באגעגעניש מיט הניק החשוב אויפ'ן פליגער קיין פראג (וועכנטליכע שלפים קאלום דורך @יש משהו)

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
אוועיטער
יש משהו
פרישער באניצער
פאוסטס: 25
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 9:15 am
x 119

באגעגעניש מיט הניק החשוב אויפ'ן פליגער קיין פראג (וועכנטליכע שלפים קאלום דורך @יש משהו)

פאוסט דורך יש משהו »

פאר דער וואס ס'איז אים גרינגער צו ליינען אין א שיינע פי.די.עף. קען מען דא אראפנעמען. א ריזן דאנק פאר אונזער שותף @זיידענע העמדל פארן צוגרייטן די גראפיק, און פאר זיינע גוטע איידיעס.
בסד - שלפים - פרשת נח תשפה סופי-2.pdf
(352.78 KiB) דאונלאודעד 27 מאל

א זיס יאר און א געזונטע ווינטער פאר אונז אלע, וועלקאם בעק יעדער איינער, ב"ה מיר זענען דא צוריק, גרייט פאר א נייע זמן, א צייט פון פיל מיט שלפים'ס אי"ה.

Off Topic
האמיר זוכה געווען נאכאמאל, צו זיין אויך דאס יאר ראש השנה אין ארץ הקודש, און אלס איינער וואס זיכט וואס צו ברענגען פארן עולם עפעס גוט צום טיש, האב איך מיטגענומען פרישע זאפטיגע פליגער מאלצייטן פארן עולם, פליישיגע און פארווענע צוגלייך, געדאנקעלעך און קרישקעלעך וואס ס'איז איינגעפאלן אדער וואס מ'האט מיטגעהאלטן זייענדיג אונטערוועגנס אדער אינעם הייליגן לאנד.
●●●

