חכימא דיהודאי הגאון רבי יהונתן אייבשיץ ז"ל - כ"א אלול תקכ"ד

אונזער היסטאריע
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28712

Re: חכימא דיהודאי הגאון רבי יהונתן אייבשיץ ז"ל - כ"א אלול תקכ"ד

פאוסט דורך ניקל »

עס איז באקאנט אז דער הייליגער גאון רבי יהונתן אייבשיץ זי"ע האט געהאט גאר אסאך ויכוחים מיט די חכמי אומות העולם, און מיט זיין געוואלדיגע חכמת התורה און זיין קדושה, האט ער כסדר געוויזן פאר די גוים, אז די תורה איז דאס גרעסטע חכמה וואס איז דא אויף די וועלט און די אמונה אינעם גרויסען באשעפער, איז נאר די איינציגסטע אמונה וואס איז אמת און לעכטיג.

איינמאל האט זיך איינע פון חכמי אומות העולם גע'טענה'ט מיט רבי יהונתן, אויב דער פארשטאנט איז העכער פון די נאטור, אדער פונקט פארקערט דער נאטור איז העכער ווי דער פארשטאנט, דער חכמי אומות העולם האבן געזאגט, אז דער פארשטאנט איז העכער, ווייל קוק ווי א בעל מלכה מיט זיין חכמה, קען מאכן פון נאטור האלץ וואס ער וויל, און דאס זעלבע איז מיט ערד וואס איז נאטור, קען א בעל מלכה מאכן כלים,
אבער רבי יהונתן האט געזאגט, אז דאס איז נישט אמת, נאר עס איז פונקט פארקערט, ווייל למשל ווען די וועסט נעמען דעם האלצענעם כלי און דאס אריינווארפן אין פייער, וועט עס ווייטער פארברענט ווערן, ווייל די האלץ איז געבליבן מיט דעם זעלבן נאטור ווי בעפאר, ווייל דער פארשטאנט פונעם בעל מלכה האט א גרעניץ, און דער דומם וועט ווייטער בלייבן א דומם, און דערפאר פארשטיי איך אז דער הייליגער באשעפער האט אריינגעגעבן אין דעם נאטור, אז דאס זאל זיין העכער ווי א פארשטאנט פון א בשר ודם,
האט דער בישאף געגעבן א חודש פאר די חכמי אומות העולם, אז זיי זאלן ווייזן אז זיי זענען גערעכט, און אויך להבדיל פארן גאון וצדיק רבי יהונתן, אז ער זאל אויף ווייזן אז ער איז גערעכט,
ווי מען פארשטייט האט דער גאון רבי יהונתן זיך ניטאמאל געגערייט אויף דעם פארמעסט, נאר ער האט זיך אריינגעטון אין תורה און ווייטער געלערנט מיט זיין געוואלדיגע התמדה, אבער ווען דער חודשהאט זיך גענדיגט, איז דער גאון געזעצן ביי זיך אין שטוב און געלערנט פלייסיג,
אינמיטן האט זיך א מייזל אריין געכאפט ביים גאון אין שטוב, און וויפיל דער גאון האט פראבירט צו פטור ווערן פון דעם מייזל, האט ער נישט מצליח געווען, רבי יהונתן אייבשיץ האט דעמאלטס געפענט זיין טאביק פישקע צו געבן א שמעק, האט זיך דער מייזל אריינגעכאפט אינעם טאביק פושקע, און רבי יהונתן האט פארמאכט דעם טאביק פושקע, און דער מייז איז דארט געבליבן פארשפארט,
פלוצלונג הערט דער גאון א קלאפ אויפן טיר, און די באדינער פונעם בישאף האבן איבער געגעבן פארן גאון, אז ער איז געלאדענט צו קומען פארזעצן דעם ויכוח מיט די גוים לגבי דעם פארשטאנט און נאטור, דאן האט זיך דער גאון רבי יהונתן געכאפט, אז ער האט זיך מיט גארנישט צו געגרייט צום ויכוח, אבער מיט זיין גרויסע אמונה אינעם באשעפער, האט ער געכאפט זיין אויבער ראק און געכאפט זיין טאביק פושקע און געגאנגען מיט די באדינער,
אנקומענדיג צום זאל איז דארט געווען געגרייט די טישן גאר שיין פאר א חשובע סעודה, און אלע גרויסע חכמים פון די אמות העולם זענען געזעצן ארום דעם בישאף, און מען האט דעם גאון רבי יהונתן אויך ארויף געזעצט אויפן אויבן אן,
דאן האבן זיך די טויערן פונעם זאל אויף געמאכט, און עס האבן אריין שפאצירט קעץ געקליידעט ווי מענטשן אויף די צוויי פיס, מיט טעצער עסן און געטראנקען, פארשטייט זיך אז די גוים האבן געקוקט מיט א שמייכל אז דא האט דער חכם באזיגט דעם גאון, ווייל ער האט געקענט נעמען קעץ, וואס זענען חיות און טוישן די נאטור אז זיי זאלן זיך פירן ווי מענטשן, און דער גאנצער עולם האט געקלאטשט פאר דעם גוי דער חכם,
אבער דאן האט זיך דער גאון צעשמייכלט, און ארויס גענומען דעם טאביק פושקע און דאס אויף געמאכט, און יענעם סעקונדע איז דער קליינער מייזל ארויס געטאנצן, און אנגעהויבן ארום לויפן אינעם זייל, גלייך האבן די אלע געלערענטע קעץ אראפ געווארפן די טעצער, און אלע אויף איין מאל אנגעהויבן נאכלויפן דעם איין קליינעם מייזל,
דאן האט דער גאון געזאגט פאר די גוים, זעט עטץ מען קען לערנען און לערנען מיט א קאץ אז ער זאל זיך פירן פונקט ווי א מענטש, אבער די רגע ער זעט עפעס וואס איז אין זיין נאטור, למשל נאכלויפן א מייזל, וועט ער גלייך צוריק גיין צו זיין נאטור און ווערן אויס מענטש, ווייל דעם נאטור וואס דער הייליגער באשעפער האט באשאפן קען א מענטש נישט טוישן, ווייל דער נאטור איז אייביג העכער ווי דער פארשטאנט פון א בשר ודם, און די אלע גוים האבן בלית ברירה געמיזט מודה זיין אז דער אידישער גאון איז גערעכט.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28712

