פארוואס נישט??
פארוואס נעמט מען נישט אן אין ישיבות?
- באחדות
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 56
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 28, 2024 12:33 am
- Location: היים זיסע היים
- x 117
Re: פארוואס נעמט מען נישט אן אין ישיבות
איך טריי נישט אויף צו רייסן א באמבע אז עס געפעלט דיר נישט איינע פון מיינע פאסט'ס ''גיי ווייטער''
"In English we say it "JUST GO FORWARD
"In English we say it "JUST GO FORWARD
Re: פארוואס נעמט מען נישט אן אין ישיבות
ווייל די סיסטעם ישיבות וועלן ווערן גאר שוואכע ישיבות און יעדער וועט ארויסנעמען די קינדער פון דארט ווי דער עבר האט שוין געוויזן
Re: פארוואס נעמט מען נישט אן אין ישיבות
איך ווייס נישט וואס ער דארף טון. די מציאות איז אז ער ווערט א חלק פון די פראבלעם אז וואוילע בחורים האבן נישט א ישיבהשאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 9:16 pm @פשוט און גראד, ס'איז נישט אזוי "פשוט און גראד" די סוגיא.
ר' יענקל איז א חשובע איד א בר אוריין און א מחנך פון נאטור. נאכן זיך איבעררעדן מיט זיינע ערליכע אידן שפרינגט ער אריין אינעם פראיעקט און עפנט א ישיבה. ער גרייט זיך מיט פיזישע און גייסטישע קרעפטן צו אריינלייגן לייב און לעבן צו ארויפברענגען יעדעס בחור צום העכסטן שטאפל וואס ער קען דערגרייכן.
די ערשטע זמן באקומט ער הונדערטער אפליקאציעס ווען זיין ישיבה האט נאר הונדערט צוואנציג פלעצער. ער מאכט אפ צו גיין לויט ווער ס'האט זיך איינגעשריבן די ערשטע.
זיין סעקרעטאר גיבט א קוק אויפן ליסטע און רופט אים אן אין א בהלה "וועמען ווילסטו דא אננעמען? טאמער וועלן די מצוינים הערן אז די און די בחורים קומען דא אריין, וועלן זיי זיך זוכן א צווייט מקום!
געלט וועסטו מאכן פון ארומגיין ביי די מנינים... קיין איין בן גבירים האסטו נישט אנגענומען!
די קומענדיגע זמן טרעפסטו זיך מיט א ישיבה פאר שוואכע בחורים וואס מוטשעט זיך מיט געלט...
איינער האט אין א לעזונג? ער וויל באמת נישט מאכן קיין סעלעקציעס. ער וויל נישט אוועקשטופן א אידיש נפש צוליב חוסר כשרון אדער געלט חלילה. וואס זאל ער אבער טון אז טאמער וועט ער ארייננעמען שוואכערע בחורים וועלן די מצויינים נישט וויל אריינקומען צו אים, און א ישיבה קען נישט אנגיין מיט בלויז שוואכע! אויב איז נישט דא קיין ווינט פון תורה גייט די גאנצע מצב בארג אראפ.
ווי זאגט @פשוט און גראד:
#גלות סינדראם
- באחדות
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 56
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 28, 2024 12:33 am
- Location: היים זיסע היים
- x 117
Re: פארוואס נעמט מען נישט אן אין ישיבות
וואס האט די עבר געוויזן?