אידטיש אויפן פליגער

געווען איז עס אויפן פליגער וועג אהיים פון ארץ ישראל קיין פראג, (נע, איך וואוין נישט אין פראג (אבער מיין זיידע ליגט דארט.... וד"ל) אבער מ'האט געדארפט זיין דארט א 6 שעה'דיגע סטאפ, צו קענען ממשיך זיין די וועג קיין לאנדאן), בקיצור המעשה, אויפן פליגער איז כמעט נישט געווען פרומע היימישע יודן, צוזאמען זענען מיר געווען מסתמא ארום 6 יודן.
בהשגחה פרטית איז אויסגעקומען אז איך בין געזיצן נעבן א צווייטע היימישע פרומע יוד. צווישן אונז ביידע איז גראדע געווען ליידיג, און אזוי זענען מיר געפארן די 3,5 שעה'דיגע וועג, פון ארץ ישראל קיין פראג, ער האט מער ווייניגער געדרימלט די גאנצע וועג און איך האב מער ווייניגער פרובירט צו דרימלען.
ווען מ'האט געלענדעט, איז געשען אזויווי עס געשעט ביי יעדע פליגער, די גאנצע עולם שטייט אויף, מ'קוועטשט זיך איינער די צווייטע, מ'נעמט אראפ די טראליס פון אויבן שטארק אויפפאסנדיג נישט אריינצוקנאקן אין יענעמס קאפ, טראץ וואס ס'איז גאנץ א שווערע זאך צו פארמיידן.
און וויבאלד מיר זענען געזיצן נעבן, זענען מיר אויך געשטאנען נעבן, און געווארט מ'זאל עפענען די פליגער-טויערן וואס זענען געווען הערמעטיש פארשלאסן. אזוי ווארטנדיג האט דער יוד, אזויווי אלע אנדערע נוסעים ובתוכם אני, ארויסגענומען זיין טעבלעט און אויסגעטשעקט די זאכן וואס איז פארגעקומען די לעצטע פאר שעה.
איך, וואוסנדיג אז ס'נישט קיין שיינע און מענטשלעכע זאך אריינצוקוקן אין יענעמס פריוואטע ענינים, האב איך נישט אריינגעקוקט כאטש ס'מיר געווען שווער, ווייל ער איז ממש געשטאנען אין פראנט פין מיר.
ערגעצוואו האב איך געגעבן א בליק ארויס פון מיין אייגענע ד' טפחים, און איך זע ווי דער יוד, קוקט אידטיש.
דא האט שוין מיין נייגער אנגעהויבן פלאקערן... דא האב איך ערענסט געדארפט האבן איינער פון די ארגאניזאציעס זאלן מיר קומען העלפן מיט שמירת עיניים... איך האב געמוזט נוצן די קינדערישע 'חרם דרבנו גרשום איז נאר געווען פאר 500 יאר' תירוץ, וואס הייסט שטייט דא א יוד, און ער איז געהעריג אויף אידטיש. אפשר איז עס איינער פון די גאר גרויסע באוויסטע ניק'ס?? אפשר שטיי איך דא נעבן איינער פון די מנהלים אפילו?! אפשר שטיי איך א שפאן אוועק פון איינער פון מיינע גאר גוטע ידידים וועם מיר פארברענגן טאג טעגלעך אויפן סייט??
איך האב ממש מיר נישט געקענט איינהאלטן, את חטאי אני מזכיר, און איך האב מיט מיין רעכטע אויג, שטילערהייט, אן קיינער זאל באמערקן, אריינגעבליקט אין זיין אידטיש.
און אזויווי ער האט געהאלטן אינמיטן א פעידזש, האב איך געדארפט אומגעדולדיג צו ווארטן, ביז ער קומט אן אויבן, און דארט העל איך זוכה זיין צום גילוי.
ערגעצוואו האט ער אנגעהויבן פארן ארויף ארויף, און איך האב אנגעהויבן שפירן, אז איך בין סעקונדעס אוועק פון א קאלאמבוס-אנדעקט-אמעריקע סיטואציע.
און אט די סעקונדעס האב איך געשפירט, א גאר געשמאקע באטעמטע געפיל, און מיינע מחשבות זענען שוין געלאפן ווייט, גאנצענע ארטיקלען און רובריקן 'מיין באגעגעניש מיט הניק החשוב ..... אויפן וועג קיין פראג' געשריבן דורך יש משהו – זענען שוין געליגן פאר מיינע אויגן..
אזוי פארט יענער ארויף ארויף, מיט א רוהיגקייט ליינט ער יעדע צווייטע תגובה, נישט וואוסנדיג אז א שפיאן אגענט קוקט אים נאך.
ער מישט ארויף ביז אויבן, יעצט האב איך שוין עקסטער געדארפט אנשטרענגען מיינע אויגן צו זען וואס עס שטייט דארט אויבן אויף די לינקע זייט אןן עס אנטפלעקט זיך פאר מיינע אויגן, נישט מער און נישט ווייניגער דאס:

שרייב זיך איין -------- לאגין----------

●●●

גולמים פון פראג

זייענדיג אין פראג'ער עירפארט אפאר שעה, האב איך אנגעהויבן פארשטיין אז פארוואס אין פראג איז געווען אזא מציאות ווי א גולם....

די עירפארט איז אויסגעשטעלט אז מ'גייט אריין טשעק-אין און בארדער, אזויווי א יעדע עירפארט, אבער אנשטאט דארפן אריבערגיין די סעקיוריטי, און הערשט נאכדעם אנקומען צום געיט, איז דא אנדערש, קודם האסטו די דיוטי פרי און די געיטס, און פארן ארויפגיין אויפן פליגער בפועל, הערשט דעמאלטס דארף מען אריבערגיין די סעקיוריטי, און גלייך טשעקט מען די בארדינג-פאס און מ'יאוועט זיך ארויף אויפן פליגער.

גולם וואס די ביסט! איינער קען דאך אויפרייסן די עירפארט!!!