Re: חכימא דיהודאי הגאון רבי יהונתן אייבשיץ ז"ל - כ"א אלול תקכ"ד

פאוסט דורך ניקל »

איינמאל האט א איד געפרעגט דעם גאון רבי יהונתן אייבשיץ זי"ע, פארוואס ווען א איד קומט פרעגן דעם רב א שאלה אויף א עוף אדער א בהמה, און דער רב פסק'נט אז עס איז טריפה, וועט דער איד ארויס גיין צופרידן און פארשטיין אז וואס דער רב האט געזאגט איז זיכער די הלכה אפילו דער איד האט שאדן געלט,
אבער ווען צוויי אידן קומען צו א דין תורה און דער רב פסק'נט לטובה פון איין איד, וועט דער צווייטער איד וואס האט פארלוירען ווערן ברוגז אויפן רב און זיין אין כעס פארוואס ער האט פארלוירען די דין תורה, דארט האט דאך אויך די רב גע'פסק'נט ווי די הלכה איז, איז פארוואס איז דער איד אזוי ברוגז,
האט דער גאון מיט זיין חכמה געענטפערט פאר דעם איד, דער איד וואס דארף באצאלן די געלט פארן אנדערן איד ביים דין תורה, דער איז בכלל נישט ברוגז אויף די געלט שאדן וואס ער האט, נאר עס טוט אים אסאך שטערקער וויי דאס אז יענער איד האט באקומען דאס געלט, ווייל קנאה איז אסאך שווערער צו פארטראגן ווי סיי וואס אויף די וועלט.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28712

Re: חכימא דיהודאי הגאון רבי יהונתן אייבשיץ ז"ל - כ"א אלול תקכ"ד

פאוסט דורך ניקל »

איין טאג האט איינע פון די שרים געפרעגט רבי יהונתן, איך וואונדער זיך זייער אויף די אידן, ווייל איר הייסט אז איר זענט א גאר קלוגע פאלק, איבער דעם ווי קומט צו אייך צו זיין אזוי אומלאגיש, ווייל למשל א הינדל וואס האט געגעסן א גאנצן טאפ מיט פיטער, אויב שחט מען דעם הינדל מעג מען דאס עסן, אבער אויב קאכט מען אפ א הינדל אין א טאפ און עס פאלט אריין א ברעקל פיטער אינעם טאפ, איז די הינדל שוין פארבאטן צו עסן,
האט דער גאון רבי יהונתן גענטפערט מיט חכמה פאר דעם שר, פארוואס פארשטייט איר דאס נישט, עטץ גוים פירן זיך אויך אזוי, ווייל א דבר אחר וואס עסט פון די מיסט און דרייט זיך ארום אין אלע שמוץ און עקל'דיגע פלעצער, עסט מען דעם דבר אחר און מען ברענגט דאס נאך ארויף אויף די קעניגליכע טישן, אבער אויב פאלט אריין א שמוץ אינעם טאפ ווי מען קאכט אפ דעם דבר אחר, ווערט מען גלייך פארעקלט דערפון און מען עסט דאס שוין נישט און מען גרוילט זיך דערפון.