די עבר האט נישט גארנישט געוויזן חוץ איין זאך אז די אלע מענטשען וואס מאכן אן צרות פאר אנדערע צו קענען אנקומען אין א ישיבה באצאלט זיי די רבונו כל העלמים! (סארי פאר מיין שפראך אבער דעס איז שוין פאקטן)
איך טריי נישט אויף צו רייסן א באמבע אז עס געפעלט דיר נישט איינע פון מיינע פאסט'ס ''גיי ווייטער''
"In English we say it "JUST GO FORWARD
"In English we say it "JUST GO FORWARD
Re: פארוואס נעמט מען נישט אן אין ישיבות
פאר מצער זיין אידן באצאלט מען טייער. דאס טוישט נישט היסטאריע אז ווען רוב גוטע בחורים זענען ארויסגעגאנגען און די שוואכערע בחורים זענען אריינגעקומען צו די סיסטעם ישיבות האט צוגרינד געלייגט די סיסטעם ישיבות
- באחדות
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 56
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 28, 2024 12:33 am
- Location: היים זיסע היים
- x 117
Re: פארוואס נעמט מען נישט אן אין ישיבות
ווער רעדט פון גוטע אין שוואכע היינט האט יעדער שוועריקייטן אריין צו גיין אין א ישיבה סיי גוטע אין סיי שוואכעאנדערער האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 03, 2024 1:39 amפאר מצער זיין אידן באצאלט מען טייער. דאס טוישט נישט היסטאריע אז ווען רוב גוטע בחורים זענען ארויסגעגאנגען און די שוואכערע בחורים זענען אריינגעקומען צו די סיסטעם ישיבות האט צוגרינד געלייגט די סיסטעם ישיבות
איך טריי נישט אויף צו רייסן א באמבע אז עס געפעלט דיר נישט איינע פון מיינע פאסט'ס ''גיי ווייטער''
"In English we say it "JUST GO FORWARD
"In English we say it "JUST GO FORWARD
Re: פארוואס נעמט מען נישט אן אין ישיבות
פארוואס וועט איינער וואס שיקט אין א קליינע מוסד נאכדעם שיקן אין א סיסטעם מוסד?באחדות האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 03, 2024 1:43 amווער רעדט פון גוטע אין שוואכע היינט האט יעדער שוועריקייטן אריין צו גיין אין א ישיבה סיי גוטע אין סיי שוואכע
- באחדות
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 56
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 28, 2024 12:33 am
- Location: היים זיסע היים
- x 117
Re: פארוואס נעמט מען נישט אן אין ישיבות
די גייסט שוין אריין דא אין טעקנעקיל זאכן ער האט דעסיידעט ער וויל ווערן א חלק פונעם סיסטעם וואס איז דיין פראבלעם?
איך טריי נישט אויף צו רייסן א באמבע אז עס געפעלט דיר נישט איינע פון מיינע פאסט'ס ''גיי ווייטער''
"In English we say it "JUST GO FORWARD
"In English we say it "JUST GO FORWARD
Re: פארוואס נעמט מען נישט אן אין ישיבות
- באחדות
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 56
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 28, 2024 12:33 am
- Location: היים זיסע היים
- x 117
Re: פארוואס נעמט מען נישט אן אין ישיבות
וואס הייסט די הנהלה פון ישיבה איז אזוי נאריש?אנדערער האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 03, 2024 1:57 amפארוואס האט ער יעצט דעסיידעד אזוי? דו מיינסט די הנהלה פון ישיבה איז אזוי נאריש?
איך טריי נישט אויף צו רייסן א באמבע אז עס געפעלט דיר נישט איינע פון מיינע פאסט'ס ''גיי ווייטער''
"In English we say it "JUST GO FORWARD
"In English we say it "JUST GO FORWARD
- באחדות
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 56
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 28, 2024 12:33 am
- Location: היים זיסע היים
- x 117
Re: פארוואס נעמט מען נישט אן אין ישיבות
זיין בחור דארף מער זיין סאשעל ער דארף מער בחורים ארום זיך ווי א קליינע ישיבה פון פיפציג בחורים וואס איז די פראבלעם ער דארף מער אויסוואלן פון חברותות!אנדערער האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 03, 2024 1:57 amפארוואס האט ער יעצט דעסיידעד אזוי? דו מיינסט די הנהלה פון ישיבה איז אזוי נאריש?
איך טריי נישט אויף צו רייסן א באמבע אז עס געפעלט דיר נישט איינע פון מיינע פאסט'ס ''גיי ווייטער''
"In English we say it "JUST GO FORWARD
"In English we say it "JUST GO FORWARD
Re: פארוואס נעמט מען נישט אן אין ישיבות
און ביז יעצט האט נישט געדארפט?באחדות האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 03, 2024 1:01 amזיין בחור דארף מער זיין סאשעל ער דארף מער בחורים ארום זיך ווי א קליינע ישיבה פון פיפציג בחורים וואס איז די פראבלעם ער דארף מער אויסוואלן פון חברותות!