●●●

פאלשע-אנטיסעמיטיזם אויפן פליגער

אויפן וועג אהיים פון פראג קיין לאנדאן, האבן מיר גענומען די באקאנטע וויז-עיר עירליינס הידוע ל...., און אזויווי איך בין געפארן צוזאמען מיט נאך איינער, האבן מיר ווי פארשטענדלעך געוואלט זיצן אינאיינעם. אבער אויף די עירליין, אויב ווילסטו האבן א סיעט מוזטו צאלן תבלין ותקילין, און מיר האבן נישט עכט געהאלטן ביים באצאלן, איז אויסגעקומען אז איך האב געהאט סיעט 21 און מיין באקאנטע 31, און אונזער מזל האט גאר גוט מיטגעשפילט, איך האב באקומען א פלאץ נעבן 2 נשים רשעיניות, און מיין באקאנטע נעבן א טאטע מיט א זוהן, אזוי אז ס'ממש נישט געווען א מעגלעכקייט צו טוישן אדער דרייען פלעצער.
האבן מיר געווארט ביז די עולם איז געזיצן, אפשר דעמאלט העט מען טרעפן ליידיגע פלעצער אדער אנדערע אפציעס צו לעזן אונזער פארלעגנהייט.
און אזוי איז טאקע געווען, מיר האבן ב"ה געטראפן 2 ליידיגע סיעטס נעבן עפעס א גוי. און ווי נארוואס מיר זעצן זיך אראפ דארטן, האט יענער גוי אפגעטראגן פון שטח, און מער האט ער זיך נישט באוויזן פאר אונזער אויגן. ווי די ערל האט אפגעטראגן בלייבט א מיסטעריע, און פארוואס די בחור איז געגאנגען איז נאכנישט קלאר, צו וועגן אנטיסעמיטיזם צו ווייל ער האט פשוט נישט ליב יודן, אבער וואס איז קלאר, מיר האבן געהאט 3 בענקלעך פאר 2.
ווען די וואלסט אונז ווען באמת פיינט געהאט, וואלסטו געבליבן זיצן. גולם.

●●●

א דאפלטע סליחות נאכט ביים כותל

אין די עשי"ת האט איינער ערגעצוואו אראפגעלייגט א הערליכע ארטיקל און שיין באשריבן א ראש השנה'דיגע מוסף פון די ספרדים און זייערע תמימות, און די נאכווייען זענען געווען אביסל שווערליך, ווען רוב עולם איז נישט געווען אזוי צופרידן.... און ווי אינטערעסאנט ס'איז, האב איך געהאט די זעלבע מחשבות און געוואלט שרייבן די זעלבע געדאנק ארטיקל, נאכן מיטהאלטן א סליחות פון זיי.
די מעשה גיי איך נאכאלס שרייבן, אבער איך וועל עס שוין שרייבן אנדערש ווי לכתחילה געפלאנט.
לאמיר פרובירן שרייבן פון 2 פערספעקטיוון, פון מיין, און אזוי אויך פון פון די ספרדישער פערספעקטיוו.

מיין פערספעקטיוו:

געווען איז עס מוצאי שבת, בערך האלב 3, ווען אונז האבן דעסיידעוועט צו אריינכאפן א כותל פאר מ'פארט ארויס צום עירפארט. אנגעקומען איז מען הערשט 20 צו 4, און ס'איז אונז געבליבן קארגע 20 מינוט צו פארבראכן ביים שריד בית אלוקינו. טאקע נאר 20 מינוט, אבער מ'האט, און מ'האפט אז מ'האט אסאך אריינגעכאפט.
געווען איז דארט א חסידישער היימישע מנין וואס זאגט סליחות, האט מען זיך מיטגעכאפט און זיך סולח געווען פארן רבש"ע.
אביסל מער אין די בעק פון אונז איז פארגעקומען א מנין סליחות פון ספרדישער, אבער מער פון די שוואכערער סארט. יודן, קוים מיט א קאפל, קורצער ארבעל, כ'ווייס נישט ווי געפילטערט זייערע סמארספאונס זענען.... (כ'זוך נישט צו מקטרג זיין, אבער דאס איז ליידער די מציאות), און ווי זייערע שטייגער, האבן זיי געזונגען און געזאגט סליחות מיט די גאנצע געשמאק, יעדע מינוט האט א צווייטע פאראויסגעזינגען, און זיי זענען געווען אין די הימלען.
איך טראכט אזוי צו מיר, קוק זיי אן, פשוטע, און אפשר אפילו ווייניגער ווי פשוט, יודן, וויפיל מצוות זיי האלטן ווייס איך נישט, ווי זיי האבן פארברענגט זייער ראש השנה ווייס איך אויך נישט, מיט וויפיל מצוות ומעשים טובים זיי קומען צו דיע טעג ווייס איך אויך נישט, און איך ווייס נישט צו זיי ווייסן יא.
אבער רבש"ע, קוק די תמימות, קוק די ריינקייט פון זיי, זיי בעטן און זיי זענען מודה 'חטאנו לפניך', זיי זינגען מיט אזא מין הארציגע שטימע 'ד' הוא האלוקים' און אזוי ווייטער.
אה! אזא תמימות!
הקב"ה לכל – אף לפחותין.