זכותו יגן עלינו
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2520
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6627

Re: חכימא דיהודאי הגאון רבי יהונתן אייבשיץ ז"ל - כ"א אלול תקכ"ד

פאוסט דורך פופציגער »

זייער שיין!

יישר כח ניקעלע
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
Think and Thank
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 131
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 350

Re: חכימא דיהודאי הגאון רבי יהונתן אייבשיץ ז"ל - כ"א אלול תקכ"ד

פאוסט דורך Think and Thank »

אז מען רעדט פון די מחלוקת פון ר' יעקב עמדין און דער ר"ר יונתן, איז כדאי צו ברענגען וואס צדיקים האבן געזאגט אז זיי האבן שוין שלום געמאכט אויף יענע וועלט, אבער די פשוט'ע מענטשן וואס האבן זיך אריינגעמישט און גענומען א זייט האבן געהאט א ביטערן סוף. ר' שלמ'קע זוויהלער זצוק"ל האט אמאל געזאגט אויף צוויי גרופעס קעץ וועלכע האבן זיך געדרייט ביי זיין הויז און געמאכט ביטערע קולות, אז אין די קעץ זענען דא די נשמות פון די מענטשן וואס האבן צוויי הונדערט יאר פריער זיך אריינגעמישט אין די מחלוקת, און ביז היינט האבן זיי נאכנישט קיין תיקון!

איינער פון די מענטשן וואס האבן געשריבן גאר א שארפן ספר קעגן ר' יונתן, האט געמאכט א ברית פאר א נייגעבוירן זון די טאג וואס די ספר איז פארטיג געווארן. ביים ברית האט אים ר' יעקב עמדין אנגעווינטשן אז דער רך הנימול זאל אויסוואקסן פונקט די פארקערטע פון ר' יונתן, און דער טאטע האט געענטפערט א הארציגן אמן. ווען דער ר"ר יונתן האט געהערט דערוועגן האט ער אויך מסכים געווען צו די 'ברכה'...

פארשטייט זיך אליין אז די 'ברכה' איז פולשטענדיג מקוים געווארן. דאס קינד האט זיך מיט די צייט גע'שמד'ט, און ער האט אפגעשריבן א גאנצע בוך פון פינף בענדער פול מיט ליגנטס און באשמיצונגען קעגן כלל ישראל. זיינע אייגענע קינדער האבן זיך אזוי געשעמט מיט זיינע שרעקליכע מעשים, אז זיי האבן אפגעהאקט יעדן שייכות מיט אים.

ווען דער משומד איז געקומען אויף דער עלטער, האט אים אנגעכאפט א שטארקע חרטה אויף זיין שענדליכע פארגאנגענהייט. ער האט זיך דערשלעפט צו די שטוב פון זיין טאכטער און איידעם, וועלכע האבן אים שוין נישט געהאט געזעהן פאר צענדליגער יארן. צובראכן און נידערגעשלאגן האט ער זיי דערציילט איבער די שרעקליכע חרטה געפילן וועלכע נעמען אים ארום, און ער האט זיך געבעטן זיי זאלן אים אריינלאזן אין שטוב ער זאל דארט קענען אויסלעבן זיינע פארבליבענע יארן מיט תשובה. ער האט זיי געבעטן אז זיי זאלן דערציילן זיין לעבנס געשיכטע, און פארוואס דאס איז געשעהן. "איך האף" האט ער געזאגט, "אז די התעוררות וואס דאס וועט ברענגען ביי אידן זיך צו היטן פון צו רעדן אויך צדיקים וועט זיין א שטיקל כפרה אויף מיינע זינד."

ווען דער דער בעל תשובה איז אוועק איז זיין טאכטער געפארן קיין הוראדנא, וואו הגאון ר' בנימין דיסקין זצוק"ל (פאטער פון מהרי"ל דיסקין) איז דאן געווען רב, און דערציילט איר טאטנ'ס לעבנס געשיכטע. ר' בנמין פלעגט דאס דערציילן און ארויסברענגען וואו ווייט מען דארף זיך היטן פון חלילה אנרירן דעם כבוד אדער זיך אריינמישן אין מחלוקת קעגן גדולי ישראל.
Think and Thank
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 131
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 350

Re: חכימא דיהודאי הגאון רבי יהונתן אייבשיץ ז"ל - כ"א אלול תקכ"ד

פאוסט דורך Think and Thank »