- באחדות
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 56
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 28, 2024 12:33 am
- Location: היים זיסע היים
- x 117
Re: פארוואס נעמט מען נישט אן אין ישיבות
ער האט יא וואס זאל ער טוהן אז מען נעמט אים נישט אן?
איך טריי נישט אויף צו רייסן א באמבע אז עס געפעלט דיר נישט איינע פון מיינע פאסט'ס ''גיי ווייטער''
"In English we say it "JUST GO FORWARD
"In English we say it "JUST GO FORWARD
Re: פארוואס נעמט מען נישט אן אין ישיבות
- באחדות
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 56
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 28, 2024 12:33 am
- Location: היים זיסע היים
- x 117
Re: פארוואס נעמט מען נישט אן אין ישיבות
פארוואס נישט? א ישיבה איז נישט געמאכט נאר פאר גוטע בחורים מען דארף קענען אנעמען יעדעם איינעם מען דארף זיין @באחדות
איך טריי נישט אויף צו רייסן א באמבע אז עס געפעלט דיר נישט איינע פון מיינע פאסט'ס ''גיי ווייטער''
"In English we say it "JUST GO FORWARD
"In English we say it "JUST GO FORWARD
Re: פארוואס נעמט מען נישט אן אין ישיבות
- באחדות
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 56
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 28, 2024 12:33 am
- Location: היים זיסע היים
- x 117
Re: פארוואס נעמט מען נישט אן אין ישיבות
ווער האט געזאגט אז עס האט ווייניג מצוינים עס דארף זיין ביידע א ישיבה נאר מיט מצוינים שטייגן נישט די בחוריםאנדערער האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 03, 2024 11:23 amא ישיבה איז געמאכט פאר בחורים צו שטייגן. אין א ישיבה מיט צו ווייניג מצוינים שטייגן נישט די בחורים
איך טריי נישט אויף צו רייסן א באמבע אז עס געפעלט דיר נישט איינע פון מיינע פאסט'ס ''גיי ווייטער''
"In English we say it "JUST GO FORWARD
"In English we say it "JUST GO FORWARD
Re: פארוואס נעמט מען נישט אן אין ישיבות
די מצוינים ישיבות שלעפן ארויס די מצוינים פון די סיסטעם ישיבות. די פאקט איז די סיסטעם ישיבות האבן א מאנגל אין מצויניםבאחדות האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 03, 2024 12:14 pmווער האט געזאגט אז עס האט ווייניג מצוינים עס דארף זיין ביידע א ישיבה נאר מיט מצוינים שטייגן נישט די בחורים
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3816
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 10209
Re: פארוואס נעמט מען נישט אן אין ישיבות
דאס איז עקזעקטלי וואס איך וויל ארויסברענגען. פאר דו לויפסט אים באשולדיגן אין אלדאס בייזן פארן נישט אננעמען די שוואכערע, פארשטיי אז ער איז אין א מצוקה, מצוינים וועלן נישט זוכן אריינצוגיין אין א ישיבה וואס באשטייט האלבוועגס פון בינונים/שוואכע, אן די מצוינים האט ער נישט קיין ישיבה פאר די שוואכע אויך נישט.אנדערער האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 03, 2024 1:22 amאיך ווייס נישט וואס ער דארף טון.שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 9:16 pm @פשוט און גראד, ס'איז נישט אזוי "פשוט און גראד" די סוגיא.
ר' יענקל איז א חשובע איד א בר אוריין און א מחנך פון נאטור. נאכן זיך איבעררעדן מיט זיינע ערליכע אידן שפרינגט ער אריין אינעם פראיעקט און עפנט א ישיבה. ער גרייט זיך מיט פיזישע און גייסטישע קרעפטן צו אריינלייגן לייב און לעבן צו ארויפברענגען יעדעס בחור צום העכסטן שטאפל וואס ער קען דערגרייכן.
די ערשטע זמן באקומט ער הונדערטער אפליקאציעס ווען זיין ישיבה האט נאר הונדערט צוואנציג פלעצער. ער מאכט אפ צו גיין לויט ווער ס'האט זיך איינגעשריבן די ערשטע.
