היסטארישע און ירושה חפצים

נייעס און אנטוויקלונגען אין רבי'שע הויפן
אויגעלעך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 278
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 1:38 pm
x 418

Re: היסטארישע און ירושה חפצים

פאוסט דורך אויגעלעך »

נפתלי האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 30, 2024 1:04 pm האדמו"ר מוויזניץ שיכון האט זיך אמאל באניצט מיט די קיטל?
viewtopic.php?p=23641#p23641
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1497
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1561

Re: היסטארישע און ירושה חפצים

פאוסט דורך שבת קודש »

וויאזוי איז צוגעגאנגן די חלוקה איבערן קיטל צווישן די ברודער די ישועת משה און תורת מרדכי?
שמואל פוקס
פרישער באניצער
פאוסטס: 27
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:07 pm
Location: מאנסי
x 69

Re: היסטארישע און ירושה חפצים

פאוסט דורך שמואל פוקס »

דארט איז געווען היבש אנגעצויגן.

יתכן אז איך זאג נישט נאך די פרטים ריכטיג, איך האב עס נישט דורכגעטון לגמרי.

מפי השמועה האבן דאס ביידע ברידער געוואלט האבן און ביידע זענען געווען גרייט אויפצוגעבן אויף די גאנצע ירושה, אבי צו האבן דעם קיטל. למעשה האט מען געשטעלט דעם קיטל קעגן די כתבים פון תורת-חיים, וואס איז אויך א ווערטפולע זאך און מען האט געווארפן א גורל ווער עס וועט באקומען דעם קיטל, און דער אנדערער האט געזאלט באקומען די כתבים פון תורת חיים.

איידער דעם גורל איז געווען אביסל אנגעצויגן, עס זענען געווען אזעלכע וואס האבן געלייגט זייער געוויכט אויף דעם גורל, אז ווער עס וועט באקומען דעם קיטל, איז דאס א סימן אז ער איז דער ממשיך וכו' און מען וועט צו אים גיין... דער תורת-מרדכי האט געשיקט א מנין אויפן ציון פון אהבת-ישראל והאמרי חיים, דאקעגן דער ישועות משה איז געגאנגען אין מקוה איידער דעם גורל.

למעשה האט דער ישועות משה געוואונען דעם קיטל, בשעת דער תורת-מרדכי האט באקומען אנשטאט דעם די כתבים פון תורת חיים.

נ.ב. איך נעם נישט קיין אחריות אויף די פונקטליכקייט פון די דעטאלן. איך שרייב דאס וואס איך האב מקבל געווען און געהערט פון חסידים ואנשי מעשה ארום און ארום. ווער עס וויל מוסיף זיין, אפפרעגן וכו', איז ווילקאמען.
פערזשוך
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 9:38 am
x 6

Re: היסטארישע און ירושה חפצים

פאוסט דורך פערזשוך »

שמואל פוקס האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 30, 2024 11:02 am די קיטל פרשה איז ווייט פון פארטיג. עס ליגט טאקע ביי מרכז ויז'ניץ, אבער עס גייט נאך פארקומען א דין-תורה, וויפיל געלט דארף מרכז געבן פאר ויז'ניץ שיכון דערפאר. דער הסכם איז געווען אז זיי דארפן געבן האלב פון די ווערד פון די קיטל, ביידע זייטן האבן גענומען א שאצער וואס האבן געשאצט וויפיל עס איז ווערד. דערווייל שלאגט מען זיך אויף די ווערד, ערגעץ אין די הייליגע טעג האט מען גע'חתמ'עט שטרי זבל"א, און מען דארף זיצן און זען וויפיל די ווערד דערפון איז, און וויפיל געלט מען דארף געבן דערפאר.

לויט מיין אינפארמאציע, איז דער קרעדיט אויף די גאנצע חלוקה צו פארדאנקען האדמו"ר מויז'ניץ מאנסי שליט"א, וועלכער האט טיילווייז געפירט מיטן הסכם. לויט מיינע קוועלער (געוויסע זאכן וואס איך האב דא נאכגעשריבן בשמו, האט זיך ארויסגעשטעלט אלס אומריכטיג, אבער פארט ליגט ער אינדערווייניג און זאגט ריכטיגע זאכן פאראויס - ברענג איך עס דא נאך.) איז דאס געקומען, נאך וואס האדמו"ר מויז'ניץ שליט"א איז נעבעך דיאגניזירט געווארן רח"ל, ה' ישלח לו במהרה רפוא"ש, האט ער געפרעגט פון בן-דודו ממאנסי, וועלכער גוטע זאך ער קען טון לזכותו, האט אים דער רבי פון מאנסי געזאגט, אז אין ויז'ניץ איז נישט געווען עפעס העכער פון שלום, דער אמרי חיים האט אלעס אוועקגעגעבן פאר שלום, וכן נהג מרן אהב"י בעת הדין-תורה בסיגוט, ובלשונו, "עס איז נישט קיין קונץ אוועקצוגעבן עפעס וואס דו האלסט אז עס קומט פאר יענעם. עס איז א קונץ אוועקצוגעבן עפעס וואס דו האלסט אז עס קומט פאר דיר"... דעריבער, זאל ער למען השלום געבן דעם קיטל, תמורת כסף ושאר חפצי הירושה כפ. י החלוקה.

