צווייטע אַמענדמענט; וואס האט דא פאסירט...

אינטערעסאנטע ידיעות איבער אלץ און אלעם
אוועיטער
שמעי' גרין
ניי צום טיש
פאוסטס: 4
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2024 1:10 pm
x 17

צווייטע אַמענדמענט; וואס האט דא פאסירט...

פאוסט דורך שמעי' גרין »

צווייטע אַמענדמענט (3).png
צווייטע אַמענדמענט (3).png (909.13 KiB) געזען געווארן 141 מאל
פאר א צייט אפשניט פון איבער 100 יאר, זינט דעם 1911 ניו יארק סטעיט סוליוואן אקט, איז פאר יעדן ניו יארקער איינוואוינער קלאר געווען אז דער צווייטער אמענדמענט האט נישט מיט זיי צוטון. אין יוני 2022 האט זיך אבער אלעס געטוישט, און דער עולם האט אנגעהויבן זיך רעגיסטרירן זיך צו קענען דרייען מיט געווער אין גרויסן. אויך ביי אונזער חרד'ישן אידנטום האט זיך אנגעזען אן ענדערונג ווען פיל דרייען זיך שוין מיט געווער אדער ארבעטן דערויף, און ס'איז נאר געווארן מער נאך די שוידערליכע אקטאבער 7 טעראר אטאקעס, ווען געוויסע האבן זיך אנגעהויבן פילן אומבאשיצט קעגן די אנטיסעמיטישע סענטימענטן וואס האבן זיך געהערט אין די גאסן און זייערע נאכפאלגן.

פרעגט זיך די פראגע, וואס האט דא פאסירט? ווי אזוי איז פון אן אוממעגליכן שריט געווארן א גרינגע נארמאלע אנגענומענע זאך? וויאזוי האבן ניו יארק און נאך שטאַטן געקענט אפהאלטן זייערע בירגער פון צו טראגן געווער קעגן דער קאנסטיטוציע, און אויב איז עס יא געווען קאנסטיטוציאנעל, פארוואס האט זיך דאס געענדיגט? וואס האט זיך געטוישט?

וועל איך עס פרובירן דא מסביר צו זיין לויט וויפיל די פענע וועט מיך ערמעגליכן.

צום אלעם ערשטן דארף מען פארשטיין די טערמינען פון "מעג-ארויסגעבן" געווער קעגן "זאל-ארויסגעבן", און איר באדייט.

די אריגינעלע טעקסט פון דעם צווייטן אמענדמענט, וואס איז געשריבן געווארן אין 1791 אין דער "ביל אף רייטס", ליינט זיך ווי פאלגנד:
Off Topic
A well regulated Militia, being necessary to the security of a free State, the right of the people to keep and bear Arms, shall not be infringed
-- אין אידיש איבערטייטש:
"א ריכטיג-רעגולירטע מיליציע, זייענדיג נויטיג פאר דער זיכערהייט פון א פרייען שטאַט [לאנד], די רעכט פון די מענטשן צו האלטן און טראגן געווער, זאל נישט געבראכן ווערן."

עס זענען דא צוויי וועגן וויאזוי א שטאַט וועט אפלערנען די רעכט פון מענטשן צו "טראגן" געווער, וואס ווערט דערמאנט אין דעם צווייטן אַמענדמענט - צי מיט א "מעג-ארויסגעבן" פראפיל אדער מיט א "זאל-ארויסגעבן" פראפיל. דער באדייט פון די צוויי וועט שוין ערקלערט ווערן.


מעג-ארויסגעבן:
דער צווייטער אמענדמענט פארלאנגט נאר אז א שטאַט האט א חיוב אַרויסצוגעבן אן ערלויבעניש צו טראגן האנט-געווער, בלויז אויב זיי טראכטן אז דער אפליקאנט האט א "ספעציעלע סיבה" אדער א "גוטע סיבה".
ד.ה. אז דער שטאַט קען אפזאגן מענטשן פון באקומען ערלויבעניש צו טראגן געווער - אפילו אויב דער מענטש פארמאגט נישט קיין שום שלעכטן רעקארד צי סיי וואס - נאר דערפאר ווייל ער האט נישט קיין ספעציעלע אויסדערוועלטע סיבה זיך צו דארפן קענען דרייען מיט געווער.