ספרדישע פערספעקטיוו:

געווען איז עס אינמיטן נאכט מוצאי ראש השנה, נאכן פארברענגען שעות אין..... ווען איינער פון מיינע פריינט האט פארגעשלאגן צו גיין צום כותל און זאגן סליחות. נאכן פארברענגען א גאנצע נאכט מיט גארנישט און שטותים, האבן מיר טאקע מסכים געווען דערצו, ווייסטעך, עפעס אבעסל ערנסטקייט האט אונזער נשמות פארלאנגט. און אזוי האמיר טאקע געטון. אונז קומען אן, מ'נעמט עפעס א בימה און מ'שטעלט זיך ביי א ווינקל און אונז הייבן אן זאגן און זינגען, טיף אין הארץ האב איך געוואוסט אז כ'בין זייער ווייט פון דיע ווערטער וואס איך זאג, וויפיל מצוות היט איך שוין? וויפיל מעשים טובים האב איך געטון די יאר? אבער נאכאלס, באמת וויל איך יא זיין וואויל און גוט.
בשעת'ן טראכן אויף מיין צעבראכענע מצב, זע איך ווי עס שטעלט זיך א מנין חסידישע יונגעלייט, טייל פון זיי נאך מיטן שטריימל און ווייסע זאקן.
זיי הייבן אן זאגן, מיט א קאך, מיט א ווארעמקייט, און מיט אזא ריינקייט, אזא תמימות. זיי האבן דאך שוין געדאוונט ראש השנה שעות אויף שעות, געשטאנען אויף פיס צוקוועטשט העיקר צו הערן זייער רבי זינגען ויאתיו. זיי קומען מיט אזויפיל מצוות, חסד ומעשים טובים, זיי זענען שוין זיכער ריין פון יעדע עבירה, וואס קוים זיי האבן. מ'רעדט דאך דא פון די סאמע שענסטע! יודן מיט כשר'ע פאון'ס, טייל פון זיי האבן ניטאמאל פשוטע טעקסט!
און דאך, קומען זיי, געציילטע מינוטן פארן אהיימפארן א מסירות נפש'דיגע וועג, און זאגן סליחות מיט אזא תמימות, פשוט ווייל די מנהג איז אז מ'זאגט. און זיי גייען מארגן נאך פאסטן.... איך, כ'האף אז יום כיפור העל איך פאסטן.....
אה! אזא תמימות!
הקב"ה לכל.

●●●

פרייע אויפן פליגער

אויפן וועג אהין, זעמער געפארן מיט א סטאפ אין רודוס (Rhodes), א אינזל אין גריכנלאנד, און דארט געווארט אזא 5,5 שעה.
ביים טשעק-אין צום פליגער קיין ארץ ישראל, האב איך אויפגעכאפט אז מיר זענען 4 פרומע יודן, און די רעשט אלע זענען פרייע (וויאזוי האב איך אויפגעכאפט? קודם כל, מען קען דאך הערן וועלכע שפראך זיי רעדן, און צווייטנס וועלכע יווני פארט קיין ארץ ישראל אין אזעלכע שווערע תקופות?)
שטייענדיג אין די ליין, האב איך אריינגעטראכט, קוק אן, שטייען דא איבער הונדערט יודן, וואס זייער עלטער עלטער זיידעס זענען (לכאורה) געווען פרום און היימיש פונקט ווי מיינע זיידעס, גערעדט יידיש, זיך אויפגעפירט ערליך און הייליג.
נאר? וואס איז געשען? וויאזוי זענען זיי פריי ל"ע?
און די סיבה איז פשוט, זייערע זיידעס האט נעבעך זיך נישט געקענט האלטן ביי די פארשידענע נסיונות וואס ס'איז געווען אין זייערע צייטן. צו נאך פאר די מלחמה, ווען ס'איז אנטשטאנען די דרך הציונות ה"י, צו אפשר אפילו נאך פאר דעם, ביי די השכלה.עס קען אפילו זיין אז זייערע זיידעס האבן אפילו איבערגעמאכט פרומערהייט דע מלחמה, און נאר נאכדעם איז ער געפאלן און געווארן פריי.
אזוי צו אזוי, די אלע פרייע, זענען שוין געבוירן צו עלטערן וואס זענען געבוירן/געווארן פריי, און זיי זענען ליידער אזוי, פריי, אפגעזונדערט און דערווייטערט פון יעדע דבר שבקדושה, מסתמא א חלק פון זיי זענען אפילו לינקע שונאי חרדים, וואס זייערע זיידעס און ארויפציר זענען געווען געהעריג פרום, און זיי פירן נעבעך לעבנס פונקט ווי גוים ר"ל.
סאו, די מחשבה האט מיר געגעבן אזא טרייסל אויף, קוק וואס ס'געשעט ווען מ'פאלט צו די נסיונות, אוודאי איך בין נישט דער וואס קען דן זיין די אלע יודן, און צו די ציונות והשכלה נסיונות וואס זיי האבן געהאט, אדער די מציאות נאך די מלחמה וואס ס'איז באמת געווען א ביטערע נסיון פונקט אזויווי היינט די נסיונות פון טעכנאלאגיע והמסתעף וד"ל, אבער, ס'האט מיר געגעבן אזא שטופ, אזא מין חיזוק פון, לאמיר זיך האלטן שטארק! לאמיר זיך האלטן פעסט! לאמיר זיך האלטן פרום און חאניאקיש! לאמיר נישט פאלן צום ביטערע שווערע נסיונות.
אז נישט פאר מיר, טו איך עס כאטש פאר מיינע קינדער און מיינע דורות ווייטער.