זיין סעקרעטאר גיבט א קוק אויפן ליסטע און רופט אים אן אין א בהלה "וועמען ווילסטו דא אננעמען? טאמער וועלן די מצוינים הערן אז די און די בחורים קומען דא אריין, וועלן זיי זיך זוכן א צווייט מקום!
געלט וועסטו מאכן פון ארומגיין ביי די מנינים... קיין איין בן גבירים האסטו נישט אנגענומען!
די קומענדיגע זמן טרעפסטו זיך מיט א ישיבה פאר שוואכע בחורים וואס מוטשעט זיך מיט געלט...
איינער האט אין א לעזונג? ער וויל באמת נישט מאכן קיין סעלעקציעס. ער וויל נישט אוועקשטופן א אידיש נפש צוליב חוסר כשרון אדער געלט חלילה. וואס זאל ער אבער טון אז טאמער וועט ער ארייננעמען שוואכערע בחורים וועלן די מצויינים נישט וויל אריינקומען צו אים, און א ישיבה קען נישט אנגיין מיט בלויז שוואכע! אויב איז נישט דא קיין ווינט פון תורה גייט די גאנצע מצב בארג אראפ.
ווי זאגט @פשוט און גראד:
#גלות סינדראם
פאר דו האסט נישט קיין לעזונג, שריי נישט אויף אים. ער זוכט אויך די לעזונג.
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1636
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 3982
Re: פארוואס נעמט מען נישט אן אין ישיבות
א ישיבה איז געשטעלט צו אויסלערנען דעם בחור ווי אזוי צו זיין א איד. וויסן אז פון אן עבירה דארף מען אנטלויפן, און אז א מצוה דארף מען נאכלויפן. מען דארף וויסן וואס איז א מצוה, און וואס איז אן עבירה. דהיינו, סיי ארבעטן מיט'ן בחור אויף די חלק היראת שמים. און סיי לערנען מיט אים את דבר ד' זו הלכה לדעת את המעשה אשר יעשה.אנדערער האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 03, 2024 11:23 amא ישיבה איז געמאכט פאר בחורים צו שטייגן. אין א ישיבה מיט צו ווייניג מצוינים שטייגן נישט די בחורים
די ארבעט פון א ישיבה איז צו אויסלערנען דעם בחור פאר ער האט חתונה און שטעלט אוועק א שטוב, אז מען דארף היטן תורה ומצוות בכל דקדוקיה ופרטיה. מען דארף דאווענען יעדן טאג דריי מאל, און מען דארף קענען די הלכות פון דאווענען. מען דארף לייגן תפילין און קענען די הלכות פון לייגן תפילין. מען דארף היטן שבת, און וויסן אויף למעשה וואס מיינט שומר שבת און וואס מען טאר נישט טוהן. און מען דארף וויסן אז מען דארף האנדלען ערליך, און נזהר זיין בעניני בין אדם לחבירו אפילו בחוט השערה. מען דארף קענען הלכות השכמת הבוקר, הלכות ציצית, הלכות ברכות, הלכות תפלה, הלכות שבת, הלכות כבוד אב ואם, הלכות תלמוד תורה, וכו' וכו' וכו'.
אויסלערנען דאס קינד צו האלטן די קאפ גראד, און נישט נאכגעשלעפט ווערן פון די תאוות עולם הזה. ווען א בחור ענדיגט די ישבה יארן דארף ער קענען דעם ספר חובת הלבבות בעל פה.
דאס גאנצע עסק פון לערנען שווערע מושגים פון כתובות וג' בבא'ס, איז נישט געמאכט פאר יעדן בחור. דער וואס האט די כשרון, און האט דעם פאטענציאל צו בלייבן ביים לערנען כל ימיו, זאל אין דעם עוסק זיין. אבער דער וואס נישט, זאל עוסק זיין אין מסכת ברכות והלכות תפילה, מסכת שבת והלכות שבת, וכו' וכו'. ועל כולם וויסן אז לערנען ספרי מוסר הן מראשונים, והן ספרי חסידות איז ביהרג ועל יעבור. מען דארף וויסן וואס מיינט איד, און פארשטיין די חשיבות, און אחריות דערפון. און וויסן וואס דער אויבערשטער וויל פון א מענטש.