Think and Thank האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 01, 2024 1:05 am אז מען רעדט פון די מחלוקת פון ר' יעקב עמדין און דער ר"ר יונתן, איז כדאי צו ברענגען וואס צדיקים האבן געזאגט אז זיי האבן שוין שלום געמאכט אויף יענע וועלט

די וועלט זאגט אז מ'קען עס זען פון די פאקט אז דער ר"ר יונתן און ר' יעקב עמדין ליגן איינער נעבן דעם אנדערן. למעשה איז דאס נישט פונקטליך נאר זיי ליגן גאנץ נאנט איינער צום אנדערן, אויפ'ן זעלבן שורה אבער מיט פינף אנדערע קברים אינצווישן.

די רעכטע פייל ווייזט די מציבה פונ'ם עמדין, און די לינקע ווייזט די מציבה פום ר"ר יונתן. זכותם יגן עלינו.
פיילס
05.JPG
05.JPG (297.78 KiB) געזען געווארן 289 מאל
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2520
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6627

Re: חכימא דיהודאי הגאון רבי יהונתן אייבשיץ ז"ל - כ"א אלול תקכ"ד

פאוסט דורך פופציגער »

Think and Thank האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 01, 2024 1:05 am אז מען רעדט פון די מחלוקת פון ר' יעקב עמדין און דער ר"ר יונתן, איז כדאי צו ברענגען וואס צדיקים האבן געזאגט אז זיי האבן שוין שלום געמאכט אויף יענע וועלט, אבער די פשוט'ע מענטשן וואס האבן זיך אריינגעמישט און גענומען א זייט האבן געהאט א ביטערן סוף. ר' שלמ'קע זוויהלער זצוק"ל האט אמאל געזאגט אויף צוויי גרופעס קעץ וועלכע האבן זיך געדרייט ביי זיין הויז און געמאכט ביטערע קולות, אז אין די קעץ זענען דא די נשמות פון די מענטשן וואס האבן צוויי הונדערט יאר פריער זיך אריינגעמישט אין די מחלוקת, און ביז היינט האבן זיי נאכנישט קיין תיקון!

א וויכטיגע לימוד וואס איז נוגע היינט אויך.

ליידער זעט מען מחלוקות צווישן גדולי הדור, וואס ליידיגייער פארוואנדלען אין פארטייאישע מחלוקות מיט שנאת חנם, נישט פארשוינענדיג די כבוד פון ערליכע אידן.

הוי זהיר בגחלתן.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2283
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2454

Re: חכימא דיהודאי הגאון רבי יהונתן אייבשיץ ז"ל - כ"א אלול תקכ"ד

פאוסט דורך אנדערער »

Think and Thank האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 01, 2024 1:07 am
Think and Thank האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 01, 2024 1:05 am אז מען רעדט פון די מחלוקת פון ר' יעקב עמדין און דער ר"ר יונתן, איז כדאי צו ברענגען וואס צדיקים האבן געזאגט אז זיי האבן שוין שלום געמאכט אויף יענע וועלט

די וועלט זאגט אז מ'קען עס זען פון די פאקט אז דער ר"ר יונתן און ר' יעקב עמדין ליגן איינער נעבן דעם אנדערן. למעשה איז דאס נישט פונקטליך נאר זיי ליגן גאנץ נאנט איינער צום אנדערן, אויפ'ן זעלבן שורה אבער מיט פינף אנדערע קברים אינצווישן.

די רעכטע פייל ווייזט די מציבה פונ'ם עמדין, און די לינקע ווייזט די מציבה פום ר"ר יונתן. זכותם יגן עלינו.
מען פארציילט אז הארט פאר זיין הסתלקות האט ר' יעקב עמדין באגריסט ר' יונתן
נישט קיין בהלה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 113
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 9:57 pm
Location: new york
x 171

Re: חכימא דיהודאי הגאון רבי יהונתן אייבשיץ ז"ל - כ"א אלול תקכ"ד

פאוסט דורך נישט קיין בהלה »

Think and Thank האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 01, 2024 1:05 am אז מען רעדט פון די מחלוקת פון ר' יעקב עמדין און דער ר"ר יונתן, איז כדאי צו ברענגען וואס צדיקים האבן געזאגט אז זיי האבן שוין שלום געמאכט אויף יענע וועלט, אבער די פשוט'ע מענטשן וואס האבן זיך אריינגעמישט און גענומען א זייט האבן געהאט א ביטערן סוף. ר' שלמ'קע זוויהלער זצוק"ל האט אמאל געזאגט אויף צוויי גרופעס קעץ וועלכע האבן זיך געדרייט ביי זיין הויז און געמאכט ביטערע קולות, אז אין די קעץ זענען דא די נשמות פון די מענטשן וואס האבן צוויי הונדערט יאר פריער זיך אריינגעמישט אין די מחלוקת, און ביז היינט האבן זיי נאכנישט קיין תיקון!