●●●

גיי אן!

זייענדיג אין ארץ ישראל, האב איך באמערקט א זאך, וואס כאטש כ'האב עס בעצם געוואוסט פאר דעם, דאך האב איך עס געדארפט זען מיט מיינע אייגענע אויגן עס צו קענען באשטעטיגן.
די לאנד גייט אן ווייטער ווי כאילו לא היה.
ס'בוזשעוועט, ליידער, שווערע מלחמות, ס'דאך געווען טעג נאך וואס איראן האט באהאגלט ארץ ישראל מיט שווערע באמבעס, אבער די טאג, די לעבן, גייט אן ווייטער ווי גארנישט.
אויפן גאס שפירט מען נישט מלחמה, באסעס פארן (אדער שטייען אין טרעפיק), מענטשן קומען און גייען, געשעפטן זענען אפן און געפאקט ווי געהעריג, אלעס, אבער ממש אלעס פארט ווי נארמאלע אומשטענדן. ס'קוקט נישט אויס אז ס'קען באמת יעדע מינוט זיך הערן א פייף....

דאס האט מיר געגעבן א שטארקע לימוד.

אסאך מאל א מענטש איז אין א מלחמה. די יצר הרע, געבט נישט אויף, ער קומט פון דרום, שפעטער פון צפון, שפעטער פון נאך ווייטער, פון אלע זייטן פליען באמבעס מיט דראונס, אסאך מאל געווינט מען, אבער ליידער גענוג מאל פאלט מען אדורך צו זיינע פלענער, און א קלאפ טוט וויי, ס'שווער זיך צו מחזק זיין.
בקיצור, א געהעריגע מלחמה.
אבער די, גיי ווייטער! זיי ממשיך דיין לעבן ווי כאילו לא היה. בלייב נישט סטאק נאך א נידערלאגע אדער דורכפאל. אוודאי, א וואונד מוז מען היילן, אבער שטעל דיך נישט אפ ביי דעם. גיי ווייטער אן מיט דיין לעבן. העסט גארנישט האבן פון בלייבן שטעקן.
נעם דיר צאם דיינע כוחות, און גיי ווייטער!! כאילו לא היה.

●●●

געדאנק אויפן סדרה

שלענגליכע חיזוק

דיע געדאנק וואס כ'שרייב יעצט, איז א געדאנק וואס איך האב שוין אמאל געשריבן יארן צוריק, נאך אלס בחור, אבער דעמאלטס האב איך נישט געהאט קיין שום וועג דאס צו פארשפרייטן... יעצט ב"ה קען איך עס נאכאמאל איבערשרייבן און שוין יא מיט א ציל אז אנדערע זאלן עס ליינען. און אויב ס'גייט זיין, אפילו נאר איינער וואס העט נעמען חיזוק פון דעם אפילו נאר פאר איין מינוט, האט זיך שוין אלעס געלוינט.