עס איז א גרויסע ווייטאג, אז ווען א בחור ענדיגט די ישיבה יארן קען ער נישט קיין פשוטע הלכות ברכות. זיין ווייב פרעגט אים וועלכע ברכה מען מאכט אויף עפעס א מאכל, און ער בלייבט מיט די צינג אינדרויסן. ער ענטפערט איר מאך א שהכל... זי פרעגט אים א שאלה אין הלכות שבת, און ער ווייסט ניטאמאל אין וועלכע סימן דאס שטייט. און אויב דאס ווייב וויל עפעס קאכן אים יו"ט ווייסט ער נישט וועלכע מיני מאכלים מען מעג קאכן יו"ט, און וועלכע נישט. און וואס דארף א שינוי און וואס נישט. די בושה איז גרויס, איר גרויסע מאן דער מתמיד וואס קען פארברענגען א גאנצע וואך אויף א חקירה פון מגוי כח הטענה, קען נישט עפענן דאס מויל אין די פשוט'סטע הלכות וואס שטייט קלאר אין מחבר בלי חולק.
אבער דאס איז נישט די פראבלעם, אמת טאקע אז די בושה איז גרויס. אבער פיל מער פון דעם איז דאס אז ער ווייסט נישט ווי אזוי א איד דארף זיך צו פירן. די עיקר מצוה פון לימוד התורה איז צו וויסן וואס א איד דארף צו טוהן, און דאס ווייסט ער נישט! ער קען גאנצע בלעטער קצות, און חקירות פון ר' חיים, קוועטשן פון ר' נפתלי, אבער ווי אזוי א איד דארף זיך צו פירן ווייסט ער נישט! ווען דער מוציא לאור פונעם סידור לייגט ווען נישט אריין די הלכות וואס מען טוט אויב מען פארגעסט יעלה ויבוא/רצה משיב הרוח/ותן טל ומטר דאווענט ער ווען נאך יעצט שמונה עשרה... וואס האט ער פון דעם אז ער האט פארברענגט גאנצע טעג אויף פרק חזקת הבתים, ווען צוויי יאר נאך די חתונה גייט ער ארבעטן און ער קען נישט קיין הלכות ברכות? וואס האט ער פון קענען פרק איזהו נשך, אויב ווייסט ער נישט וועלכע מין פלעק אויך אן אתרוג איז א פראבלעם פון הדר מצד ההלכה, און וועלכע פלעק עס שטימט פשוט נישט מיט זיין נייע ווייסע מפואר טלית? חס ושלום חס ושלום, עס איז די תורה הקדושה און מען קען נישט און מען טאר עס נישט אנרופען א waist of time, אבער וואלט נישט געווען טויזענט מאל בעסער ווען אנשטאט פארברענגען די בחורישע יארן אויף דיני ממנות, זאל ער פארברענגען אויף דיני אורח חיים אנגעהויבען פון די גמרא ביז די משנה ברורה?
א ישיבה איז נישט קיין פלאץ צו שטייגן! ווען יא קען מען טאקע פארמאכן די ישיבות און נאר לאזן אפען די מצוינים ישיבות. ווייל דארט קען מען דאך זיכער בעסער שטייגן. דו האלטסט אז די סיסטעם ישיבות קענען נישט אנגיין ווען פופציג פראצענט זענען שוואכערע בעלי כשרון, און דערפאר דארפן זיי נישט אננעמען יעדעם. די ישיבות למצוינים האלטן אז אפילו מיט צוואנציג פראצענט שוואכערע בעלי כשרון. עטס קריגטס ענק בסך הכל אין די פראצענטן, אבער אין מיינונג זענט עטץ אייניג.
אויב וויל מען ישיבות זאלן אויסזעהן אזוי ווי ישיבות האבן אויסגעזעהן אמאל, דארפן גיין אין די ישיבות אויך נאר ווער עס איז אמאל געגאנגען. צו לערנען סדר נזיקין מיט בחורים וואס דו ווייסט פאר א פאקט אז א א יאר צוויי נאך די חתונה גייט ער ארבעטן, איז אן עולה. עס דארפן טאקע זיין דיינים, רבנים, ומגידי שיעור. אבער 90% בחורים בלייבן נישט בין כותלי ביהמ"ד. און צו אוועקשטעלן א סיסטעם וואס דינט נישט די ציהל פון 90% בחורים איז אן עולה.
