס מען טאר נישט טוהן. און מען דארף וויסן אז מען דארף האנדלען ערליך, און נזהר זיין בעניני בין אדם לחבירו אפילו בחוט השערה. מען דארף קענען הלכות השכמת הבוקר, הלכות ציצית, הלכות ברכות, הלכות תפלה, הלכות שבת, הלכות כבוד אב ואם, הלכות תלמוד תורה, וכו' וכו' וכו'.
אויסלערנען דאס קינד צו האלטן די קאפ גראד, און נישט נאכגעשלעפט ווערן פון די תאוות עולם הזה. ווען א בחור ענדיגט די ישבה יארן דארף ער קענען דעם ספר חובת הלבבות בעל פה.
דאס גאנצע עסק פון לערנען שווערע מושגים פון כתובות וג' בבא'ס, איז נישט געמאכט פאר יעדן בחור. דער וואס האט די כשרון, און האט דעם פאטענציאל צו בלייבן ביים לערנען כל ימיו, זאל אין דעם עוסק זיין. אבער דער וואס נישט, זאל עוסק זיין אין מסכת ברכות והלכות תפילה, מסכת שבת והלכות שבת, וכו' וכו'. ועל כולם וויסן אז לערנען ספרי מוסר הן מראשונים, והן ספרי חסידות איז ביהרג ועל יעבור. מען דארף וויסן וואס מיינט איד, און פארשטיין די חשיבות, און אחריות דערפון. און וויסן וואס דער אויבערשטער וויל פון א מענטש.
עס איז א גרויסע ווייטאג, אז ווען א בחור ענדיגט די ישיבה יארן קען ער נישט קיין פשוטע הלכות ברכות. זיין ווייב פרעגט אים וועלכע ברכה מען מאכט אויף עפעס א מאכל, און ער בלייבט מיט די צינג אינדרויסן. ער ענטפערט איר מאך א שהכל... זי פרעגט אים א שאלה אין הלכות שבת, און ער ווייסט ניטאמאל אין וועלכע סימן דאס שטייט. און אויב דאס ווייב וויל עפעס קאכן אים יו"ט ווייסט ער נישט וועלכע מיני מאכלים מען מעג קאכן יו"ט, און וועלכע נישט. און וואס דארף א שינוי און וואס נישט. די בושה איז גרויס, איר גרויסע מאן דער מתמיד וואס קען פארברענגען א גאנצע וואך אויף א חקירה פון מגוי כח הטענה, קען נישט עפענן דאס מויל אין די פשוט'סטע הלכות וואס שטייט קלאר אין מחבר בלי חולק.
אבער דאס איז נישט די פראבלעם, אמת טאקע אז די בושה איז גרויס. אבער פיל מער פון דעם איז דאס אז ער ווייסט נישט ווי אזוי א איד דארף זיך צו פירן. די עיקר מצוה פון לימוד התורה איז צו וויסן וואס א איד דארף צו טוהן, און דאס ווייסט ער נישט! ער קען גאנצע בלעטער קצות, און חקירות פון ר' חיים, קוועטשן פון ר' נפתלי, אבער ווי אזוי א איד דארף זיך צו פירן ווייסט ער נישט! ווען דער מוציא לאור פונעם סידור לייגט ווען נישט אריין די הלכות וואס מען טוט אויב מען פארגעסט יעלה ויבוא/רצה משיב הרוח/ותן טל ומטר דאווענט ער ווען נאך יעצט שמונה עשרה... וואס האט ער פון דעם אז ער האט פארברענגט גאנצע טעג אויף פרק חזקת הבתים, ווען צוויי יאר נאך די חתונה גייט ער ארבעטן און ער קען נישט קיין הלכות ברכות? וואס האט ער פון קענען פרק איזהו נשך, אויב ווייסט ער נישט וועלכע מין פלעק אויך אן אתרוג איז א פראבלעם פון הדר מצד ההלכה, און וועלכע פלעק עס שטימט פשוט נישט מיט זיין נייע ווייסע מפואר טלית? חס ושלום חס ושלום, עס איז די תורה הקדושה און מען קען נישט און מען טאר עס נישט אנרופען א waist of time, אבער וואלט נישט געווען טויזענט מאל בעסער ווען אנשטאט פארברענגען די בחורישע יארן אויף דיני ממנות, זאל ער פארברענגען אויף דיני אורח חיים אנגעהויבען פון די גמרא ביז די משנה ברורה?