בין איך געזיצן אמאל, אינדערהיים אויפן קאנאפע, ס'איז געווען שוין נאך סוכות אבער נאכאלס 'בין הזמנים'. אזוי קלאצנדיג, האט מיין קליינע ברודער זיך געשפילט אויף די ערד מיט א פאזל, ס'געווען א גרויסע פאזל (נאר די עצם פאזל, ס'מסתמא געווען פון 24 שטיקלעך...) מיט א פיקטשער פון תיבת נח.

איך באטראכט אזוי די בילד, מ'זעט ווי עס גייט אריין אינעם תיבה, 2 עלעפאנטן, 2 לייבן (א לייב מיט א 'לייביכע'.....), 2 דזשיראפס, און אזוי ווייטער. איינער פון די חיות וואס האבן אויך געשטעלט זייער טריט צום פתח התיבה איז געווען די שלענג. א טאטע און מאמע שלאנג. אין מיין קאפ האט זיך אפגעשפילט די בילד ווי 2 שלענג, שלענגלען זיך אריין אין תיבה און מאכן זיך באקוועם אין זייערע צייטוויליגע וואוינונג.

דא האט מיר אנגעהויבן באדערן, וויאזוי נעמט די שלאנג די חוצפה, אריינצוגיין אינעם תיבה?! ער איז דאך די נחש הקדמוני, ער איז דער וואס נאר וועגן אים איז דא אזא מושג ווי 'מיתה' אויפן וועלט. נאר וועגן אים דארפן מיר זיך פלאגן פאר פרנסה. נאר וועגן אים האבן די נשים צער לידה. נאר וועגן אים איז דא בכלל זינד אויפן וועלט! נאר וועגן אים איז מען בכלל אנגעקומען צו א מצב אז מ'דארף אריינגיין אין תיבה, כי מלאה הארץ חמס. ער איז שולדיג אין אלעס!!! איז וויאזוי נעמט ער די חוצפה, יעצט – ווען די אייבישטער גייט ריסטארטן די וועלט – בכלל מיט צוקומען?שעמסט דיך נישט?!

אזוי האט מיר געשטערט. און איך מיין אז די קשיא איז נישט אזוי אוועק צו מאכן. וואס איז טאקע פשט?.

נאר ע"פ דרך חיזוק, קען מען זאגן אזוי.

פונקט פארקערט. דוקא די שלאנג האט די אייבישטער געוואלט ער זאל מיטגיין. דוקא ער, סך מער וויכטיגער ווי די עלעפאנט און די לייב. און די סיבה איז פשוט.

ווייל די אייבישטער האט גארנישט דערפון, אויב אלעס פארט א מחיה און אן שוועריקייטן. אויב אלעס גייט גוט – האט ער מלאכים גענוג אויבן. נישט דאס דארף די רבש"ע פון אונז, נישט פארדעם האט ער באשאפן זיין וועלט.

די אייבישטער וויל, דוקא ווען ס'שווער, דוקא ווען ס'דא נסיונות, דוקא ווען ס'דא מכשולות, דוקא ווען מ'מוטשעט זיך פאר פרנסה און מיט צער גידול בנים, דוקא דא אינעם עולם השפל, וויל די אייבערשטער מ'זאל אים דינען, מיר זאלן טון זיין רצון, מיר זאלן טון די מערסטע וואס מיר קענען.

אז די נסיונות און שוועריקייטן לאזט מען איבער אז ס'זאל פארשווענקט ווערן מיטן מבול, וואס האט די אייבישטער פון די גאנצע וועלט?? וואס איז די תכלית? סתם דינען די רבש"ע אן א נסיונות? אן עול הפרנסה? פאר דעם האט ער גענוג מלאכים וואס טוען אים די דזשאב....

און דאס איז די סיבה, פארוואס די שלאנג און זיין גאנצע רעיון פון חטא, איז אויך מיטגעקומען מיט די תיבה. אוודאי דארף מען אים אויך האבן.

טייערע ברודער, ס'קומט יעצט א לאנגע ווינטער, טונקעלע נעכט, מ'מיינט אז גיי ווייס וואס.

אבער, ניין.