אסאך אסאך בחורים וואס האלטן נישט ביים לערנען איז דאס נאר וויבאלד מען לערנט מיט זיי לימודים וואס אינטערעסירט זיי נישט. עס וועט אים קיינמאל נישט נוגע זיין למעשה
דיני שבועות העדות אדער מודה במקצת הטענה. אנדערש לערן מיט אים הלכות חלה וואס רוב רובם פון מענשטן קענען נישט די בעיסיקס פון הלכות חלה. פארברענג נישט די צייט מיט הלכות שומרים, ווען ער ווייסט נישט אויף וועלכע מאכל מען מאכט א ברכה בתוך הסעודה און אויף וועלכע נישט.
הערטס אויף שטייגן, און הייבטס אן מחנך זיין די קינדער לתורה ומצוות! פארלאנגטס נישט פון די קינדער זיך צו פארהערן בלעטער גמרא, נאר פארלאנגטס פון זיי צו אויספליקן די בלעטער פונעם ספר חובת הלבבות ושערי תשובה. זאל ער קענען א קצות ווייניגער, אבער דער מסילת ישרים זאל זיין רגיל על לשונות. זאל ער נישט זיין אזוי בקי אין הלכות אפותיקי, און ער זאל קענען די פירוש המילות פון דאווענען. אודאי מזה ומזה אל תנח ידך, אבער אז דו ווייסט אז דיין זוהן וועט סיי ווי גיין ארבעטן איין טאג, מאך זיכער אז די פאר יאר וואס ער האט זאל ער אוועקגעבן פאר זאכן וואס וועט אים באגלייטן א גאנץ לעבן. און צו דעם דארף מען נישט קיין ישיבה למצוינים. מען קען צו דעם אנקומען אפילו ווען מען האט פופציג פראצעט מיט שוואכערע כשרונות. מען קען שטייגן און שטייגן פאר 120 יאר, און נישט האבן אנגערירט דאס פינטעלע פון אידישקייט!
- באחדות
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 56
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 28, 2024 12:33 am
- Location: היים זיסע היים
- x 117
Re: פארוואס נעמט מען נישט אן אין ישיבות
נקודות טובות האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 03, 2024 1:56 pmא ישיבה איז געשטעלט צו אויסלערנען דעם בחור ווי אזוי צו זיין א איד. וויסן אז פון אן עבירה דארף מען אנטלויפן, און אז א מצוה דארף מען נאכלויפן. מען דארף וויסן וואס איז א מצוה, און וואס איז אן עבירה. דהיינו, סיי ארבעטן מיט'ן בחור אויף די חלק היראת שמים. און סיי לערנען מיט אים את דבר ד' זו הלכה לדעת את המעשה אשר יעשה.

-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1273
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 2093
Re: פארוואס נעמט מען נישט אן אין ישיבות?
@נקודות טובות
גענאגעלט!
אויב איך מעג צולייגען, אז דער מחנך אליינס דארף פאר זיך זיכען די אמת.
גענאגעלט!
אויב איך מעג צולייגען, אז דער מחנך אליינס דארף פאר זיך זיכען די אמת.
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 74
- זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 12:57 am
- x 99
Re: פארוואס נעמט מען נישט אן אין ישיבות?
מ'קען לערנען א האלבע שעה א טאג הלכה.
און ס'מוז בכלל נישט זיין אז הלכות חלה איז מער עקסייטינג, די ייצר איז איבעראל.
@נקודות טובות
און ס'מוז בכלל נישט זיין אז הלכות חלה איז מער עקסייטינג, די ייצר איז איבעראל.
@נקודות טובות
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3816
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 10209
Re: פארוואס נעמט מען נישט אן אין ישיבות
דו שפרינגסט פון איין עקסטרעם צום צווייטן.נקודות טובות האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 03, 2024 1:56 pm► Show Spoiler
דאס וואס מ'טוט היינט אין די ישיבות איז ווייט פון דאס וואס מ'פלעגט אמאל, אבער דאס וואס דו שלאגסט פאר איז אויך נישט דאס וואס אונזערע "פאונדינג פאַטערס" נאכן קריג האבן איינגעזען פאר פאסיג.