אצינד דארף מען נאך זען, וויפיל דער קיטל איז טאקע ווערד, און וויפיל געלט מען וועט געבן תמורתה.

כל זה כפי השמועה ממקורות קרובים מאוד, אבער... מען קען נישט בויען 100% אויף זייער ווארט. אדרבה, ווער עס האט אנדערע אינפארמאציע, זאל ביטע אריינקומען.
איך קען דיר זאגן אין זאך אז סאיז גענדיגט די קיטל גייט נישט צוריק אין געלט וועט זיין אפשר קעגן בנינים
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1497
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1561

Re: היסטארישע און ירושה חפצים

פאוסט דורך שבת קודש »

שמואל פוקס האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 1:03 am דארט איז געווען היבש אנגעצויגן.

יתכן אז איך זאג נישט נאך די פרטים ריכטיג, איך האב עס נישט דורכגעטון לגמרי.

מפי השמועה האבן דאס ביידע ברידער געוואלט האבן און ביידע זענען געווען גרייט אויפצוגעבן אויף די גאנצע ירושה, אבי צו האבן דעם קיטל. למעשה האט מען געשטעלט דעם קיטל קעגן די כתבים פון תורת-חיים, וואס איז אויך א ווערטפולע זאך און מען האט געווארפן א גורל ווער עס וועט באקומען דעם קיטל, און דער אנדערער האט געזאלט באקומען די כתבים פון תורת חיים.

איידער דעם גורל איז געווען אביסל אנגעצויגן, עס זענען געווען אזעלכע וואס האבן געלייגט זייער געוויכט אויף דעם גורל, אז ווער עס וועט באקומען דעם קיטל, איז דאס א סימן אז ער איז דער ממשיך וכו' און מען וועט צו אים גיין... דער תורת-מרדכי האט געשיקט א מנין אויפן ציון פון אהבת-ישראל והאמרי חיים, דאקעגן דער ישועות משה איז געגאנגען אין מקוה איידער דעם גורל.

למעשה האט דער ישועות משה געוואונען דעם קיטל, בשעת דער תורת-מרדכי האט באקומען אנשטאט דעם די כתבים פון תורת חיים.

נ.ב. איך נעם נישט קיין אחריות אויף די פונקטליכקייט פון די דעטאלן. איך שרייב דאס וואס איך האב מקבל געווען און געהערט פון חסידים ואנשי מעשה ארום און ארום. ווער עס וויל מוסיף זיין, אפפרעגן וכו', איז ווילקאמען.
פארוואס מאכט מען נישט אויך דא א גורל?

פארוואס האט עס וויזניץ שיכון געגעבן בעפאר באקומען די געלט?
שמואל פוקס
פרישער באניצער
פאוסטס: 27
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:07 pm
Location: מאנסי
x 69

Re: היסטארישע און ירושה חפצים

פאוסט דורך שמואל פוקס »

דער רבי פון שיכון (און זיינע מענטשן זיכער), זענען נישט קיין נארנים, און ווייסן אז געבן דעם קיטל איידערן באקומען געלט, איז א האקעלע ריזיקע. אבער ער האט דאס געוואלט געבן, אזוי האט דער רבי געוואלט, מפני השלום. על צד אז ס'איז זיינס, מעג ער דאך טון דערמיט וואס ער וויל, און ער האט באשלאסן אזוי צו טון, אפגעזען פאר סיי וועלכע סיבה.
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1208
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 1573

Re: היסטארישע און ירושה חפצים

פאוסט דורך טיפע טאשן »

נפתלי האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 30, 2024 1:04 pm האדמו"ר מוויזניץ שיכון האט זיך אמאל באניצט מיט די קיטל?
פאריאר
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
שרייב פאוסט