איינער פון די מענטשן וואס האבן געשריבן גאר א שארפן ספר קעגן ר' יונתן, האט געמאכט א ברית פאר א נייגעבוירן זון די טאג וואס די ספר איז פארטיג געווארן. ביים ברית האט אים ר' יעקב עמדין אנגעווינטשן אז דער רך הנימול זאל אויסוואקסן פונקט די פארקערטע פון ר' יונתן, און דער טאטע האט געענטפערט א הארציגן אמן. ווען דער ר"ר יונתן האט געהערט דערוועגן האט ער אויך מסכים געווען צו די 'ברכה'...

פארשטייט זיך אליין אז די 'ברכה' איז פולשטענדיג מקוים געווארן. דאס קינד האט זיך מיט די צייט גע'שמד'ט, און ער האט אפגעשריבן א גאנצע בוך פון פינף בענדער פול מיט ליגנטס און באשמיצונגען קעגן כלל ישראל. זיינע אייגענע קינדער האבן זיך אזוי געשעמט מיט זיינע שרעקליכע מעשים, אז זיי האבן אפגעהאקט יעדן שייכות מיט אים.

ווען דער משומד איז געקומען אויף דער עלטער, האט אים אנגעכאפט א שטארקע חרטה אויף זיין שענדליכע פארגאנגענהייט. ער האט זיך דערשלעפט צו די שטוב פון זיין טאכטער און איידעם, וועלכע האבן אים שוין נישט געהאט געזעהן פאר צענדליגער יארן. צובראכן און נידערגעשלאגן האט ער זיי דערציילט איבער די שרעקליכע חרטה געפילן וועלכע נעמען אים ארום, און ער האט זיך געבעטן זיי זאלן אים אריינלאזן אין שטוב ער זאל דארט קענען אויסלעבן זיינע פארבליבענע יארן מיט תשובה. ער האט זיי געבעטן אז זיי זאלן דערציילן זיין לעבנס געשיכטע, און פארוואס דאס איז געשעהן. "איך האף" האט ער געזאגט, "אז די התעוררות וואס דאס וועט ברענגען ביי אידן זיך צו היטן פון צו רעדן אויך צדיקים וועט זיין א שטיקל כפרה אויף מיינע זינד."

ווען דער דער בעל תשובה איז אוועק איז זיין טאכטער געפארן קיין הוראדנא, וואו הגאון ר' בנימין דיסקין זצוק"ל (פאטער פון מהרי"ל דיסקין) איז דאן געווען רב, און דערציילט איר טאטנ'ס לעבנס געשיכטע. ר' בנמין פלעגט דאס דערציילן און ארויסברענגען וואו ווייט מען דארף זיך היטן פון חלילה אנרירן דעם כבוד אדער זיך אריינמישן אין מחלוקת קעגן גדולי ישראל.
די מעשה איז טאקע באקאנט, אבער אין קובץ בית אהרן וישראל אדער אין קובץ עץ חיים איז אמאל געשטאנען א לענגס און א ברייטס איבער די מעשה, און יענער ווייזט אויף שווארץ אויף ווייס אז די מעשה איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, ער גייט צוריק צו די ערשטע מקורות פון די מעשה און ער פרעגט דאס אפ אחת לאחת.

סתם לידיעה בעלמא.
Think and Thank
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 131
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 350

Re: חכימא דיהודאי הגאון רבי יהונתן אייבשיץ ז"ל - כ"א אלול תקכ"ד

פאוסט דורך Think and Thank »

אינטערעסאנט. ווייסט אפשר די פונקטליכע מ"מ?
נישט קיין בהלה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 113
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 9:57 pm
Location: new york
x 171

Re: חכימא דיהודאי הגאון רבי יהונתן אייבשיץ ז"ל - כ"א אלול תקכ"ד

פאוסט דורך נישט קיין בהלה »

האב איך עס נישט יעצט. א שנעלע זוך אויף אוצר החכמה וועט דיך דאס גלייך אפירברענגען. אויף איינס פון די צוויי אויבנדערמאנטע קובצים. עס איז געווען דארט עטליכע מאמרים איבער די מחלוקת היעב"ץ און רבי יונתן אייבשיץ, אדרבה אויב די טרעפסט דארט ברענג דאס אהער לתועלת הציבור.
שרייב פאוסט