א ישיבה איז נישט קיין פלאץ צו שטייגן! ווען יא קען מען טאקע פארמאכן די ישיבות און נאר לאזן אפען די מצוינים ישיבות. ווייל דארט קען מען דאך זיכער בעסער שטייגן. דו האלטסט אז די סיסטעם ישיבות קענען נישט אנגיין ווען פופציג פראצענט זענען שוואכערע בעלי כשרון, און דערפאר דארפן זיי נישט אננעמען יעדעם. די ישיבות למצוינים האלטן אז אפילו מיט צוואנציג פראצענט שוואכערע בעלי כשרון. עטס קריגטס ענק בסך הכל אין די פראצענטן, אבער אין מיינונג זענט עטץ אייניג.
אויב וויל מען ישיבות זאלן אויסזעהן אזוי ווי ישיבות האבן אויסגעזעהן אמאל, דארפן גיין אין די ישיבות אויך נאר ווער עס איז אמאל געגאנגען. צו לערנען סדר נזיקין מיט בחורים וואס דו ווייסט פאר א פאקט אז א א יאר צוויי נאך די חתונה גייט ער ארבעטן, איז אן עולה. עס דארפן טאקע זיין דיינים, רבנים, ומגידי שיעור. אבער 90% בחורים בלייבן נישט בין כותלי ביהמ"ד. און צו אוועקשטעלן א סיסטעם וואס דינט נישט די ציהל פון 90% בחורים איז אן עולה.
אסאך אסאך בחורים וואס האלטן נישט ביים לערנען איז דאס נאר וויבאלד מען לערנט מיט זיי לימודים וואס אינטערעסירט זיי נישט. עס וועט אים קיינמאל נישט נוגע זיין למעשה
דיני שבועות העדות אדער מודה במקצת הטענה. אנדערש לערן מיט אים הלכות חלה וואס רוב רובם פון מענשטן קענען נישט די בעיסיקס פון הלכות חלה. פארברענג נישט די צייט מיט הלכות שומרים, ווען ער ווייסט נישט אויף וועלכע מאכל מען מאכט א ברכה בתוך הסעודה און אויף וועלכע נישט.
הערטס אויף שטייגן, און הייבטס אן מחנך זיין די קינדער לתורה ומצוות! פארלאנגטס נישט פון די קינדער זיך צו פארהערן בלעטער גמרא, נאר פארלאנגטס פון זיי צו אויספליקן די בלעטער פונעם ספר חובת הלבבות ושערי תשובה. זאל ער קענען א קצות ווייניגער, אבער דער מסילת ישרים זאל זיין רגיל על לשונות. זאל ער נישט זיין אזוי בקי אין הלכות אפותיקי, און ער זאל קענען די פירוש המילות פון דאווענען. אודאי מזה ומזה אל תנח ידך, אבער אז דו ווייסט אז דיין זוהן וועט סיי ווי גיין ארבעטן איין טאג, מאך זיכער אז די פאר יאר וואס ער האט זאל ער אוועקגעבן פאר זאכן וואס וועט אים באגלייטן א גאנץ לעבן. און צו דעם דארף מען נישט קיין ישיבה למצוינים. מען קען צו דעם אנקומען אפילו ווען מען האט פופציג פראצעט מיט שוואכערע כשרונות. מען קען שטייגן און שטייגן פאר 120 יאר, און נישט האבן אנגערירט דאס פינטעלע פון אידישקייט!