לאמיר זיך מחזק זיין, לאמיר זיך מחדש זיין, לאמיר זיך האלטן שטארק. לאמיר געדענקען אז די באשעפער איז מיט אונז, ער ווארט אויף אונז. די באשעפער ווייסט גאנץ גוט אונזערע נסיונות און שוועריקייטן, דאך וויל ער מיר זאלן טון וואס מיר קענען, און זיך האלטן שטארק.

די אייבישטערס גאנצע הנאה איז, דוקא ווען ס'שווער, דוקא דא אינעם עולם השפל.

האטס מיר אלע לעכטיגע שבת, און א געזונטע ווינטער!!
כ'מיין אז די גרינגסטע צו רופן די סייט איז אי-טיש, עלעקטראנישע טישל... (אזויווי איי-וועלט)
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2700
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 7449

Re: מיין באגעגעניש מיט הניק החשוב אויפן פליגער קיין פראג! (וועכנטליכע שלפים קאלום דורך @יש משהו)

פאוסט דורך פופציגער »

הוהא!

א געשמאקע שפראך!

געענדיגט די ערשטע העלפט. בוקמארק.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
זיידענע העמדל
ניי צום טיש
פאוסטס: 4
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 27, 2024 3:08 pm
x 7

Re: מיין באגעגעניש מיט הניק החשוב אויפן פליגער קיין פראג! (וועכנטליכע שלפים קאלום דורך @יש משהו)

פאוסט דורך זיידענע העמדל »

תתחדש אידיטיש תתחדש!!
איך בלאש...
אזא ווארעמע קאמפלימענט פונעם בעל הבית אליין!!!
אשרינו שזכינו!!
א אמת'ע זכי' צו ארבעטן צוזאמען און שטיין ליד ימין פון אזא אויסגערפונע חשובע איד!!
שכונה שרי' במעשה ידיכם!
----
איך האף עטס האטס הנאה פון די פי. די. עף.!
א פרייליכן לעכטיגן חודש און שבת!!
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2381
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 5589

Re: מיין באגעגעניש מיט הניק החשוב אויפן פליגער קיין פראג! (וועכנטליכע שלפים קאלום דורך @יש משהו)

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

ריזיגע נייעס דא. ביסט אן אייניקל פון מהר"ל? אלנפאלסב דו שרייבסט מורא'דיגע און דיינע געדאנגען זענען שטארק. @זיידענע העמדל די פידיעף איז הערליך.
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3689
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 4639

Re: מיין באגעגעניש מיט הניק החשוב אויפן פליגער קיין פראג! (וועכנטליכע שלפים קאלום דורך @יש משהו)

פאוסט דורך שמח »

שיין!

וואס מיינט דאס "שלפים''?...
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
אוועיטער
יש משהו
פרישער באניצער
פאוסטס: 25
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 9:15 am
x 119

Re: מיין באגעגעניש מיט הניק החשוב אויפן פליגער קיין פראג! (וועכנטליכע שלפים קאלום דורך @יש משהו)

פאוסט דורך יש משהו »

שמח האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 6:30 pm שיין!

וואס מיינט דאס "שלפים''?...
קענסט געסן
כ'מיין אז די גרינגסטע צו רופן די סייט איז אי-טיש, עלעקטראנישע טישל... (אזויווי איי-וועלט)
אוועיטער
יש משהו
פרישער באניצער
פאוסטס: 25
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 9:15 am
x 119

Re: מיין באגעגעניש מיט הניק החשוב אויפן פליגער קיין פראג! (וועכנטליכע שלפים קאלום דורך @יש משהו)

פאוסט דורך יש משהו »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 6:28 pm ריזיגע נייעס דא. ביסט אן אייניקל פון מהר"ל?
פונעם גולם...
כ'מיין אז די גרינגסטע צו רופן די סייט איז אי-טיש, עלעקטראנישע טישל... (אזויווי איי-וועלט)
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2381
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 5589

Re: מיין באגעגעניש מיט הניק החשוב אויפן פליגער קיין פראג! (וועכנטליכע שלפים קאלום דורך @יש משהו)

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

יש משהו האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 6:38 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 6:28 pm ריזיגע נייעס דא. ביסט אן אייניקל פון מהר"ל?
פונעם גולם...
:lol: איך האב נישט געוויסט אז ער איז נפטר געווארן...
אוועיטער
יש משהו
פרישער באניצער
פאוסטס: 25
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 9:15 am
x 119