דאס גייט שוין צוריק נאך פריער. ס'איז אלס געווען אוועקגעשטעלט א פאקוס אויף לימוד גמ' תוס', און כידוע א רייע מימרות איבער דעם אז די לימוד פון גמ' תוס' ברענגט די ריכטיגע יר"ש און פארעמט אויס דעם בחורס מח אין די ריכטיגע דירעקציע.
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1636
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 3982
Re: פארוואס נעמט מען נישט אן אין ישיבות?
די נקודה איז נישט אז מען לערנט גמרא אנשטאט הלכה. אדרבה, מען דארף הארעווען און הארעווען אויף די גמרא. פון אינגווייז אן דארף מען האבן א שיעור קבוע אין גמרא תוס', ביזן קבר דארף מען זיין דבוק אין ש"ס בבלי. כדי צו זיין א איד דארף מען זיין דבוק אין די תורה הקדושה, און זיין דבוק אין די תורה מיינט א פעסטע קביעות אין לימוד ש"ס בבלי.הוחזק כפרן האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 03, 2024 2:11 pm מ'קען לערנען א האלבע שעה א טאג הלכה.
און ס'מוז בכלל נישט זיין אז הלכות חלה איז מער עקסייטינג, די ייצר איז איבעראל.
@נקודות טובות
די נקודה איז וואס איז די פאוקעס פון א ישיבה היינט. אנשטאט לערנען מיט דעם בחור וואס ער דארף טוהן אלץ איד, און אז די מצוה פון לימוד התורה איז כדי צו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן איז מען פארנומען מיט הלכות וואס וועט אים קיינמאל אין לעבן נוגע זיין, אלעס וויבאלד אזוי הייסט מען א למדן.
די ישיבות זענען פארנומען איבערשטייגען איינעם די צווייטען, די קאמפעטישען איז געפערליך. יעדער וויל האבן דעם נאמען אלץ די ישבה למצוינים. מען לייגט אזוי פיל דגוש אויף עיון און מען פארקריכט פונעם תכלית. מען ענדיגט א זמן ערגעץ צווישען 2 און 10 בלאט גמרא ביים עיון סדר געוואנדען ווי שטארק די ישיבה פאלט פאר די פעיר פרעשור, און ניטאמאל די הלכה למעשה נעמט מען ארויס דערפון. מען איז פארנומען ארום קוועטשען און ארומ'לומד'ענען, אז דער בחור פארשטייט יעדע צד און כח השטר, אבער וואס דער מחבר פסק'ענט ווייסט ער נישט. אלעס נאר ווייל יעדער זוכט צו זיין די טאפ. און מען פארקויפט א תירוץ וואס אפילו דער מגיד שועיר אליינס גלייבט נישט אין, ווי כאילו אזוי לערנט מען אויס דעם בחור טראכטן.
אפשר קענט איר מיר זאגן פאר ווען פונקטלעך מען לערנט אויס דעם בחור טראכטען? ווען איז ער שוין ענדגילטיג אויסגעשטיגען אז ער קען שוין טראכטן? ווען ער ענדיגט די ישיבה יארן און ער גייט ארבעטן? דעמאלטס קען ער שוין טראכטן? מה הועילו חכמים בתקנתן? האסט גענומען א בחור און אויסגעלערנט טראכטן, כדי ער זאל קענען גיין ארבעטן? וואס האט ער פון זיין גאנצע טראכטן אויב אפילו הלכות לחם משנה קען ער נישט? זאל ער נישט קענען טראכטן אזוי גוט, אבער ער זאל וויסן וויסן ער האט צו טוהן!