זאל-ארויסגעבן:
דער שטאַט אדער די געגנט מוז ארויסגעבן ערלויבעניש צו טראגן געווער פאר יעדן מענטש וואס קומט נאך די מינימאלע פארלאנגען וואס פעלן זיך אויס.
ד.ה. דער שטאט וועט נישט קענען אפזאגן קיין שום מענטש פון באקומען קערי לייסענס ווילאנג דער מענטש האט א ריינעם און נישט קרימינאלן רעקארד.

ביז בעפאר אפריל 2022, ווען דער ברייען סופרים קארט פסק האט אויפגעוויזן אז ניו יארק'ס געזעץ איז נישט קאנסטיטוציאנעל, האט יעדער סטעיט געצויגן מסקנות צו דער זייט וואס זייער פאליטיש הארץ האט געקלאפט, און דער איינציגער וועג ווי אזוי מען האט געקענט פארמאגן געווער אין רוב פון די ליבעראל-גענויגטע שטאַטן, איז געווען דורך א פאזיציע לייסענס, וואו מען קען עס האבן ביי זיך אין שטוב אדער ארבעט. אבער צו קענען ארומגיין דערמיט איז נישט געווען שייך נאר אויב מען האט געהאט א "גערעכטע סיבה", א שטייגער ווי א מסוכנ'דיגע פאזיציע אזוי ווי געזעץ אינפארסירער, אויטאריזירטע וועכטער, קעשירס, גאן דילערס אד"ג.

אין יוני 23, 2022, האט דער סופרים קאורט ארויסגעגעבן א באשלוס אונטער New York State Rifle & Pistol Association, Inc. V. Bruen, אז ניו יארק’ס "מעג-געבן" פאליסי איז אומקאנסטיטוציאנעל.

אין א 6-3 באשלוס, האט דער קאורט גע'פסק'נט אז:

- דער צווייטער אַמענדמענט גיבט די רעכט פאר יעדן צו "טראגן" א ביקס ארויס פון שטוב פאר זעלבסט-פארטיידיגונג.

- סטעיטס קענען נאר שטעלן רעקווייערמענטס, ווי בעקגראנד טשעקס און טרעינינג, אָבער קענען נישט גענצליך אפהאלטן די רעכטן פון "טראגן" וואפן.

בעצם האט די רעוואלוציע געשלאגן ווארצלען נאך פריער, אין 2008, אין דער District of Columbia v. Heller סופרים קאורט רולינג. דער פייל איז אריינגעגעבן געווארן דארך א וואשינגטאן פאליציימאן דיק העלער (וואס האט נישט געקענט האלטן זיין ביקס אינדערהיים פאר זעלבסט-באשיצונג לויט די דעמאלטדיגע רעגולאציעס) אקעגן וואשינגטאן די-סי. די די-סי האט דאן גע'טענה'ט אז א "ריכטיג-רעגולירטע מיליציע" מיינט אן אפיציעלע קאנטראלירטע מיליציע, א שטייגער ווי די היינטיגע נעשאנאל גארדס… דעמאלט איז די דעפיניציע פון א "ריכטיג-רעגולירטע מיליציע" אויסגעקלארט געווארן אין א 5-4 סופרים קארט פסק, אז יעדער אינדיווידועלער מענטש קען זיין פאר זיך אן אייגענע "מיליציע", און יעדער האט די רעכט פון פארמאגן און טראגן געווער. דער טערמין "ריכטיג-רעגולירט" איז דאן פארטייטשט געווארן אז עס זאל ארגאניזירט ווערן לויט די ריכטיגע רולס און רעגולאציעס.

דער לענדמארק סופרים קאורט פסק איז טאקע נאר געווען אויף דער רעכט צו "פארמאגן" געווער, וואס דאס איז נאך פאר דעם געווען ערלויבט אין רוב פון די סטעיטס (חוץ די-סי און שיקאגא), עס האט אבער נישט אריינגענומען דעם צווייטן חלק פון "טראגן" געווער. אבער דאך איז דאס געווען דער פתח וואס האט צוגעברענגט צום צווייטם שטאפל פון דעם ברייען באשלוס איבער "טראגן" געווער.

