איך נוץ דעם אויסדריק תגובות אינעם קעפל, אנדערש ווי דאס ווערט גערופען דא פאוסט. ווייל איך וויל מיך באציען צו די נושא פון קאמאנטירען.
@פייל און בויגן ווייסט צו זאגן אז אויף אייוועלט ווערט געפייערט דאס אז זיי האבן באוויזען צו אנקומען צום פאנטאסטישע ציפער פון 5 מיליאן תגובות! @שאינו יודע לשאול ווייסט צוצולייגען, אז מיט די געמעקטע האלטען זיי שוין ביי 10 מיליאן. אבער איך וויל קוקען פון אן אנדערע שטאנפונקט.
ווען מען גייט אויף אייוועלט, וויפיל תגובות דארט זענען גענצליך איבריג? כדי צו וויסען פון וואס מען רעדט האב איך יעצט איבערגעקוקט די בד"ה אשכול פון האדמו"ר מקאסוב זצ"ל, און בלויז אין די ערשטע פינעף בלעטער דארט איז דא בערך דרייסיג פאוסטס מיט פלעין, בד"ה, שרעקליך!, א פארלוסט, אן אמתע צדיק געווען, פארלוירען א טאטע, וכו' וכו'. פאוסטס וואס לייגען ממש גארנישט צו. עס פארציילט גארנישט פאר דער וואס ליינט עס. אזוי אויך ווען עס קומט צו די גם אני מצרפ'ס איז עס שרעקליך, אדער צום נאדיר א לייק. וכו' וכו'. פון 5 מיליאן תגובות אויב זאל מען מעקן די אלע תגובות וואס לייגען גארנישט צו, וואלט איך געזאגט רואיג אז מען האלט נאר ביי 4 מיליאן, דאס הייסט אז א גאנצע מיליאן תגובות דארט זענען פוסטע תגובות.
איך קום כלל נישט דא אראפרייסען אייוועלט, און אלץ מיר אויס זאלן זיי פייערען די 10 מיליאנסטע תגובה נאך די יאר. נאר לעצטענס איז געווארן דא אויך אזא געדאנק ווי סתם שרייבען פאוסטס לשם פאוסט. זאל איך געבן א דוגמא? ניין, איך ברענג נישט, עס קען ווייטוהן דעם באטרעפענדער. ווען עס איז דא איינער וואס שרייבט סתם ברוך דיין האמת, אדער נישטא קיין ווערטער, WOW, וכדו', איז נישט עק וועלט. אבער ווען די געפילען אויסדריקען הויבען אן ווערן א שטיקעל פראצענט פונעם נושא, איז עס נישט געשמאק.
יעצט נאר צו קלארשטעלן. ווען איינער שרייבט אן ארטיקעל, איז זייער גוט ווען ער הערט פידבעק, און אפי' עס זאל נאר זיין אזא פאוסט ווי איך וויין, אדער האסט מיר געמאכט לאכן, אדער כל הדומה איז עס גוט. איך רעד נאר ווען די תגובות קומען אריין צום אידן שמועסען אדער נייעסן, וואס דעמאלטס איז עס ווערטלאז. שטעל דיך פאר אויב נאך יעדע ווערטעל פון @להגדיל הטראסק פאלגט נאך 10 תגובות מיט א


נאך א זאך, איז מוחאות אויף פאוסטס. אסאך מאל שרייבט איינער עפעס אין די נייעס, אדער ביי די עמעזאן דיעלס, און עס פאלגט נאך מיט א מוחאה פון איינער וואס ווערט געטריגערט. @Spa 42 האט אונז שוין פארזארגט מיט א מוחאה אויף א פאוסט טעמע, און דארט געהערט עס. איך גיי נישט ברענגען דוגמאות, פאר די זעלבע סיבה. איך מיין נישט איינעם פערזענליך, און איך וויל נישט איינעם ווייטוהן. אבער פארשטייט זיך אז אין אידן שמועסן איז א מוחאה נישט אפגעפרעגט, דארט ווען איינער שפירט עפעס פאר אומריכטיג זאל ער לאזן הערן זיין מיינונג. אפי' אויב קומט עס בתורה מוחאה.
נאך א זאך, איז ווען איינער מאכט א טעות, אדער אויב מען וויל איינען עפעס אויפמערקזאם מאכן, איז דא א פריוואטע מעסעדזש אפשען. דארט דארף עס געזאגט ווערן. אויב א קליפ וואס איינער לייגט אין די דריי וואכן האט מוזיק, לאז אים וויסען פריוואט. און אויב איינער דריקט זיך אויס עפעס וואס איז כפי דעתך נישט ריכטיג, שיק אים א מעסעדזש. לאז די פאבליק טעמעס איפארמעטיוו אן קיינע צווישען רופען.