רעד איך אמאל מיט א ראש ישיבה, און ער איז מיר מסביר מיט א אז איך בין בכלל נישט משיג וואס דאס מיינט תורה. ער איז מיר מסביר מיט'ן אויסגעדראשענעם בחינה אז ווען מען לערנט שור שנגח את הפרה לערנט מען נישט פון אן אקס וואס שטויסט א קיה. נאר מען לערנט און מען איז דבוק און דעת ד', וואס זאגט דער אויבערשטער איבער א שור שנגח את הפרה. אויף דעם פרעג איך אים צוריק א רגע, און ווען איך לערן הלכות ראש חודש לערן איך נישט דעת ד'? הלכות ראש חודש איז די אמעריקאנער קאנסטיטוציע? איך וויל דאך אויך וויסן וואס זאגט דער אויבערשטער וואס מען דארף טוהן ראש חודש! אויף דעם ענטפערט ער מיר מיט א ביטול, אך! דו טראכסט ווי אן עכטע בעל הבית...
פארשטייסט וואו מען שטייט? לערנען הלכות ראש חודש און הלכות חלה, איז בעל הבתיש, ובאוזני שמעתי פון א למדן אז ער פארשטייט בכלל נישט פארוואס א בחור זאל ווילן לערנען משנה ברורה, וויבאלד דאס איז געמאכט פאר עמי הארצים. תלמידי חכמים דארפן לערנען רשב"א און קובץ שעורים. יא יא, ביז איך האב אים איינמאל געזעהן שבת מאכן א קאווע מיט א כלי שלישי און איך פרעג אים פארוואס א כלי שני איז נישט גענוג איז ער מיר מסביר אז די ערשטע האט קאפ איז א כלי ראשון, און די צווייטע איז א כלי שני, און אויף דעם האב איך אים געזאגט איר קענט שוין גיין לערנען משנה ברורה, איר זענט א גרויסער עם הארץ... א שטיקל שערי יושר קען ער טאקע בעסער פון מיר, אבער וואס מיינט א כלי ראשון אדער כלי שני ווייסט ער נישט.
זאל ער לערנען הלכות וואס וואס איז אים נוגע יעדן טאג פון זיין לעבן. זיי נישט אזא למדן, און לערן דורך דעם אורח חיים אנגעהויבען פון די גמרא ביז נאכן משנה ברורה. דער טור האט מיט דעם אנגעהויבען ווייל דאס איז די וויכטיגסטע פאר א איד. איינער וואס קען שוין אורח חיים און יורה דעה חלק ב' קען אריבערגיין צו די ג' בבות. ווי אזוי קען א איד לעבן אן דורך לערנען מסכת ברכות כאטש צען מאל? סיי אין הלכות תפילה וואס אויב קען מען נישט די מסכת קען מען פשוט נישט קיין הלכות תפלה. און סיי די חלק המוסר ווי אזוי מען דארף דאווענען. עס איז נישטא נאך אזא מוסר ספר ווי דער ש"ס בבלי.
@שאינו יודע לשאול דו האקסט מיר דא אריין יעצט פארן שיקן. איך זאג דען אז מען זאל איבערלאזן די גמרא? חס ושלום! מען קען קיין איד נישט זיין אויב האט מען נישט א קביעות אין ש"ס בבלי! נישט א ירא השם קען מען נישט זיין, נאר א איד קען מען נישט זיין! אבער פארוואס מוז מען לויפן צו מסכת כתובות פאר מען קען סדר מועד? די סגולה פןון יראת שמים וואס ליגט אין גמרא תוס' ליגט נאר אין מסכת כתובות? מסכת ברכות, שבת, עירובין, פסחים, יומא, סוכה, ביצה, ר"ה, תענית, מגילה, מועד קטן, חגיגה, האבן נישט די סגולה? דאס איז געמאכט פאר די סעקאנד קלעס? ווען וועט ער לערנען הלכות קריאת שמע אויב נישט אין ישיבה? ווען וועט ער לערנען הלכות תפלה אויב נישט אין ישיבה? ווען וועט ער לערנען הלכות ציצית אויב נישט אין ישיבה? ווען וועט ער לערנען הלכות כיבוד אב ואם אויב נישט אין ישיבה? פארוואס איז מען פארנומען מיט הלכות וואס איז נישט נוגע און מען לאזט איבער גאנצע חלקי התורה וואס איז נוגע בכל רגע ורגע? אלעס נאר כדי צו הייסן א למדן? אלעס נאר כדי אויסצולערנען טראכטן?