דער New York State Rifle & Pistol Association, Inc. V. Bruen קעיס איז געפירט געווארן דורך דער New York State Rifle & Pistol Association, אדער ווי גערופן אין קורצן NYSRPA. די NYSRPA האט


אריינגעגעבן א קלאגע קעגן קעווין ברוען, וועלכער איז דעמאלט געווען דער סופעראטענדענט פאר דער ניו יארק סטעיט פאליציי, אז ער האט זיי נישט אויטאריזירט צו טראגן געווער אונטער דעם סטעיט'ס קאנסילד קערי לייסענס מעג-ארויסגעבן פראפיל געזעץ.

די קלאגע איז אריגינעל געפיילט געווארן אין 2018 דורך ראבערט נאַש און בראַנדאָן קאָטש, צוויי אינדעפענדענט מענטשן וואס זענען צוריקגעוויזן געווארן צו באקומען קאנסילד קערי לייסענס אונטער ניו יארק'ס "רעכט סיבה" פאליסי. די NYSRPA האט זיך ערשט שפעטער איינגעשריבן אין דעם פייל אלס אנקלאגער. ווי געשריבן, האט די קלאגע גע'טענה'ט אז דער "רעכטע סיבה" פארלאנג וואס פארלאנגט אפליקאנטן צו אנווייזן אויף א ספעציפישן געברויך פאר זעלבסט-שוץ כדי צו קענען "טראגן" געווער, איז אומקאנסטיטוציאנעל.
דער קעיס האט זיך שנעל דערקייקלט, ביז עס איז אנגעקומען צום סופרים קאורט. דער פסק איז געווען


א שטאנדהאפטיגער נצחון פאר ביקסן, רעכטע אקטיוויסטן און אינדיווידועלע גאן נאכלויפער, און האט געעפנט דעם פתח פון דעם צווייטן אַמענדמענט.
דער ברייען באשלוס האט צוגעברענגט אז כמעט אלע סטעיטס וואס זענען געווען ביז דאן אונטער דעם "מעג-ארויסגעבן" פראפיל זאלן ווערן געטוישט צו א "זאל-ארויסגעבן" פראפיל.

כאטש וואס געוויסע פון די סטעיטס האבן פארט געלייגט פיל רעסטריקשענס אין טרענינג וואס מאכט שווערער צו באקומען א קערי לייסענס, א שטייגער ווי אונזער ביטערער ניו יארק, קען אבער דאך היינט יעדער גאר גרינג באקומען זייער קערי לייסענס, און עס ווערט נאר כסדר גרינגער.




און דערפאר ארבעט איך אויף א קלאר ארטיקל צו פארשטיין געבן דעם גאנצן פראצעדור, פון אנפאג ביז'ן סוף, ווי אזוי מען באקומט א קאנסילד קערי לייסענס אין ניו יארק. סטעי טונד!

מיט פיל דאנק און ארויסקוק אויף פאראויס, שמעי’
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2407
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6293

Re: צווייטע אַמענדמענט; וואס האט דא פאסירט...

פאוסט דורך פופציגער »

הוהא!

יישר כח!

האלטמיר אינמיטן ליינען, העמיר ממשיך זיין נאך יום טוב אי"ה.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
שפיגל
פרישער באניצער
פאוסטס: 19
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:28 pm
x 7

Re: צווייטע אַמענדמענט; וואס האט דא פאסירט...

פאוסט דורך שפיגל »

קומט גוט אריין לכבוד סוכות. איך האב מיך ארומגעדרייט מיט מיין גרינע שפיז (ליין לולב) אגאנץ יו"ט און מקיים געווען די צווייטע אמענדמענט פון מעגן האבן א וואפן
איך האב א זיץ אין ראדני נישט אז איך בין א ראדני זיצער.
פעינטיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 140
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 10:23 pm
x 479

Re: צווייטע אַמענדמענט; וואס האט דא פאסירט...

פאוסט דורך פעינטיג »

@שמעי' גרין
viewtopic.php?t=858
שרייב פאוסט