אנטיסעמיטיזם ארום דער וועלט

נייעס אין אונזער קווארטאל
מיילעך פריילעך
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4402
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 13660

Re: אנטיסעמיטיזם ארום דער וועלט

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

בעלגיע - הערמאן ברוסעלמאנס איז א באקאנטער נאוועליסט און פובליציסט וואס שרייבט א וועכענטליכע ארטיקל אין די ארטיגע ׳הומא׳ צייטונג, אין זיין ארטיקל די וואך האט ער זיך באצויגן צו די מלחמה אין עזה און עס האט זיך געגאסן ווילדע אנטיסעמיטיזם פון זיין פעדער.

ער האט באשולדיגט דעם נידריגע דיקע פרעמיער מיניסטער פון מדינת ישראל מיטן אנזייען כאאס אין דעם מיטל מזרח צוליב זיין בלויזע ווילן פון אומברענגען פאלעסטינער קינדער, נאך האט ער געשריבן אז ווען ער זעהט בילדער פון קינדער אין עזה וויינען און גייען אויס פאר הונגער וויל ער אריינשטעקן א אויסגעשארפטע מעסער אין די האלז פון יעדע איד וואס ער זעהט, רח"ל.

אידישע ארגעניזאציעס האבן מיט שאק פארדאמט די קלארע רוף פאר מארד און גערופן די פאליציי צו אויספארשן ברוסעלמאנס אויף מארד סטראשע קלאגעס און פאר די צייטונג צו אים זאפארט אפזאגן.
מיילעך פריילעך
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4402
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 13660

Re: אנטיסעמיטיזם ארום דער וועלט

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

מעסעטשוסעס - די פירערשאפט פון דער הארווארד אוניווערסיטעט האבן געבעטן ריכטער ריטשארד סטיארנס וואס זיצט אויף די קעיס וואס אידישע סטודענטן האבן אריינגעגעבן פארלאפענע יאנואר קעגן די אוניווערסיטעט, צו ארויסווארפן די קלאגעס.

ריכטער סטיארנס האט ארויסגעגעבן זיין אורטייל אויף דעם און געשריבן אז די אנקלעגער האבן ריכטיגע טענות אז זיי זענען אומריכטיג באהאנדלט געווארן און דערפאר אנטזאגט ער זיך פון ארויסווארפן דעם קעיס נאר ער וועט ווייטער אויסהערן זייערע טענות.
מיילעך פריילעך
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4402
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 13660

Re: אנטיסעמיטיזם ארום דער וועלט

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

פראג - די פעדעראציע פון אידישע קהילות אין טשעכיי האט ארויסגעשטעלט איר יערליכע באריכט איבער די צאל אנטיסעמיטישע אינצידענטן אין לאנד פון פארלאפענע יאר 2023 למספרם און עס האט זיך כמעט געדאפלט פון א יאר בעפאר.

אין יאר 2022 למספרם זענען פארגעקומען 2,227 אנטיסעמיטישע אינצידענטן אין לאנד און אין יאר 2023 איז דאס געשטיגן מיט איבער 90 פראצענט צו 4,328, פון וואס באלד האלב דערפון זענען געווען אין די לעצטע דריי חדשים פונעם יאר נאכן אויסברוך פון דער מדינת ישראל קריג אין עזה אום אקטאבאר 7.

די ציפער נעמט אריין אויך אנטיסעמיטיזם אויף די נעט וואס איז א מערהייט פון אלע אינצידענטן, מיט דעם אלעם זענען פיזישע אינצידענטן אויף די גאסן פון טשעכיי נאך אלס ווייניגער ווי אין אנדערע אייראפעישע לענדער.
אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1544
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 3100

Re: אנטיסעמיטיזם ארום דער וועלט

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

פענסעלוועניע - די פאליציי אין פיטסבורג האט געמאלדן די ארעסט פון מוכאמעד כאמעד פאר זיין ראלע אין צוויי באזונדערע אינצידענטן ווי ער מיט א נאך א פארשוין האבן וואנדאליזירט די חב"ד שוהל אין סקווירל הילס און די אפיסעס פון די לאקאלע אידישע פעדעראציע מיט פרא כאמאס לאזונגען.

לויט א באריכט פון די פאליטישע אקטיוויטעטן פון כאמעד האט ער ביי צוויי פעלער בייגעשטייערט געלט פאר צוויי פון די ׳סקאווד׳ קאנגרעספרויען, קאנגרעספרוי עומאר און קאנגרעספרוי טאליבאן, ביידע פון זיי דעמאקראטן מיט א שטארקע קעגנערשאפט צו מדינת ישראל.

כאמעד איז א לעבאנעזער אמעריקאנער און איז ארויסגעווארפן געווארן פון די אמעריקאנער נעשענאל גארד פארלאפענע סעפטעמבער.
שרייב פאוסט