Re: מיין באגעגעניש מיט הניק החשוב אויפן פליגער קיין פראג! (וועכנטליכע שלפים קאלום דורך @יש משהו)

פאוסט דורך יש משהו »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 6:40 pm
יש משהו האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 6:38 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 6:28 pm ריזיגע נייעס דא. ביסט אן אייניקל פון מהר"ל?
פונעם גולם...
:lol: איך האב נישט געוויסט אז ער איז נפטר געווארן...
די גולם איז אוועק

זיינע אייניקלעך לעבן אבער אין פריידן און מערן זיך ווי פיש.... :lol:
כ'מיין אז די גרינגסטע צו רופן די סייט איז אי-טיש, עלעקטראנישע טישל... (אזויווי איי-וועלט)
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4730
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 14073

Re: מיין באגעגעניש מיט הניק החשוב אויפן פליגער קיין פראג! (וועכנטליכע שלפים קאלום דורך @יש משהו)

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

👍👍👍

דעליווערט א שלימות פון אן ארטיקל!

אינהאלטסרייכע געדאנקען, זאפטיג באשריבן, באשפרענקלט מיט הומאר, און באווירצט מיט אינספיראציע!

כה לחי, ווי Wאנט מאר.

--
אפשר דאך לייזסטו מיר אויס פון מיין נייגעריגקייט? שלפים?!
אוועיטער
יש משהו
פרישער באניצער
פאוסטס: 25
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 9:15 am
x 119

Re: מיין באגעגעניש מיט הניק החשוב אויפן פליגער קיין פראג! (וועכנטליכע שלפים קאלום דורך @יש משהו)

פאוסט דורך יש משהו »

ל'יל ש'ישי פ'ארברענג י'ש מ'שהו
כ'מיין אז די גרינגסטע צו רופן די סייט איז אי-טיש, עלעקטראנישע טישל... (אזויווי איי-וועלט)
אוועיטער
יש משהו
פרישער באניצער
פאוסטס: 25
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 9:15 am
x 119

Re: מיין באגעגעניש מיט הניק החשוב אויפן פליגער קיין פראג! (וועכנטליכע שלפים קאלום דורך @יש משהו)

פאוסט דורך יש משהו »

פאר דער וואס וויל זען די ערשטע שלפים

https://drive.google.com/file/d/1f2osXI ... p=drivesdk
כ'מיין אז די גרינגסטע צו רופן די סייט איז אי-טיש, עלעקטראנישע טישל... (אזויווי איי-וועלט)
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4730
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 14073

Re: מיין באגעגעניש מיט הניק החשוב אויפן פליגער קיין פראג! (וועכנטליכע שלפים קאלום דורך @יש משהו)

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

יש משהו האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 8:28 pm פאר דער וואס וויל זען די ערשטע שלפים

https://drive.google.com/file/d/1f2osXI ... p=drivesdk
עקסעס ביטע.
אוועיטער
יש משהו
פרישער באניצער
פאוסטס: 25
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 9:15 am
x 119

Re: מיין באגעגעניש מיט הניק החשוב אויפן פליגער קיין פראג! (וועכנטליכע שלפים קאלום דורך @יש משהו)

פאוסט דורך יש משהו »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 9:02 pm
יש משהו האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 8:28 pm פאר דער וואס וויל זען די ערשטע שלפים

https://drive.google.com/file/d/1f2osXI ... p=drivesdk
עקסעס ביטע.
געעפנט. אנטשולדיג
כ'מיין אז די גרינגסטע צו רופן די סייט איז אי-טיש, עלעקטראנישע טישל... (אזויווי איי-וועלט)
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3689
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 4639

Re: מיין באגעגעניש מיט הניק החשוב אויפן פליגער קיין פראג! (וועכנטליכע שלפים קאלום דורך @יש משהו)

פאוסט דורך שמח »

יש משהו האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 8:28 pm פאר דער וואס וויל זען די ערשטע שלפים

https://drive.google.com/file/d/1f2osXI ... p=drivesdk
@יש משהו
אויב לייגט מען אָן די URL טעג קען מען עס ליינען דא אויפ'ן סייט דירעקט.
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
שרייב פאוסט